[justify]שבת אחים דערמאנט מיר פונעם ישיבה קטנה בחור'ל וואס שארט זיך צו צו א חברותה וואס לערענט: "איך וויל נישט שטערן אבער..." טא, אז די ווילסט נישט שטערן פארוואס שטערסטו?
אז דו ווילסט נישט פארצימעסן פארוואס צימעסטו?
נו גיי פארשטיי!
צו אלעם ערשט, מיין תגובה איז געווען געווענדעט לאורך התגובה דירעקט צו בן אדם ולא לבן המתחטא...
באמת לויט די ברייער ושאר מרעין בושין וואס דו האסט געפילט פאר נייטיג צו אריין שמירן אין דיין אינהאלטסרייכע תגובה -ווי עס הערשט אן איבערפלייץ פון דברי חכמה - גלוסט זיך מיר זיך צו צו שטעלן צו דעם (וואקסענדע) פארנאטישע ציבור וואס פארשטייען אז פירן א דיאלאג מיט דיר איז עפעס וואס מען טוט בלויז איין מאל...
בן אדם האט געפריווט מיר צו זאגן עפעס האב איך אים געפראוואט מיין פוינט. אז ער האט זיך "מקשר" געווען לרביה"ק זצ"ל. אדרבה, דו ווייסט אנדערש ברענג א בריוו א סמך לדבריך. סתם צו שעלטן קענסטו זיך טרעפן א צווייטן.
נישט מער ווי פאסיג צו ציטירן א ווערטל וואס כ'האב דיר שוין אמאל געשריבן במקום אחר (ווי אגב דארט האסטו אויך פאר'חזר'ט דעם אשכול):
דיין ביטערקייט, דערמאנט מיר א ווארט וואס איך האב אקארשט געהערט (און גראדע פון א וויזשניצער אייניקל!): ווי זאגט מען אן עקסטרע 'דאסידזש' אויף שווארצקייט-שחור? שחרחרת , און אסאך אדום-רויט זאגט מען אדמדמת, ווי זאגט מען פאר אן "אווער דאסידזש" פון פארביטערטקייט-מר? מרמרש ... ודברי פי חכם.
כאטש שווערן שווערט ער זיך פעם אחר פעם ביים קאסאווער'ס בארד אז ער פיצט אפ פון דאנעט, איז ב"ה דא וואס אים צוריק צו ברענגן צו קענען נהנה זיין מאורו הצח.
עניוועיס, דיין אומ'פולסיווער אויפרייס געמישט מיט גאר רייכע דיבורים באשטעטיגט די -קראנקע- לעגענדע ביי חסידים "אויס איד קען מען ווערן אויס חסיד קען מען ווערן". הגם איך ווייס דו לאכסט פון אים אויך, אבער די פחים קטנים איינגעזאפט אין גיבערס דאס מעקט זיך נישט אויס פון דיר.
מיין באשרייבונג צו פראוון מיין פוינט לגבי התקרבותו להרה"ק מסקווירא
זצ"ל, במקומה עומדת. אחוץ איינער ווייזט מיר אנדערש. איי בן אדם זאגט מיר אז ער איז געגאנגען אין מקוה פאר א קוויטל צום סאטמערער רב? זאג איך: דעיס איז נישט געווען עקסקלוסיוו קיין סאטמאר, נאר אפי' ביים היינטיגן רבי שליט"א איז ער אויך געגאנגען אין מקוה 'אילע' מאל פאר א קוויטל און אנגעטון א בגד שבת.
זיין עניוות דארף נישט קיין הוכחות. דאס איז פון זיינע זאכן וואס אויב ווייסט מען דעיס נישט, האט מען נישט דו מינדעסטע השגה אין דעם איד!
יעצט פארוואס ער האט געטון די אלע זאכן ביי אים מער ווי ביי ביי אנדערע אדמור"י
גילו? און וואס ער האט דעמאלטס געטראכט?, מיך האט ער נישט געזאגט, כוועיס ניט! דו קענסט זאגן וואס דיר געפעלט נאר, פון טשערי לעיטס ביז כבוד אביו ביז קיען פעלצן אינדערמיט. אבער געדענק ס'גייט נישט ארויס פון די "אייגענע פשט"לעך" קאטאגאריע.
