בלאט 3 פון 3
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 3:58 pm
דורך אניהקטן
ווי ס'קוקט יעצט אויס איז די וויי געשריי פון די מאנסיער עלטערן דערהערט געווארן, און ס'וועט פארקומען אן אסיפת הרבנים אין מאנסי, דן צו זיין איבער די שרעקליכע קאטאסטראפע פון די צענדליגער קינדער פון לאנגיעריגע מאנסיער משפחות וועלכע האבן נישט קיין חדר/סקול.
יעצט האבן די עסקנים מיט דער הילף פון דער בארימטער תורה ומסורה ארגאניזאציע זיך אריינגעלייגט אין דעם ענין און אויפגערודערט א וועלט, און ארגאניזירט א גרויסע אסיפה וואו די רבנים וועלן דן זיין איבער דעם שרעקליכן פראבלעם. עס ווערט יעצט צוזאמגעשטעלט א ליסטע פון אלע קינדער וואס האבן נישט קיין מוסדות און ווי די עסקנים געבן איבער וועט מען טאן אלעס אין דער וועלט אז יעדעס איינציגסטע קינד איז מסודר.
פאר די הצלחה פון דער אסיפה בעט מען אלע מאנסיער עלטערן (דווקא מענטשן וואס וואוינען אין מאנסי, נישט אזעלכע וואס ווילן זיך ארויסציען) אנצורופן די תורה ומסורה ארגאניזאציע
תורה ומסורה
212-227-1000 ext 4515
און איבערגעבן אלע זייערע פרטים, אז מען זאל דאס קענען פארלייגן פאר די רבנים ביי די אסיפה.
ביטע פארשפרייטן ווייטער, פאר די הצלחה פון דעם קאמפיין.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 4:02 pm
דורך אניהקטן
לחרפה ולדראון עולם זאל געשטעלט ווערן די הנהלה פון אייוועלט וואס האט אויסגעמעקט דעם קריטישן אשכול איבער די נושא.
פשוט'ע רשעות און טיפשות.
ישר כח פאר קאווע שטיבל וואס האט געלאזט דעם אשכול גיין ווייטער, העלפנדיג אז ס'זאל ווערן דאס געשפרעך פון טאג, און פירנדיג צו דעם האפנטליך-פאזיטיוון דעוועלאפמענט.
געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 5:41 pm
דורך ירא שמים
אני הקטן , איך פריי מיך זייערמשטארק צו הערן , אבער איר דארפט זעען אויפצוקומען מיט א לאנג טערמינע לעזונג , ווייל אפי׳ די עסקנים און רבנים וועלן מצליח זיין אריינצושטופען אין די עקזעסטירענדע מוסדות וועט דאס נישט העלפן אויף איבערעסיאר.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 5:45 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הייסט'ס די היימישע עפעל זאפט דארף מען האבען די היימישע, אבער פאר'ן חינוך פון די קינדער איז מען אנגעוואנדען אויף די מאדערנע מגולחים פון תורה ומסורה.
אבער פארגעס נישט! דער רעבע זכייישבו]]ש'ב= 'פ9/' האט געברענגט אידישקייט קיין אמעריקא!!!!!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 6:48 pm
דורך שלום על ישראל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הייסט'ס די היימישע עפעל זאפט דארף מען האבען די היימישע, אבער פאר'ן חינוך פון די קינדער איז מען אנגעוואנדען אויף די מאדערנע מגולחים פון תורה ומסורה.
אבער פארגעס נישט! דער רעבע זכייישבו]]ש'ב= 'פ9/' האט געברענגט אידישקייט קיין אמעריקא!!!!!
דער רבי ז"ל האט דיך נישט געטשעפעט. אין פאקט, דער רבי האט כמעט קיינמאל נישט ארויסגעזעהן קיין תלמיד\תלמידה פון די בתי חינוך צוליב פרומקייט, אנדערשט ווי די סענס-תלמודים פארציילען אייך.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:01 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נישט קיין שייכות. איך מיין נאר אז מ'זאל זיך נישט איינרעדען אז מ'האט אויפגעבויט א זעלבסשטענדיגע ווערטשאפט. למעשה מוז מען אנקומען צום 'אמעריקאנעם' מאדערנע איד, און מ'זאך זיך נישט בארימען אז מ'האט אלס אייגענ'ס און זיי זאלען גייען צו די אלע רוחות. יעדער דארף אנקומען צו אנדערע, אלע זענען אונטער איין דאך, הגם דער מאדערנע דארף ווייניג האבען פונ'ם חסידיש'ער, כ'מיין מ'קען מוותר זיין אויף א הייסע וועטשערע אין שפיטאל. אבער דער עיקר איז אז די עקסטרעמער\פארפרומטע\אלטמאדישע אידישקייט קען נאר עגזיסטירען ווייל ס'איז דא א ווערטשאפט אינדערויסען וואס קען עס אויפהאלטען.
