בלאט 3 פון 3

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 11:05 pm
דורך יואליש
זיי מיזן יעדן טריעטן. אבער זיי בילן, און ווי דו זאגסט, גייט עס אויף דיין קרעדיט.

אבאמאקעיר ליידט א שווערע קלאפ

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 3:19 pm
דורך ישראל קאפקע
די אמעריקאנער אפיעלס געריכט אין וואשינגטאן די.סי. האט היינט געאורטיילט אז אבאמאקעיר קען נישט אויסטיילן סובסידיעס פאר די וואס האבן זיך אויפגעסיינט אויף די פעדעראלע אבאמאקעיר וועבזייטל, וואס ווערט גענוצט אין די זעקס אין דרייסיג שטאטן וואס האבן נישט קיין אייגענע אבאמאקעיר וועבזייטלעך,
די פסק קען גורם זיין צו די צוזאם פאל פון אבאמאקעיר, צווישן 76 און 93 -געוואנדן לויט וועלעכע שטאט- פראצענט אבאמאקעיר ענראוליס זענען בארעכטיגט צו סובסידיעס, אויב קען אבאמאקעיר נישט אויסטיילן סובסידיעס אין די 36 שטאטן מיטן פעדעראלן עקסטשעינדזש וועט עס גורם זיין אסאך אויפגעסיינטע נישט צו קענען באצאלן די פרימיומס, וואס קען נאך דערטרענקען די גאנצע געזעץ,
מען ערווארטעט אז די ווייסע-הויז וועט אפילירן דעם פסק אין סופרים קאורט.

סופרים קאורט אורטיילט לטובת אבאמאקעיר.

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 10:42 am
דורך ישראל קאפקע
מיט אן אויבערהאנט פון 6 צו 3 האט די סופרים קאורט באשטעטיגט אז די וואס האבן זיך איינגעשריבן אויף די נאציאנאלע אבאמאקעיר וועבזייטל קענען אויך געניסן פון סובסידיעס.

[left]At issue were six words in one section of the law. As Nina pointed out: "Those words stipulate that for people who cannot afford health coverage, subsidies are available through 'an exchange established by the state.'" She added:

"The government [contended] that those words refer to any exchange, whether it is set up by the state itself or an exchange run for the state by the federal government in accordance with individual state insurance laws and regulations. The challengers [said] the statute means what it says and no more."[/left]


די מאיאריטעט אפינען, דורך דזשאן ראבערטס.
[left]"Congress passed the Affordable Care Act to improve health insurance markets, not to destroy them," the court's majority said in the opinion, which was written by Chief Justice John Roberts. But they acknowledged that "petitioners' arguments about the plain meaning ... are strong."[/left]


די מינאריטעט.
[left]In his dissent, Justice Antonin Scalia said: "We should start calling this law SCOTUScare," an apparent reference to the fact the Supreme Court has now saved the Affordable Care Act twice. Scalia called the majority's reading of the text "quite absurd, and the court's 21 pages of explanation make it no less so."[/left]


http://www.npr.org/sections/thetwo-way/ ... t=20150625

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 10:50 am
דורך רויטע וואנצעס
דאס איז געווען סתם א נארישע לאוסוט. אנשטאט שלום מאכן מיט'ן מצב אז די געזעץ איז שוין באשטעטיגט געווארן דורך די סופרים קאורט אין די פארגאנהייט, זענען זיי געגאנגען נאך די עמך עולם צו ראבעווען די סובסודיעס. ס'ענדערש געווען א לאוסאוט אנקעגן די מיטל קלאס ווי איידער אנקעגן אבאמא. וועלכע בהמה זוכט אינטערצוברענגן הילף פאר די מיטל קלאס, איינמאל די געזעץ פון אבאמא קעיר איז ממילא דא.

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 12:57 pm
דורך אליצפן
I'm literally sick to my stomach right now
געריכטן און געזעצן אין די פארשטינקענע אמעריקע איז א דזשאוק. אז די העכסטע געריכט אין לאנד קען נעמען א געזעץ ווי עס שטייט קלאר אומצווייטדייטליך ארויסגעשריבן איין זאך, און זאגן אז עס מיינט נישט דאס וואס שטייט דארט קלאר געשריבן, איז אונזער מצב זייער ביטער. אז די העכסטע געריכט פירט זיך אזוי, וואס קען מען שוין ערווארטן פון די נידריגערע לאקאלע קאורטס? עס האט פשוט נישט קיין שום הסבר.

און בכלל וואספארא מין צוריקגעשטאנענע קארופטירטע סיסטעם איז דאס, אז די סאמע לעצטער ווארט אויף ממש יעדע נושא ליגט אין די הענט פון ניין קאלעכדיגע אלטע קאקערס, וואס האבן נישט קיין שום איבערזיכט העכער זיי, זיצן אויפן בענקל פארן גאנצן לעבן, און דארפן קיינמאל נישט אפגעבן דין וחשבון פאר קיינעם? דאס האבן טאטאלע און איבערזיכט-פרייע מאכט שטאמט פון די מיטל אלטער, און האט נישט קיין שום פלאץ אין א מאדערנע געזעלשאפט. ניטאמאל ווידיא קעמרעס אדער רעקארדערס לאזן זיי דארט אריין. דאס איז א סיסטעם וואס האט נישט קיין שום הסבר, און מוז זיך אפשטעלן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:28 pm
דורך הקטן
אליצפן האט געשריבן: דאס איז א סיסטעם וואס האט נישט קיין שום הסבר, און מוז זיך אפשטעלן.


שוין ווייטער די "סיסטעם" טויג נישט!

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 3:48 pm
דורך גאלד
איך בין נישט קיין גרויס חסיד פון אבאמאקעיר אבער לפענ"ד איז דער פסק ריכטיג, די זאכן געהערן פאר פאליטישנס נישט פאר קיין ריכטער צי טוישן,

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 4:35 pm
דורך ישראל קאפקע
ער צעשטיקלט דזשאסטיס סקאליע ווי עס ברויך צו זיין.
http://gawker.com/scalia-is-a-twitter-egg-1714198342

נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2015 3:15 pm
דורך ישראל קאפקע
אבאמאקעיר ארבייט אמחיה אין די יוניאן שטאטן...

Re: אבאמאקעיר

נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2015 3:29 pm
דורך petergrifin
2015 איז זענען ווייניגער מענטשן אינשורד ווי 2014?!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2015 3:49 pm
דורך ישראל קאפקע
נישט ממש. די נארט איסט און מיד וועסט זענען פיל מער באפעלקערט ווי די מערב טייל פון די פאראייניגטע שטאטן. סאו א קאלירטע מאפע געט נישט די פולקאמע בילד.