-------
אוקעי, גענוג געווען מיטן עם עקש...
לאמיר ממשיך זיין מיטן עם חסיד:
ווען דער סקולענער רבי איז ארויס געקומען קיין אמעריקא -כמדומה בשנת תש"כ- איז געווען צוגעגרייט א שיינע קבלת פנים לכבודו. צו מזל האט דער עראפלאן פונעם רבי'ן געהאט א 'דילעי' פון באלד זעקס שעה. דער ציבור וואס איז געווען פארזאמעלט אין זאל לכבוד די קבלת פנים האבן געווארט גאר גאר לאנג, ביז צוויי אויף דערנאכט.
ביים קבלת פנים האט דער רבי גערעדט פאר עטליכע מינוט. ס'איז כדאי צו ציטירן זיינע געוואלדיגע רייד וואס ער האט צו אלעם ערשט געזאגט
(בערך): רבותי, איך בעט אייך מחילה זייט מיר מוחל פארן צונעמען פון ענק אזאנע טייערע שעות, אייך אויפגעהאלטן פון זיך גיין לייגן. און ווי אזוי בעט איך אייך איבער? בין איך ענק מודיע: פון היינט און ווייטער, וועל איך נישט ריען אויף קיין רגע ווילאנג
ס'נאך דא אפי' איין איד וואס מיר קענען ארויס ראטעווען פון געפענגעניש פון אונטער דו קאמאניסטישע נעגל. און נישט נאר איך, נאר ענק וועל איך אויך נישט צורי לאזן און איר וועט אנטייל נעמען אינעם מצוה פון ראטעווען אונזערע ברידער.
* * *ווען דער רבי איז דער ערשטער מאל געגאנגען מתפלל זיין ביים ציון פונעם רשב"י אין מירון, האט פאסירט אז זייענדיג אין מערה האט דער רבי געהערט איינעם שרייען "שייגעץ ארויס" "שייגעץ ארויס" דער סקולענער האט גלייך פארשטאנען אז מען מיינט אים, און אנגעהויבן ארויס גיין פון דארט זאגענדיג: "מען שרייט דאך אויף מיר שייגעץ ארויס".
די מקורבים האבן אים פרובירט אפהאלטן ערקלערענדיג אים אז ח"ו מען מיינט דעם רבי'ן, ס'איז א ברעסלאווער איד וואס שרייט אויף זיין יצר הרע שייגעץ ארויס. דער רבי אבער האט זיך איינגע'עקשנ'ט "סוכ"ס זאגט ער דאך ריכטיג. נו, וואס האב איך צו זיכן אויף אזא הייליג ארט?" (אדמו"ר מניקלשבורג)
* * *ווען דער רבי איז ארויס פון רומעניע נאכן שמאכטען אין ארעסט צוזאם ליידענדיג ברוח וגשם, איז ער געגאנגען צום ערשט קיין אנטווערפן, דארט אין ערעפארט האבן אפגעווארט א גרופע פון די ארטיגע אידן. ווען דער רבי האט געזען במו עיניו אז ס'נאך פארהאן אידן במלאו הדרו וואס דינען דעם אייבערשטן מיט פרייהייט, האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן מאכענדיג די ברכה
מחיה המתים בשם ומלכות
* * *איך בין אמאל געגאנגען פרייטאג צונאכטס זיך משתתף זיין ביים טיש פון סקולענער רבי. איך האב געווארט און געווארט ביז ער איז אריין צום טיש. ווען ער האט באמערקט אז איך האב געווארט א וויילע אז ער זאל אריין קומען צום טיש, האט ער זיך אנטשולדיגט פאר מיר "איך בין געווען אין שטוב מיט מיין רעבעצין צו עסן צוזאמען מיט איר. איינע פון די תנאים וואס איך האב זיך מתחייב געווען צו מיין ווייב, איז אז איך וועל יעדער וואך שבת ביינאכט עסן צוזאמען מיט איר. (הרב פאדווע זצ"ל)
זכותו יגן עלינו.[/justify]