בלאט 3 פון 7

נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 7:42 pm
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער האט געשריבן:טראכטס אריין ווען די שטעכער איז ווען אן אראבערוואלט ער ווען נישט געווארן ארעסטירט מען וואלט עים גלייך געשאסן אויף טויט. ביי א יוד זענען זיי מער דעליקעט

זאג נאר. וויפיל אידן בלבוש חרדי האבן געהרג'ט אנדערע מענטשן...? און וויפיל אראבערס האבן עס געטון...?

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 01, 2015 11:04 pm
דורך moshav zekeinim
ווי מער איך קוק זיך איין אין דעם בילד זעה איך מער א קדושה אויף דעם איד. מען זעט א הייליגער פייער אויף זיי געזיכט.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 01, 2015 11:28 pm
דורך קאצקע ציקער
moshav zekeinim האט געשריבן:ווי מער איך קוק זיך איין אין דעם בילד זעה איך מער א קדושה אויף דעם איד. מען זעט א הייליגער פייער אויף זיי געזיכט.

ווי מער איך קיק זיך איין דעם בילד זעה איך א סייקא משוגענער וואס נעמט פילן

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 01, 2015 11:39 pm
דורך moshav zekeinim
פארוואס א משוגענער? ער שטעכט עפעס סתם ווייל דער נערוו האט אים געכאפט? ער איז א שטארק אידיאלאגישער מענטש וואס איז גרייט צו גיין עקסטרעם און עד הסוף פאר זיין אידאלאגיע.

Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 12:33 am
דורך גר ותושב
moshav zekeinim האט געשריבן:פארוואס א משוגענער? ער שטעכט עפעס סתם ווייל דער נערוו האט אים געכאפט? ער איז א שטארק אידיאלאגישער מענטש וואס איז גרייט צו גיין עקסטרעם און עד הסוף פאר זיין אידאלאגיע.

ביי מיר איז עקסטרעים די ענגלישע אפטאטש פון די ווארט משוגע

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 12:47 am
דורך moshav zekeinim
משוגענער האט א סך אפטייטשן, אבער דער קלאסישער משוגענער איז דער אומסטאבילער מענטש, און נישט אם עקסטרעמיסט

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 12:47 am
דורך petergrifin
moshav zekeinim האט געשריבן:פארוואס א משוגענער? ער שטעכט עפעס סתם ווייל דער נערוו האט אים געכאפט? ער איז א שטארק אידיאלאגישער מענטש וואס איז גרייט צו גיין עקסטרעם און עד הסוף פאר זיין אידאלאגיע.


מען גײט שוין באלד צוזאם נעמען חי דאללער כופר נפש פאר פדיון נפש װאס די בריונים האבן אײנגעזעצט
און אינװיקציװיקען זיך אויף דער חרדי װאס אנערקענט נישט אין די בג׳׳ץ הציוני.

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 1:42 am
דורך יהושע חיים
ניין מען גייט גארנישט צאמנעמן א חלק פון זיין אידיאלאגיע איז זיצן פאר הקב"ה די גרעסטע אפטיה וואס די קענעסט עהם אפטיהן איז עהם ארויס נעמען פון תפיסה זיי נישט קיין שלעכטע

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 5:15 am
דורך berlbalaguleh
moshav zekeinim האט געשריבן:פארוואס א משוגענער? ער שטעכט עפעס סתם ווייל דער נערוו האט אים געכאפט? ער איז א שטארק אידיאלאגישער מענטש וואס איז גרייט צו גיין עקסטרעם און עד הסוף פאר זיין אידאלאגיע.

אונז אידן האבן אבער אן אנדערע אידיאלאגיע, וואס הייסט ..."לא תרצח"...!

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 5:22 am
דורך moshav zekeinim
דאס זענען מיר שוין באלד מקיים ווי לא תגנוב און לא תחמוד און לא תענה.

דאס איז איינמאל זיכער, אז דער מצווה און אידיאלאגיע פון קנאים פוגעים בו, שטייט העכער אלע מצווות. און אט דער אידילאגיע איז דער איד דער קדוש מקיים.

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 5:27 am
דורך berlbalaguleh
ס'זאל זיך נאר נישט ארויסשטעלן אז דער איד דער קדוש האט אונטער זיך א רעקארד פון גזילה און רציחה און פסיכאלאגישע פראבלעמען, און פארשטייצעך לאנגע תפיסה אורטיילן, איידער ר'איז געווארן אזא קדוש וטהור... :roll: :evil:

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 5:34 am
דורך moshav zekeinim
איך וועל צו די זעלבע צייט פראבירן צו דערגיין די רעקארט פון אנדערע קדושים מקנאים קנאת ד' צבאות. נאר וואס דען? אזוי ווי זייער מעשה קנאות ווערט געטון מיט ערמה, ווערן מעגליך זייערע אנדערע "מעשים טובים" אויך געטון מיט ערמה. און אויב ווערט זייער קנאות פארהייליגט, ווערן זייערע פאלנע גניבות לפחות גע'כשר'ט און פארשוויגן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 9:48 am
דורך קרעקער
וואס ווערט די עולם אזוי אנגעהיצט אז ער האט געשטאכען אנדערע?
לא תרצח מיט לא תגנוב שטייט אין די זעלבע פסוק אין דע תורה און סאיז די זעלבע הארב ע"פ תורה כאטשיג הארגענען זעט אויס ערגער
ווען יודען גנבענען /צוברעכען יענעמס אייפאן איז די זעלבע עבירה
אויב יענץ מעג מען עובר זיין מחמת קנאות מעג מען לא תרצח אויך עובר זיין אלטס קנאות

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 10:03 am
דורך געוואלדיג
לא תגנוב איז ניתן להשבה, לא תרצח איז נישט ניתן להשבה.

