בלאט 3 פון 16
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:34 pm
דורך מאטל שניידער
יחי אדונינו מורינו ורבינו מזל טוב
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:36 pm
דורך [NAMELESS]
מאטל שניידער האט געשריבן:יחי אדונינו מורינו ורבינו מזל טוב
שוין עמטליך אויפגענומען?
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:41 pm
דורך מאטל שניידער
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:48 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך שטיק זיך פון התרגשות.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:51 pm
דורך [NAMELESS]
ס׳זינגט זיך פון זיך אליין: די רבי זאל לעבן אונז פירן אקעגן, אקעגן משיח צדקינו, אוי די רבי זאל לעבן..........
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:55 pm
דורך חקרן
הערט אויף, די טאהשער הכתרה איז גארנישט. איך האב אים די ערשטע מכתיר געווען דא אין קאווע שטיבל (ס'איז נישט אויסגעשלאסן אז ער האט דא א ניק...)
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 10:00 pm
דורך [NAMELESS]
נו גילו.....
הרבי מטאהש
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:24 pm
דורך [NAMELESS]
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:נו, חוץ די קאנטעסט פון טאשע רבי'ס בארד vs די פויפסט, אדער זיך אינטערהאלטן פון מיילעך טאשער, האט איינער עפעס עובדות גדלות פונעם גרויסן נפטר?
געהערט כמעט ממקור ראשון,
א מגיד שיעור אין די ישיבה בקרית טאהש עטוואס א קלוגער פלעגט מסביר זיין פאר די בחורים די לעכערקייט פון די רביסטעווע גיין צום טיש וכדומה, איז איינער אריין צום רבין זיך מתמרמר זיין אז ער ברעכט אונטער די חסידות האט די רבי געזאגט איך ווייס דערפון אבער מען זאגט מיר אז מען טראגט עם אן א שטעלע אין נישט קיין חסידיש מקום און ער נעמט נישט קיין אחריות אויף זיינע טעכטער! איר הערט?? א איד פירט א קאמפ מיט עם אין זיין שטעטל מיט הצלחה און ער וויל עם נישט פארשיקן פארוואס? ווייל ער וויל נישט נעמן אחריות אויף די שטוב!!
עד היום וואינט נאך איין טאכטער דארט
געהערט שוין א צייט צוריק יתכן געוויסע פרטים נישט אזוי ריכטיג
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:26 pm
דורך [NAMELESS]
בכלל איז באקאנט זיין צדקה גיבן פאר פריוואטע מענטשען וואס פלעגן קומען צו עם ער האט דערשמעקט ווען איינער איז א נצרך און עם אריינגעשטיפט א 10 אלפים צו מער ווי גארנישט
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:29 pm
דורך [NAMELESS]
אה, ענדליך רעדט מען צום זאך.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:32 pm
דורך רויטע וואנצעס
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:35 pm
דורך אויבערלענדער חכם
די וידיאו איז צובראכען, אדער דער מענטש האט מוציא געווען שם שמים לבטלה און געגעסען אן קיין ברכה?!!!! מען דארף צו לייגען א הסבר פאר מען לייגט ארויף אזא וידיאו!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:37 pm
דורך [NAMELESS]
די ווידיאו איז 100% פערצענט אמת, אונז פארשטיי מיר נישט דעם הייליגן רבי'נס חשבונות.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:39 pm
דורך אויבערלענדער חכם
וואס הייליג ווען הייליג??? מוציא זיין שם שמים לבטלה אזוי פיל מאל איז טמא טמא יקרא, און עסן אן קיין ברכה איז גוזל מהקב"ה וכנסת ישראל. זאת התורה לא תהא מוחפלת ולא תהא תורה אחרת תחתיה!!!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:41 pm
דורך ליפא
אויב האט ביי אים געדארפט זיין מכוון זיין כוונות ביים זאגן השם נאמען איז ווילאנג עס איז אים נישט געלונגען האט ער עס נישט אנגעקוקט ווי ארויסגעזאגט דעם נאמען. אולי.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:43 pm
דורך אויבערלענדער חכם
מגלה פנים בתורה!!! עס איז נישט אויסגעהאלטן על פי הלכה. איך פארשטיי נישט פארוואס מען מוז פארענטפערען א מענטש וואס איז עובר הלכה בשאט נפש. איך גלייב נישט אז עס איז אן אמת'ע וידיאו, אבער אויב עס איז יא, און ער איז געווען ביים דעת, איז ער א פשוט'ע עבריין געווען.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:46 pm
דורך ליפא
אז דו שרייסט נאך אביסל העכער קום איך אריבער צו דיין זייט. געב עס א שאט...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:49 pm
דורך אויבערלענדער חכם
ליפא האט געשריבן:אז דו שרייסט נאך אביסל העכער קום איך אריבער צו דיין זייט. געב עס א שאט...
