בלאט 3 פון 4

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 1:30 am
דורך ליפא
נעבעך... :oops: :-?

Re: ליפא שמעלצער געט ארויס א נייע סידי ״be positive״

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 8:35 am
דורך סביב העולם
c/p

א אפענע בריוו צו הרב ליפא שמעלצער מ'עירמאנט:
ווען דו האסט ארויסגעגעבן דיין ערשטע טעיפ שמע האסטו איינגענומען די אידישע וועלט מיט דיין טעלענט פון נגינה אין דיינע אידישע ניגונים האט אויפגעריסן אין די אידישע וועלט מיט דיין טעלענט פון גראמען וואס דו ביסט ממש א חידוש. ווען דו האסט ארויסגעגעבן ליפא לטובה איז שוין געווען פרומע חברה וואס האבן פארפירט אבער די המון עם האט נישט געהאט קיין פראבלעם די נעקסטע ליפא בדרך האבן זיך שוין אפילו אביסל פונעם המון עם זיך גערעגט; (דעמאלטס האט זיך ארומגעדרייט די קארני זשאוק ליפא בדרך ליפא איזאראפ פון וועג). האסטו ארויסגעגעבן לעילא ולעילא איבערצובעטן די המון עם. נאכדעם איז געווען קעניינע הרע וואס דעמאלטס איז מען שוין ארויסגעקומען מיט א קול קורא אבער האסט נאך אלץ געהאט די פענס וואס האבן געזאגט אז דו ברענגסט אריין א נייע סטייל פון ניגונים אין די פרומע חברה פארשטייען נישט דערצו. נאכדעם איז געווען לקרוא את ההלל, נישטא וואס צורעדן פון דעים. דערנאך איז געווען א פשוטע איד וואס די טעלענט וואס איז געווען אין דעים טעיפ איז נישט צום פארשטיין אבער דא איז שוין געווען די חברה וואס האבן בכלל שוין נישט גערעדט פון דיר דו ביסט שוין געווען ביי זיי אינגאנצן אפגעפרעגט אבער ביי פלעטבוש פייוו טאוןס בארא פארק האסטו נאך געהאט וויאזוי מען זאגט אין ענגליש Die hard fans. דערנאך האסטו געמאכט משה'לע וואס נעמט נאך היינט ארויס די געגועים ווען מען הערט עס. נאכדעם איז געווען מעימקא דליפא Leap of faith. נאכדעם איז געווען דאס פינטעלע איד וואס דא איז שוין outrage all over אויף ווי איז דיין בארד ניגון אבער דא האסטו גע'ענטפערט אז סאטמאר רבי האט דאך עס געזאגט מעגסטו מאכן א ניגון אויף דעם, אקעי איך הער. אין די אנדערע ניגון מיט דעם ליין פון שוין פארלאשן דאס גיהנום וואס דארט האבן שוין אפילו די חברה וואס האבן דיר געבעקט אלע יארן שוין געשפרינגן אבער דא האסטו דיך פארענטפערט על פי קבלה. אבער מיט דיין יעצטיגע טעיפ וואס דו האסט ארויסגעגעבן א ניגון וועגן "עגל" ווי נעמט א איד וואס עמדו רגלו על הר סיני די חוצפה פון ארויסגעבן אזא ניגון ווען דו וואלסט געווען אין מצרים וואלסטו געווען פון די חלק וואס איז נישט ארויס דו פארשטייסט דען די דור דעה; ס'איז דא א מעשה אז א רב האט אמאל געהאלטן א דרשה וועגן מנשה המלך אין ער האט זייער מיאוס גערעדט וועגן אים יענע נאכט איז אים מנשה המלך געקומען אין חלום אין געזאגט ווען דו וואלסט געווען אין מיינע צייטן וואלסטו דו דיך אויפגעהויבן די עקן פון דיין קלייד צו קענען לויפן שנעלער צו דינען עבודה זרה אין ווי קומסטו אין דו רעדסט וועגן מיר, יענע רב איז כאטש געווען איינער וואס איז געווען א גרויסע מענטש זעסטו אז מנשה המלך איז אים געקומען אין חלום. אבער וואס ביסטו א מענטש וואס גייט אין קאלעדזש אין לערנט כפירה, א איד וואס פאוסט מיט מיידלעך, אין דו גייסט מאכן א ניגון וועגן עגל ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט מען דיר פארשטיינערט אין נאכגעשריגן אין די גאסן אבער ליידער זעמיר אינז היינט אזוי פארזונקן אין מ"ט שערי טומאה אז ס'איז דא מענטשען וואס גייען שרייען אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, אבער זאלסט וויסן אז דו זאלסט דיך שעמען צו קוקן דיין אייגענעם פרצוף אין שפיגל דו ביסט ערגער פון די משכילים מיט זייערע ביכער ווייל ניגונים גייט אריין סאך טיפער ביזען נשמה, איך וועל נישט זיין סופרייזט אז דו גייסט זיך איין טאג עמטליך דערקלערן אלס א כופר.

נ"ב נעם אראפ דיינע שמוציגע הענט פון די חינוך פון אונזערע הייליגע קינדער צאן קדשים שלא טעמו טעם חטא.