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 10:08 am
דורך מאן דאמר
ישי איז א רוצח
http://news.walla.co.il/item/2878248

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 10:25 am
דורך berlbalaguleh
זיכער: די אידישע רעליגיע איז נישט די איסלאמישע, וואו רציחה איז א טאג טעגליכע זאך. דאס איז דאך לחם חוקם פון די מוסלעמס. (יא. איך ווייס, ס'נאר די עקסטרעמיסטן וקנאים... בלא... בלא... בלא...!)
נאך א זאך האט דער צודרייטער רוצח ישי שליססל אויפגעטון, אז פון היינט אן ווען מ'וועט זעהן איינעם בלבוש חרדי ביי א געי פרייד פערעיד וועט מען איהם גלייך ארעסטירן און צוקלאפן. אפילו ער'ט טענה'ן אז ער איז בדעה אחת מיט זיי....!

Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 10:43 am
דורך גר ותושב
@IsraelHatzolah: BREAKING: Shira Banki, 17 y/o stabbed by religious extremist at Jerusalem pride parade, has died from her wounds. http://t.co/1w1xaPF4bp/s/htnz

Sent from my XT1056 using Tapatalk

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 10:44 am
דורך קאווע טרינקער
נישט געפערלעך. מארגן זעהסטו גרויסע פלאקאטן אין מאה שערים אז די ציונים האבן איר געהארגט, אבי צו קענען באשולדיגען די חרדים.

#שטאלץצוזייןאחרדי?

Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 11:41 am
דורך ירא שמים
די מעשה איז זיכער משוגה און נישט אויסגעהאלטן ע״פ תורה אבער סאיז אינטערעסאנט אנצומערקן א נקודה ,די סקווערע און די סאטמערע משוגעים און נאך האבן דאך שוין אויפגעוויזען אז פאר זייער פארטיי זענען זיי גרייט אויפן ערגסטן נישט ח״ו אלע נאר די משוגעים פון זיי א״כ ווי זענען זייערע משוגעים געווען ווען סקומט אויף א ענין פון עובר זיין אויף די תורה ווי זענען געווען אלע בעלי מסירת נפש וואס לאזען זיך איינזעצן ביי די קברים ?

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 1:36 pm
דורך ירח בן יומו
berlbalaguleh האט געשריבן:זיכער: די אידישע רעליגיע איז נישט די איסלאמישע, וואו רציחה איז א טאג טעגליכע זאך. דאס איז דאך לחם חוקם פון די מוסלעמס. (יא. איך ווייס, ס'נאר די עקסטרעמיסטן וקנאים... בלא... בלא... בלא...!)
נאך א זאך האט דער צודרייטער רוצח ישי שליססל אויפגעטון, אז פון היינט אן ווען מ'וועט זעהן איינעם בלבוש חרדי ביי א געי פרייד פערעיד וועט מען איהם גלייך ארעסטירן און צוקלאפן. אפילו ער'ט טענה'ן אז ער איז בדעה אחת מיט זיי....!

נו, איז טאקע שוין איינמאל א אויפטו, אז א היימישע יוד ווערט שוין זיך נישט דערוואגן זיך אנשליסן מיט די בהמות

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 1:36 pm
דורך chaims
@ירא שמים פארוואס איז עס נישט אויסגעהאלטן על פי תורה?

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:23 pm
דורך יהושע חיים
ווייל קנאים ביי בועל ארמית איז נאר בשעת מעשה, אין אלע אנדערע פעלער מעג נאר בית דין מיט עדות

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:49 pm
דורך moshav zekeinim
אבער פנחס בשעתו האט נישט געוויסט פון די הלכה, עס איז בלויז שפעטער נתגלה געווארן למפרע. נו, אפשר וועט נאך דא אויך נתגלה ווערן למפרע אז ביי געי דארף מען אזוי טון, בפרט ביי אזא חילול השם נורא ווי א געי מארטש בפלטרין של מלך.

אגב, בין איך נייגעריג צו וויסן וואס איר וואלט געזאגט ווען די מעשה מיט ישי וואלט געווען אז ער וואלט זיך אריין געגאנוועט ביי איינעם אין שטוב אין תל אביב וואס האלט אינמיטן מאכן די מעשה מיט א רוסישער גויטע און זיי ביידע דערשטאכן צום טויט. טאקע גענוי אזא מעשה ווי פנחס.