בלאט 3 פון 3

Re: איך בין אינגאנצן צושאסן!!!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 4:55 pm
דורך דורכגעטראכטער
סאו וואס איז למעשה געבליבן? איז ער אין וועיגס אין שפילט פאוקר אדער דא און שומר שבת ביי מנחה?
נ"ב: עס וואלט אים געקאסט סך ביליגער טאמער ער גייט ווען צי Atlantic city

Sent from my SAMSUNG-SM-G900A using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 1:46 am
דורך משה פראגער
יאפ! ממש יעצט צוויי שעה צוריק ביים 12 מניין האב׳עך געזעהן דעם יינגערמאנטשיקעל שטיין לעבען מיך ויהי לפלא
ער האט א בארד און פיאות און אלעס איז אקעיי עכ״פ בחיצוניות. (חוץ פון וואס נישט)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 3:54 am
דורך משה פראגער
שיעור פארגעסען צו זאגען אז עס איז טאקע געוועהן און שומרי שבת

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 6:49 am
דורך moshav zekeinim
דער גאנצער אשכול איז על נוסח היאכנאות מבהקת לנשים המפטפטות.

-מען איז צושאסן וועגן אן אומשילדיג ווייבל א בת ישראל וואס איז נעבעך געפאלן א קורבן פון א ברוטאלער יונגערמאן א נואף וואס האט מחליט געווען זיך צו גט'ן א יאר נאך די חתונה.

-מען איז שאקירט אז דער יונגערמאן איז געפארן קיין לאס וועגאס רח"ל השם ירחם.

-מען שמועסט איבער צו דאס שרעקליכעס האט טאקע פאסירט מיט ראיות לכאן ולכאן. מען יאכנעט אים ארום. דער האט אים געזען דא אדער דארט.

-חסדי השם געלויבט השם יתברך אז ער איז יא דא. אלעס קוקט דערווייל אויס "נארמאל", ער האט נישט געטאטשט די בארד ב"ה (באהיטן זאל מען ווערן ווען יא רח"ל). מען דארף נאך האלטן אן אויג אויף אים, מען קען נאך נישט וויסן וואס ער טוט אונווייניג. מען וועט אים נאכקוקן און באטראכטן און באיאנען אזוי לאנג ביז מען וועט זיין זיכער אז ער חלום'ט נישט פון לאס וועגאס.

שיין האבן מיר זיך דערלעבט אין קאווע שטיבל

Re: איך בין אינגאנצן צושאסן!!!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 11:45 am
דורך ירא שמים
וואס בעלעסטעגסטו די מענטשהייט ? פארוואס שפאסטו וואוזוי מענטשען דריקען זיך ? דאס איז אויך א חלק פון דיין טרעטן אויף די געפילען פונעם עולם דא וד״ל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 12:59 pm
דורך moshav zekeinim
ירא שמים, דו קענסט מיר מסביר זיין דיין פראבלעם?
יא, איך טרעט ארויס קעגן אזעלעכע סארט "געפילן" וואס דערשטיקן דאס מענשהייט און צעשניידן עס ווי אויף א סדום בעטל, אנשטאט עס צו מאכן לופטיגער און געזונטער.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 5:46 pm
דורך ירא שמים
דו שטעלסט אוועק א מלחמה קעגן די געפילען פונ'ם עולם געבויעט אויף דיינע נערישע הנחות, אמת צו נישט ?
דו קענסט זאגן וואס דו האלסט אבער וואס דו טוסט איז נישט מענטשליך ,
ודי בזה למי שרוצה להבין .

Re: איך בין אינגאנצן צושאסן!!!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 5:49 pm
דורך [NAMELESS]
און די פירסט א מערכה געבויעט אויף דיינע געפילן, כך דרכן של בני אדם און רוע איין,

Re: איך בין אינגאנצן צושאסן!!!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 5:52 pm
דורך ירא שמים
איך פיר א מערכה קעגן דער וואס פירט א מערכה .

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 10:04 pm
דורך [NAMELESS]
א קליינע סיעתא דשמיא. די נעכטיגע חתונה אין קאנטינענטל וואס מען האט געמוזט עוועקאירן אינמיטן חתונה, איז די איינציגסטע ליידיגע זאל צום געפונען ב"ה איז געווען אומפעריעל, ווייל די אפגעלאזטע שידוך פון צוויי וואכן צוריק, האט געדארפט פאר קומען אין אומפעריעל.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 11:17 pm
דורך berlbalaguleh
בשעת הדחק וואלט מען געקענט ממשיך זיין דאס טאנצן און שמחת חתן וכלה אפילו אויף די גאס. כדי מקיים צו זיין דעם פסוק (אין ירמיה)..."עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול ששון וקול שמחה, קול חתן וקול כלה...קול מצהלות חתנים מחופתם ונערים ממשתה נגינתם?...!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 12:10 am
דורך [NAMELESS]
[tag]Berlbalaguleh[/tag] אפשר איז פשט עוד ישמע וכו. ובחוצות ירושלים" אז די חתונה איז געווען אין זאל, נאר די מוזיק האט ארויסגעקנאקט ביז די גאס...