החותם בדמע אחד שעומד רגלו על הר סיני

.

Re: ליפא שמעלצער געט ארויס א נייע סידי ״be positive״

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 9:53 am
דורך מרדכי
שלמה המלך האט געשריבן:איך האב נישט זוכה געוועהן צי דע פיקטשער פון וואס ער שרייט!
זיי נישט ברוגז סאמטינג איז ראנג אז די קימסט אן צי דע פיקטשערס!
(כאטשיג ווייז פאר'ן עולם דעם בילד אויף וואס די ביסט אזוי בייז... לאמיר אלע [הנאה האבען און דערנאך] שרייען....)

בילדבילד

Re: ליפא שמעלצער געט ארויס א נייע סידי ״be positive״

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 10:31 am
דורך [NAMELESS]
זענען זיינע סידיס אין די היימישע געשעפטן?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 1:04 pm
דורך רויטע וואנצעס
די סידי איז אן עלעקטריק טאנץ מוזיק סטייל סידי. ס'איז זייער ווייט פון די היימישע טעיסט און קולטור. ליפא זאגט ער האט עס געמאכט פאר די מאדערענע יונגווארג וואס גייט שטארק פאר דעם.

בד"וו, כ'האב געהערט דעם בו"ה ניגון אפאר מאל, כאפ נישט וואס איז די בזיון אנקעגן רבי חיים. פארקערט, ער ברענגט ארויס זיין גרויסקייט.

VIN באריכטעט יעצט אז טוקר לייקענט אז ער זאל האבן גע'אסערט דעם ליד אויפן ראדיא. ער זאגט די מעניזשמענט פונעם סטעישאן האט עס גע'אסערט נאכן עס זעהן אויף טוקר'ס סקעזשול פון היינט מיטוואך.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 1:21 pm
דורך אחד העם
.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 3:27 pm
דורך לך לך
יעצט אויסגעהערט די גאנצע..
רבש"ע..... !!
מקען באקומען שולשל און דיזי ווערן פלעין פון עס אויסהערן

פאני ווי ער דערמאנט ר' איציקל פשעווארסק טאהש ר' חיים קניעבסקי..

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 3:52 pm
דורך שעפטל
מור וקציעה האט געשריבן:טוקר נגד ליפא: "שיר שמבזה את גדולי ישראל"

טוקר און ליפא רעדן איבער דעם... אויף וואס איז נייעס
Jerusalem - Israeli Radio Station Bans Lipa New Song “Bueh, Bueh” (audio)

Re: ליפא שמעלצער געט ארויס א נייע סידי ״be positive״

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 4:43 pm
דורך סביב העולם
הער שרייבער פון די אפענע בריוו צו הרב שמעלצער.

עס איז א מאל געווען א לאנגווייליג פאסטעכעל אליין מיט זיין שעף אין פעלד. ער האט זיך פאראבירט צו אינטערהאלטן מיט מאכן א ביסל לעבעדיג אין שטאט. ער האט זיך גענומען מאכן א ויצעקו "א וואלף". די גאנצע שטאט איז זיך צוזאמגעלאפען אזאש וואו א כאפטצעם אין די 1980s מיט הייס געווער בשעת די פאסטעך האלט זיך זיין ביר בייכעל פאר געלעכטער. דער פאסטעך האט איבערגעניצט זיין וויץ אפאר מאל ביז איין טאג איז טאקע געקומען א וואלף און די פאסטעך האט זיך גענומען מאכן צעקות. אבער אין קול ואין עונה, אויס וויץ...

די רבנים זענען חס ושלום נישט קיין וועלף אבער זיי האבן געשריגען די ווארט "אסור" אויף דעם הרב שמעלצער פון דעי וואן. הרב שמעלצער איז געווען די ערשטע מענטש זייט אידישקייט אין אמעריקא וואס פערציג רבנים פון אלע שיכטען און קרייזן זענען ארויסגעקומען קעגן אים בעפאר א סעפרעט סיטינג קאנצערט. דרך אגב שוועקי האט געמאכט א מיקסט קאנצערט צוויי וואכן פריער אבער די רבנים זענען געווען צו ביזי חתמ'נן קעגן הרב שמעלצער.

רבנים, עטץ האט'ס געשריגען אסור קעגן סטראבערי'ס, פיש, שייטלען, סינק'ס, ארטיסטן, חול המועד פלעיס, חול המועד סליידס פאר פרויען, פארן קיין פלורידע, קאמפיוטערס בעפאר די אינטערנעט, סידי ראם'ס, די אינטערנעט, טישוס נישט כשר לפסח, בראנפען אן הכשרים, פרעש ווייפס אן א הכשר, צומת הגידים, די עירוב אזאש ביז מיכאל שניצלער'ס "טעיפס" אין די ניינטיס. די ליסט אף אסירים איז ענדלעס.

יעצט שרייען ענק נאכאמאל "אסור"?! צו וועמען?! קיינער הערט ענק שוין נישט אויס...

.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:03 pm
דורך קויפער
איך האב זייער הנאה פון דעם סידי, אויסטערליש פראפעשענעל, בו״ה איז א היט פון א ניגון!

