בלאט 3 פון 8

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 2:12 pm
דורך קאווע טרינקער
הייסע חסיד האט געשריבן:אזוי ווי די אברכים ביהמ"ד איז לעטצטענס געווארן ענג, האלט מען יעצט אינמיטן בויען א נייע גרויסע שוהל מיטן נאמען "בית יהושע", לשמו ולזכרו פונעם רב'ס טאטע סאמבאטעהלי רב זצ"ל.

אדער על שם העתיד. דער רב'ס צווייטע זוהן.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:02 pm
דורך דריידל
lazar האט געשריבן:און די איבריגע ה' פון שמנה צוזאמען מיט די ווארט לחמו עה"כ איז בגימטריא כ"ץ


רעכן איבער

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:09 pm
דורך lazar
אופס... :oops: :oops: :oops:

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:11 pm
דורך געוואלדיג
מיט די שטרעכעלעך...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 10:52 am
דורך הייסע חסיד
קאווע טרינקער האט געשריבן:
הייסע חסיד האט געשריבן:אזוי ווי די אברכים ביהמ"ד איז לעטצטענס געווארן ענג, האלט מען יעצט אינמיטן בויען א נייע גרויסע שוהל מיטן נאמען "בית יהושע", לשמו ולזכרו פונעם רב'ס טאטע סאמבאטעהלי רב זצ"ל.

אדער על שם העתיד. דער רב'ס צווייטע זוהן.

תיקון טעות, תפילת יהושע

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 9:53 am
דורך אוהב שלום
Milk shake האט געשריבן:מבקש, דאכט זיך אז פאפא רב זצ"ל והלבחל"ח פאפא רב שליט"א זענען גאנץ גוט געפארן אין וויליאמסבורג, אזוי אויך סקולענער רבי זצ"ל, רבי הערשעלע מספינקא זצ"ל, און היינט יאוואזשנער רב שליט"א, מעגליך אז אין בארא פארק אדער פלעטבוש וואלטן זיי נאך בעסער געפארן, אבער דער כלל געלט נישט אייביג.


קודם כל, כ'זעה נישט אז ווינער רב זאל זיין הונטערשטעלוג פון זיי, ער א שיינע פאר הונדערט אידן יעדע וואך ביי פרק, של"ש, אדער אפי' ביים דאווענען.. סתם אבי זיך אפצורעדן.

איך לויף אסאך ארום צו די וויליאמסבורגע רבי'ס (אזוי ווי רוב יונגע.. עוד חזון למועד דאס וועט נאך באקומאן אן אייגנארטיגן אשכול) און איך קען זאגן אז די ערנסטקייט, און אמת'דיגקייט, ארגינעלקייט, וואס הערשט דארט טרעפט מען נישט אין ערגעץ כמעט.

נאך דערצו ווען סווערט באגלייטמיטן חסידישע ווארעמקייט אין די זייט, סאיז א מוראדיגע קאמבענעישאן, כבין ממש מקנא די ווינע חסידים, איך האלט אז ווען די אלע טויזענטער וויליאמסבורגע סאטמערע בירגער (וואס האבן נעבעך נישט קיין רבי), וואלטן ווען געהאט שכל וואלטן זיי געלאפן צו ווינע רב.

נאר וואס דען, אזוי ווי "קאווע טרינקער" האט שוין פריער מעורר געווען, אז דער עולם איז נישט אינטערעסירט אין דעם, נאר וועלעכע רבי ס'שרייט די העכסטע, אדער האט אייביג וואס צו האקן, און ווי ער קומט אן דארפן זיינע חסידים מאכן א חורבן, וכל המרבה הרי זה משובח, דאס דארפ דער עולם.

אבער א רבי וואס מישט זיך נישט אריין וואו ער דארף נישט, און ער דינט דעם אייבערשטן מיט א אמת, דער איז דאך סתם אויסגעשפילט.. פארוואס אויסגעשפילט?? אויף איהם שטייט דאך די וועלט!!!

אויף דעם זאגט מען, "גיי לערן א גוי ברטנורה"..

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 5:39 pm
דורך אוהב שלום
ווינע רב קישט סקולענע רבי'ס הענט.

וועלעכע רבי וועט קישן א צווייטע רבי'ס הענט?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 6:21 pm
דורך בעל מדות
אוהב שלום האט געשריבן:ווינע רב קישט סקולענע רבי'ס הענט.

וועלעכע רבי וועט קישן א צווייטע רבי'ס הענט?


עס איז א באקאנטע זאך אז סקולענע רבי און ווינע רבי האבן א גאר שטארקע קשר און איך האב געהערט אז סקולענע רבי קישט אויך ווינע רב אין די האנט.


נישט דאס אבער איז די לייסענס צו זיין א ערליכע איד אדער נאבעלע פערזענליכקייט, ער איז א מוסטער פארן דור פאר דאס וואס ער איז.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 6:24 pm
דורך [NAMELESS]
אוהב שלום האט געשריבן:וועלעכע רבי וועט קישן א צווייטע רבי'ס הענט?

אסאך!