אויב איר האט נישט גוט מכוון געווען מיט דער הודעה [וואס איך פארשטיי נישט פירוש המילות] זאג עס איבער עטליכע מאל, ווייל עס איז כאילו איר האט עס נאך נישט געזאגט:)
ביטע זייט מיר מוחל אז איך פארשטיי נישט ווי אזוי מענטשן וואס זענען בדרך כלל לאגישע מענטשען קענען פארענטפערען הנהגות מיט אזעלכע מינע excuses וואס האבען נישט קיין שום פשט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:49 pm
דורך קאווע טרינקער
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:מגלה פנים בתורה!!! עס איז נישט אויסגעהאלטען על פי הלכה.
ער איז געווען ווייניגער הייליג ווי די גר"א אדער די קאמארנע, וואס האבן געטוישט די הלכה לפי דעתם?
הוי זהיר בגחלתן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:54 pm
דורך ירח בן יומו
ווי האט ר' שלמה זלמן אורבאך גאזאגט ווען מ'האט געוואלט מחרים זיין דעם עמוד האחרון די אמשינובער רבי שליט"א פאר'ן פארדרייען די זמנים ([tag]אדנירם[/tag] פליז קאנפערם),
האט רש"ז געזאגט אז חז"ל זאגן אונז אז עבירה גוררת עבירה, א יוד וואס טוט דעם עבירה בשאט נפש וואלט שוין געדארפט פאלן נאך און נאך,
"איך זעה נישט די גוררת" ווייזט זיך אויס אז ס'איז נישט קיין עבירה
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:56 pm
דורך אויבערלענדער חכם
קאווע טרינקער האט געשריבן:אויבערלענדער חכם האט געשריבן:מגלה פנים בתורה!!! עס איז נישט אויסגעהאלטען על פי הלכה.
ער איז געווען ווייניגער הייליג ווי די גר"א אדער די קאמארנע, וואס האבן געטוישט די הלכה לפי דעתם?
קודם כל, מען טאר נישט "טוישען" דער הלכה. דער גר"א האט קיינמאל נישט געטוישט הלכה, ער האט מכריע געווען אנדרעש ווי דער מנהג איז געווען. כמעט אלעמאל איז זיין הכרעה נאר געווען צווישען ראשונים. צום ביישפיל דער שולחן ערוך פסקנט אזוי ווי רש"י און תוספות אז סיי שבת און סיי וואכען טאג קען מען זאגען סיי "רחם" (אין ברכת המזון) און סיי "נחם", און דער גר"א איז מכריע מצד הלכה ומצד הקבלה אזוי ווי דער רי"ף אז מען זאל זאגען "רחם" אין דער וואכען און "נחם" אויף שבת. דאס איז נישט געטוישט דער הלכה נאר מכריע געווען אנדרעש.
שנית, דער גר"א איז געווען פון די גרעסטע חכמים בימות הראשונים [לדעת תלמידו היה כהרשב"א ולדעת הקאמארנא כמדומני כהרמב"ם] והאחרונים, משא"כ דער רבי ווייס איך נישט קיין ראיה ברורה איבער זיין תלמיד חכם שאפט.
דריטענס, אויב א מענטש שרייבט און איז מסביר זיין הנהגה קען מען דן זיין צו עס איז ריכטיג אדער נישט, אבער אויב איינער טוט עפעס וואס מיר ווייסען איז נישט ריכטיג [וואלט אונזער קינד געזאגט אלקים ח"ו אזוי פיל מאל וואלטן זיי געכאפט א פראסק] דארף מען נישט מגבב זיין excuses.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:58 pm
דורך אויבערלענדער חכם
ירח בן יומו האט געשריבן:ווי האט ר' שלמה זלמן אורבאך גאזאגט ווען מ'האט געוואלט מחרים זיין דעם עמוד האחרון די אמשינובער רבי שליט"א פאר'ן פארדרייען די זמנים ([tag]אדנירם[/tag] פליז קאנפערם),
האט רש"ז געזאגט אז חז"ל זאגן אונז אז עבירה גוררת עבירה, א יוד וואס טוט דעם עבירה בשאט נפש וואלט שוין געדארפט פאלן נאך און נאך,
"איך זעה נישט די גוררת" ווייזט זיך אויס אז ס'איז נישט קיין עבירה
אויב אלע לשון הרע'ס זענען ריכטיג:
עבירה להתפלל לאחר זמן תפילה גוררת עבירה של מוציא שם שמים לבטלה ועבירת מוציא שם שמים לבטלה גוררת עבירת אוכל בלי ברכה, איך קען ממשיך זיין, אבער מיינט פוינט איז נישט ח"ו רעדען וועגען א יחיד, נאר באופן כללי, מען זאל נישט פארענטפערען עפעס וואס האט נישט קיין ענטפער.
דרך אגב: עס שטייט נישט אין ערגעץ "הוי זהיר בגחלתן של אדמורי"ם"
Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 12:00 am
דורך ירא שמים
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:די וידיאו איז צובראכען, אדער דער מענטש האט מוציא געווען שם שמים לבטלה און געגעסען אן קיין ברכה?!!!! מען דארף צו לייגען א הסבר פאר מען לייגט ארויף אזא וידיאו!
ש״ש לבטלה קען איך הערן , אבער איבערזאגן צוויי מאל א ווארט הייסט א הפסק ?