אין די גאנצע היסטוריא פונ'ם רעבע זכ/וכםין=18י-0 פראבירט מען אונז איינצורעדען אז ער האט שטארק געוואלט אז מ'זאל אליינס אויפשטעלען, נישט זיין אויפהענגיק אויף די 'אמעריקאנער' גאס. למעשה אט זיך אויסגעלאזט א בוידעם, מיט'ן 'אומאפהענגיק' ארגאן.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 9:25 pm
דורך [NAMELESS]
הער אויף מיט די זכ^¶©Π<_=^ ווייל אויב ניט וועל איך שרייבן רשכבה{}=√\=_ אויף מר¥_|^_ הרב שך.
Re: געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 9:53 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביטע, איך בעט דיר. נאר דאס נישט.
פלי''ז
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 4:08 am
דורך הדד בן בדד
ליטוואק, דו רעדסט ווי א ריכטיגער (#@+}{, איך האב גארנישט מיט סאטמאר איינגעלייגט אבער איך וואלט געוואלט וויסן וואס די גאנצע פרשה האט מיט סאטמאר. עס האט פונקט אזוי מיט בעלז, וויזניץ, באבוב, באבוב, סקווער ועוד ועוד. סתם געהאקט אין קאפ אריין.
דו ווייזט פלעין ארויס אז דו האסט עפעס אן איינגעגעסנעם שנאה צו דעם סאטמאר רב. אפשר ווייל ער האט אוועק גענומען דעם בעלות איבער אידישקייט אין אמעריקא פון ר' אהרן'ען (נאך איין מזל).
*
אבער צוריק צום נושא פון דעם אשכול. איך ווייס נאך נישט פונקטליך וואס תורה ומסורה קען טוט אדער וועט טון אין דעם ענין. לויט דעם יעצטיגן פלאן ווילן זיי פאררופן א אסיפת הרבנים, און אויף אזוי פיל האבן זיי נאך עפעס אן השפעה (אזוי האף איך עכ"פ) אז די רבנים זאלן מוזן קומען צו דעם אסיפה. און דארט ביי די אסיפה ווען יעדער וועט זיין ביים טיש האפן זיי אז זיי וועלן קענען עפעס אויפטוהן.
Re: געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 5:47 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווי זעסטו דאס ווארט סאטמאר? איך האב דערמאנט סאטמאר?
איינעמ'ס היטעל ברענט [WINKING FACE]
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 9:53 am
דורך שעפטל
כ'האב אויך געטענה'ט אז דין מיינסט דעם שפעטיווקע רבי רעבע זכ/וכםין=18י-0
Re: געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 6:36 pm
דורך ירא שמים
וואס איז געווארן ?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 11:15 pm
דורך [NAMELESS]
ירא שמים האט געשריבן:וואס איז געווארן ?
וואס הייסט וואס איז געווארן? דו האסט געהאט א ספק אז די רבנים זענען נישט [tag]ירא שמים[/tag] און אז זיי גייען טוישן פון זייערע יודישקייט פרינציפן פון שטענדיג אן?
די רבני העיר זענען געזעצן א אסיפה, ווי זיי האבן באשלאסן צו מאכן א א אסיפה, ווי זיי האבן באשלאסן צו מאכן א א אסיפה, ווי זיי האבן באשלאסן צו מאכן א א אסיפה, ווי זיי האבן באשלאסן צו מאכן א א אסיפה, ווי זיי האבן באשלאסן צו מאכן א א אסיפה, ווי זיי האבן באשלאסן צו מאכן א א אסיפה, ווי זיי האבן באשלאסן צו מאכן א א אסיפה, ווי זיי האבן באשלאסן צו מאכן א א אסיפה...
עס איז שוין געווען אזויפיל אסיפות אז מען קען שוין לכאורה נישט האלטן חשבון ביי די וועלכע נומבער אסיפה זיי האלטן...
ווארט א רגע, עס איז געבליבן די החלטה אז מען גייט מאכן נאך א אסיפה...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 11:23 pm
דורך [NAMELESS]
פריעד באטשי האט געשריבן:ירא שמים האט געשריבן:וואס איז געווארן ?
די רבני העיר זענען געזעצן א אסיפה, ווי זיי האבן באשלאסן צו מאכן א א אסיפה, ווי זיי האבן באשלאסן צו מאכן א א אסיפה, ווי זיי האבן באשלאסן צו מאכן א א אסיפה, ווי זיי האבן באשלאסן צו מאכן א א אסיפה, ווי זיי האבן באשלאסן צו מאכן א א אסיפה, ווי זיי האבן באשלאסן צו מאכן א א אסיפה, ווי זיי האבן באשלאסן צו מאכן א א אסיפה, ווי זיי האבן באשלאסן צו מאכן א א אסיפה...
עס איז שוין געווען אזויפיל אסיפות אז מען קען שוין לכאורה נישט האלטן חשבון ביי די וועלכע נומבער אסיפה זיי האלטן...
ווארט א רגע, עס איז געבליבן די החלטה אז מען גייט מאכן נאך א אסיפה...
פארוואס מאכן זיי נישט איינמאל פאר אלעמאל אן אסיפה צו באהאנדלן דעם פראבלעם אז זיי קענען נישט אויפהערן צו מאכן אסיפות...
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 8:36 am
דורך [NAMELESS]
מיט אסיפות איז נישט שייך אויפצוהערן, דאס איז דאך זייערע קלאסן, און די עסקנים זענען די טיטשערס....