אדמו״ר מסקולען?
אדמו״ר מניקלשבורג (מאנסי)
אדמו״ר מהר״י מויזניץ
ובטח שיש עוד.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 6:34 pm
דורך הייסע חסיד
זיי קישן א יעדעמס הענט. כמנהג ויזניץ

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 8:42 pm
דורך שמערל
וויליאמסבורגער האט געשריבן:
איך געדענק נאך ווען ער איז געווארן וויענער רב. ס'איז געוועהן הויעך יו"ט אויף לי עוועניו לעבן די ביהמ"ד. (אופס, כ'דארף זאגן ביהכ"נ ווייל דעמאלטס איז עס נאך געוועהן א בית הכנסת מיט אלע פיטשיווקעס אפילו מיט די שיפע פלאר. ) און אויב געדענק איך גוט איז געוועהן אזא עולם אינעווייניג אז מ'האט געהאט ספיקערס אין די גאס מ'זאל קענען מיט האלטן די איינצוגס דרשה פון דעם נייעם רב.


עפעס אן אלטער איינגעגעסענער גרייז אז די פלאר איז געווען שיף כמנהג אשכנז אז החזן 'יורד' לפני התיבה. ווי ווייט איך ווייס, איז נישטא אזא מנהג, בעדות האשכנזים.
די סיבה פארן שיפן פלאר איז גאנץ אן אנדערע, פשוט ווייל דער בנין פלעגט דינען פאר א טיאטער הויז פאר זי איז אפגעקויפט געווארן דורך עדת יראים, און דער מנהג אין א טיאטער איז אז כדי יעדער זאל קענען גוט זען, מאכט מען שיף די פלאר.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 10:06 pm
דורך הייסע חסיד
הונדערט פראצענט קיינער האלט נישט אז עס איז געווען א שיפע פלאר האט עפעס צוטוען מיט אשכנעזישקייט,

סהאט נאר צוגעגעבן צום בליק פון דעם וויבאלד אזא קהילה איז בעצם געווען א זעלטנהייט אין וויליאמסבורג, ממילא זענען זיך מענטשן טועה אז סהאט איינס מיטן אנדערן.

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:17 am
דורך לבלר
דער ווינער רב האט אמאל געפרעקט די נירבארטר רב וויאזוי האסטי געוויסט באן זיך משדך צי זיין מיט רבי ישראל הגר אז ער גייט זיין איינטאג האדמו"ר מויזניץ אין איך ווי א לאזור בין א מחותן מיט רבי מנדל הגר...
האט אים די נירבארטר גענפערט "צי בהמות פראשטיי איך" [emoji6]

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:01 pm
דורך בעל מדות
איך באקום היינט א אימעיל פון א מענטש מיט וועם איך בין פארבינדן כסדר, א געשוואוירענע וויענער, זאגט ער מיר אז צוליב זיין רעבינ'ס דרשה, שבת תשובה קעגן וואצעפ האט ער אנעסטאלט דעם עפפ.

אינטערסאנט צו הערן דאס, אויב איינער ווייסט מער פרטים, וועגן די דרשה וכדו' זאל ער ביטע שרייבן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:30 pm
דורך אוהב שלום
יא איך בין דארט געווען ס'איז געווען א מוראדיגע שיינע דרשה, און צום סוף האט ער גערעדט זייער שארף וועגן אינטערנעט, דערנאך האט ער געזאגט אז אפי' איינער וואס האט נישט קיין אינטערנעט דארף גרויס רחמי שמים מיט די וואטסעפ.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 1:11 pm
דורך הייסע חסיד
לכבוד סוכות

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=dMFKKZWK7l8[/youtube]

נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 9:35 am
דורך אוהב שלום
ישר כח, הייסע חסיד פאר די ווידיאו.

איך בין געווען דארט די יאר ביי די הקפות און נעילת החג, מהאט נישט געקענט אריינשטעקן נאדל דארט.

פאר אפאר יאר צוריק ווען ער האט געהאט די טראסק מיט די ישיבה, האט איך נישט געחלומט אז ער וועט אזוי שנעל גרויס ווערען.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 9:41 am
דורך הייסע חסיד
ס'איז כדי אריינצוגיין כאפן א בליק שמחת תורה צופרי 11:00 ווען רוב ווילאמסבורג שלאפט נאך, טאנצט מען שוין אין וויען די ערשטע הקפה, קיע"ה אזא עולם, פילע פארענטשעס.

מ'שטעלט זיך דאווענען 8:30 און אויף 4:00 איז מען פערטיג.

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 9:52 am
דורך סאשי פיש
אין אלע שולען חוץ סאטמער הייבט מען אן טאנצען בערך עלעף אזייגער

נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 10:05 am
דורך הייסע חסיד
וועלכע אלע?

איך דא פון א גרויסע ביהמ"ד פון אפאר הונדערט אידן.

כוועל דיר זאגן דעם אמת, כ'בין נאך קיינמאל נישט געווען ביי קיין אנדערע הקפות, סאו איך ווייס נישט.... צווייטנס איך מיין אז שמחת תורה באשטייט רוב וויליאמסבורג פון סאטמאר...(???)

נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 10:47 am
דורך הייסע חסיד
-

נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 10:49 am
דורך אוהב שלום
דו פרעגסט? אדער זאגסט?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 10:52 am
דורך הייסע חסיד
איך זאג וואס איך טראכט, און איך פרעג אויב איינער האלט אנדערש..