Re: ליפא שמעלצער געט ארויס א נייע סידי ״be positive״

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 6:21 pm
דורך סביב העולם
קויפער האט געשריבן:איך האב זייער הנאה פון דעם סידי, אויסטערליש פראפעשענעל, בו״ה איז א היט פון א ניגון!

דיסלייק[emoji107]

.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 6:26 pm
דורך [NAMELESS]
כאטשיג איך גלייך נישט צו שטארק דעם ליפא מיט זיין גאנצע אויפגעפיראכטס פון די לעצטע פאר יאר, איז [tag]סביב העולם[/tag] גערעכט מיט זיין ארטיקל, זייער שיין ארויסגעברענגט!!
[center]:like :like :like[/center]

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 9:46 am
דורך שעפטל
דאס איז א נושא פאר זיך, אבער דער צוריקשרייבער האקט א טשייניק! כ'מיין, ס'דא 613 מצות אין די תורה, און די חכמים האבן צוגעלייגט נאך הונדערטע צו טויזענטע "איסורים" נישט חומרות! דייקא ס'איז אסור מדרבנן, האלסט אז דארט איז שוין אויך געווען דעם "אהה קאממאן, שוין ווייטער אן איסור??!" "וואס גייט שוין ווייטער פאר מיט ר' מאיר'ן? האסט געהערט? רב האט שוין ווייטער א פראבלעם.."

און איז דאס א ענטפער פארן אידישן וואטסעפפ בריוו צו פארן טאטן וואס האט געשריבן די ענגלישע? דער טאטע, איז דאך נישט קיין רב, געט נישט ארויס קיין טעגליכע איסורים, רעדט פון א זאך וואס איז אסור על פי תורה.

באוט... אויף וועם פרעגט מען דא?????? לאמיך מיך האלטן פא-פא-פאזעטיוו. זאל ער האבן א רפואה שלימה

Re: ליפא שמעלצער געט ארויס א נייע סידי ״be positive״

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 10:15 am
דורך שטילע אינגערמאן
געהערט נעכטן די גאנצע סי די אויפן וועג צום קאנטרי, כהאב געפילט ממש ווי א ספאנישע ראדיא סטאנציע איז אן,

Re: ליפא שמעלצער געט ארויס א נייע סידי ״be positive״

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 10:17 am
דורך גרויסע מענטשעלע
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:געהערט נעכטן די גאנצע סי די אויפן וועג צום קאנטרי, כהאב געפילט ממש ווי א ספאנישע ראדיא סטאנציע איז אן,

אה די האסט מיך געפעסט אויפן 17 כהאב געמיינט עפעס א ספאנישער [emoji13]

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 10:49 am
דורך שמעקעדיג
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:געהערט נעכטן די גאנצע סי די אויפן וועג צום קאנטרי, כהאב געפילט ממש ווי א ספאנישע ראדיא סטאנציע איז אן,

ווען ער האט ארויסגעגעבן זיין אלבום "א פשוטער איד" האט ארומקורסירט אזא ענליך ווערטל,
"כ'האב געהערט א דורכפארן א קאר מיט א ווילדן טעיפ, כ'האב געמיינט ס'איז א פשוטער גוי, דערווייל האב איך געזעהן עס איז א פשוטער איד..."

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 5:30 pm
דורך הוגה
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:געהערט נעכטן די גאנצע סי די אויפן וועג צום קאנטרי, כהאב געפילט ממש ווי א ספאנישע ראדיא סטאנציע איז אן,


און די מיליאנער שפאנישע פארשטייען פשוט נישט צו מוזיק?

Re: ליפא שמעלצער געט ארויס א נייע סידי "be positive"

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 5:34 pm
דורך ירא שמים
ניין !

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 5:39 pm
דורך הוגה
ירא שמים האט געשריבן:ניין !


נו, אוודאי נישט. ווען יא וואלטן זיי געזונגען דעם רבי ז"ל'ס מזמור לדוד, ווערצבערגער'ס הקפה ניגון און פאלקאוויטש'ס צענטע טרעק.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 6:09 pm
דורך פרייוויליג
דא איז געווען א בילד פון א פרוי. און די א״וו הנהלה האט עס אוועק גענומען.

Re: ליפא שמעלצער געט ארויס א נייע סידי "be positive"

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 6:30 pm
דורך ל.רוזן
uploadfromtaptalk1438986574856.jpg
uploadfromtaptalk1438986574856.jpg (205.56 KiB) געזען געווארן 4783 מאל

מעמד חלוקת הדיסקים

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:57 am
דורך yatzmachp
העי דיסקרימינעישן, אך ורק לאנ״ש? וואו איז דאס געהערט געווארן? וואו איז די אהבת ישראל?

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 3:24 am
דורך טישו באקס
איינער ווייסט עפעס צו דערציילן איבער זיין "פארטנער אין קריים" Matt Dubb?
איז ער א חרדישער איד? (אויב א איד...) ווי קומט ליפא צו איהם? וואס איז זיין היסטאריע?
פשוט קיינמאל נישט געהערט פון איהם בעפאר