בלאט 3 פון 3

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 8:23 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דכל פסול שאין הגשמים יכולין לירד בו הוא פסול 'בשיעור הסכך' המכשיר את הסוכה שאותו הסכך צריך שיהא באופן שהגשמים יכולין לירד בו.
דאס איז זיין לשון.

און וואס נעמסטו ארויס פון דעם לשון?

Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 11:39 pm
דורך לבלר
לאמיר רעדן תכלית?
וויפעל מער קאסט די סכך ?
ווי קען איך עס קיופען?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 11:49 pm
דורך שלום על ישראל
702222918_36865_5514339973068291193.jpg

Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 5:23 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז דא אסאך וואס צו שרייבען, אבער נישט פאר יעצט. ס'איז געווען מסירות אויף אפצוהאלטען די סחורה ביים פארט, צעטליך מיט זיופים ושקרים (א פסק פון ר' משה פיינשטיין? !) און נאך, אבער למעשה האט זיך אלס פארקויפט. הייסט'ס דער ערשטע שיף איז אנגעקומען באצייטענס און אויספארקויפט. די צווייטע איז ערשט אנגעקומען נאך יוהכ''פ, אדאנק די מסירות פון די 'לאפרושי מאיסורא'ניקס', אבער דער אינשוראנס צאלט עס אויס, ממילא האט ער פארדינט נאך מער ווי ווען יענער גייט גראד מיט מפרסם זיין די אוסרים.
די רשימה פון מענטשען וואס האבען געשריבען א קלארער מיינונג מפיהם אדער מפי תלמידיהם שטייט, כפי מיטב זכרוני אזוי;
להיתר-
משנה ברורה (אז נאר מיט מסמרים האט ר''ת גערעדט)
הרב אלישיב
הרב ישראל יעקב פישער
הרב שלמה זלמן אויערבאך
הרב חיים פנחס שיינבערג
הרב הענאך פאדווא
הרב שמואל וואזנער
הרב חיים קרייסווירטה
הרב פישעל הערשקאוויץ
הרב חיים קנייבסק
הרב מח''א פאדווא

לאיסור-
הרב מאיר בראנסדארפער
א הסכמה להנ''ל פון הרב יצחק יעקב ווייס
הרב בנימין זילבער
הרב יחזקאל ראטה

די קלענערע מו''צ'לעך וואס שרייבען מאמרים האב איך נישט געברענגט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 5:48 pm
דורך [NAMELESS]
זיוף גלוי!!

נישטא אזא משנה ברורה!

וואס זאל איך שוין טראכטן אויף די אנדערע פוסקים וואס ווערן דערמאנט אן קיין מראה מקום

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 6:44 pm
דורך רימון
די מוצלעך ווי דו רופסט זיי זענען תלמידי חכמים מובהקים און ווי באקאנט האט דער דעברעצינער רב צוריקגעצויגן פון זיין היתר און געחתמעט לאיסור דערנאך וואס ער האט געליינט דעם בירור הלכה פון די מוצלעך!
פון רב וואזנער איז אויך דא א בריוו לאיסור ווייסעך נישט וויפיל ביזט נאמן אויף די אנדערע נעמען ודי בזה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 6:48 pm
דורך רימון
רבי משה שטערנבוך אסרט אויך
וכן ר' נסים קרליץ.
הרב אלישיבס היתר איז נישט געבויעט אויף עפעס א זוהר מ'זעט זיינע נימוקים, דברים פורחים באוויר, למשל דאס צוצושטעלן צו עשתרות קרניים איז א קינדישע סברא און די אלע נימוקים זיינע זענען אפגעוואנדן געווארן ע''י האוסרים בראיות ברורות.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 7:59 pm
דורך ישראל קאפקע
המממ...

רימון האט געשריבן:די מוצלעך ווי דו רופסט זיי זענען תלמידי חכמים מובהקים און ווי באקאנט האט דער דעברעצינער רב צורי...


רימון האט געשריבן:הרב אלישיבס היתר איז נישט געבויעט אויף עפעס א זוהר מ'זעט זיינע נימוקים, דברים פורחים באוויר.

Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 8:48 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט פון בריווען, אין שבט הלוי זאגט ער להיתר.
איך ווייס נישט פון דער דעברעצינער רב, איך האב איהם נישט געברענגט ווייל איך האב גארנישט געהערט.
דער צעטעל אין צייטונג איז גאנץ קרום אויך. הרב משה שטערנבוך ברענגט סברות לכאן ולכאן, אבער ער איז נישט מכריע. הרב משה פיינשטיין רעדט בכלל נישט פון דעם, נאר פון די פלאסטיק משוגע'ת פון איינער פון די אוסרים, וואס ביי איהם איז א פלאסטיק דאך כשר, אבער די סכך איז פסול. ר' משה מאכט איהם אוועק, אבער צו די סכך האט עס נישט.
נאך א קרומקייט זיינער איז לגבי הרב אלישיב, וואס האט מתיר געווען בשופי, נישט נאר בשעת רעגען, און רוח ויתושים איז נישט זיין סברא, עיי''ש וואס ער דערמאנט עס אבער נישט לגבי זיין עיקר פסק. הרב ישראל יעקב פישער אין אבן ישראל איז מתיר קלאר בכל אופן, דעריבער איז דער שקר נאך מער ווען ער זאגט אז 'אין לה אפי' דעה יחידאי', אפילו לפי חילוקו וואס ער וויל מאכען.
און וועגען די אנדערע פוסקים מאכט ער זיך נישט צוטוהן, מסתמא שלא לפרסם את שמותיהם.
דער קובץ 'הפסגה' פון א פאר אומבאקאנטע ליטווישע רבנים רעדט פון א גלאזענער דאך, נישט פון די פאטענט, און ר' שלמה'לע ווילנא (די איינציגסטע באקאנטע דארט, וואס איינער פון די רבנימ'לעך ברענגען צו) איז עס דעריבער מסביר.
דער מ''ב מוז איך נאכאמאל נאכקוקוען, ווייל לע''ע האב איך עס פארלוירען. טאמער איך טרעף עס נישט, סמי מכאן מ''ב וואס האט דעמאלס גארנישט געזאגט.
הרב אליהו לוין שליט''א האט עס אויף זיין סוכה, נאר אויף א חלק ווייל ס'איז זייער טייער. מ'האט איהם געמאלדען א מתנה אבער ער האט געזאגט 'ווי קען איך מתיר זיין און נאך דעם נעמען א מתנה?' (אינטרעסאנט, דער קארלסבורגער ב''ד האט געפאדערט $3000 פאר זייער פסק להיתר, און אויף מארגען איבערגעדרייט אן אפילו מודיע זיין. זעט אויס ארנטליכקייט קומט מיט.....)
ער האט מיר געזאגט אז ער וויל זיצען אין דער סוכה מפאת כבוד התורה. פרעג איך איהם 'כבודו פון הרב אלישיב?', זאגט ער 'ניין, די אוסרים לערנען אפ דער זאך קרום, און מ'דארף מכבד זיין גלאטער לערנען!'

Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 10:47 pm
דורך יהושע חיים
ביידע זייטן האבן אגענדעס דעריבער טאר מען זיך נישט פארלאזן אויף קיין פאסטערס און אויף שמועות נאר מען דארף זיך אליין אראפ זעצן און דורך טיהן די סוגיה

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2016 12:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ברוך השם!
היי יאר האב איך זיך פארהאנדעלט א מטר מאט פאר א דריטעל פון מיין סוכה. א שכן מיינע האט עס געקויפט פאראיאר'ן און היי יאר איז ער געפארען קיין א"י (דער וואס קען ערלויבען דער טייערע סכך קען ערלויבען צו נעמען די משפחה קיין א"י...). איך זיץ מיר יעצט אין סוכה אין די חלק ווי מ'האט עס געלייגט און איך קוק ווי ס'טראפט אין די אנדערע זייט פון די נאסע סכך.

איך האב היינט געהאט א ברית פון א חבר'ס א קינד, כמבואר כאן, און אין מיט'ן דאווענען האט זיך עס גענומען רעגענען שטארק. דער סעודה האט מען אויפגעשטעלט אין בית המדרש (ס'איז א נוסח ספרד שול, ווי די זאכען ווערען ערלויבט) און מ'האט זיך דארט געוואשען. איך האב געקלערט צו זיך 'ממילא דער עולם, זיי זענען דאך מצטערים, זיי האבען נישט קיין סוכה ווי צו גייען. איך האב אבער יא, פארוואס זאל איך מעגען זיך וואשען דא? נאר פאר די סעודת מצוה איז עס נישט מעגליך זיך צו באטייליגען אחוף ווען איך זיץ דא אין בית המדרש. למעשה ביני לביני האט זיך אויפגעהערט רעגענען פאר דעם וואס איך האב זיך געוואשען און איך האב שוין נישט געמעגט וואשען, האב איך אהיים גענומען א זעמעל און געגעבסען ביי מיר.

היי יאר איז עס נישט געווען פארקויפט, ער האט עס נישט פאבריצירט. דאס ביסל וואס איז געבליבען האט ער יא פארקויפט. בתוך הקונים איז געווען מונקאטשער רבי שליט"א, וואס האט עס געלייגט ביים פערזענליכע סוכות (האסט געמיינט א רעבע קען זיך באגענוגיגען מיט איין פריוואטע סוכה?) און בעז"ה וועט מען איבער א יאר פאבריצירען מער, ובתוכם לענגערע שטיקלעך.

אין בתי מדרשים אין לעיקוואוד האט מען פארטיילט א גליון פון דער טשיקאגא כולל, און דארט האט מען אראפ געברענגט פון ר' משה פיינשטיין אין ספר מסורת משה אז ער האט עס מתיר געווען לכתחילה און געזאגט אז אין יוראפ האבען אסאך אזוי געטוהן אפצוהאלטען די רעגען. טאמער איך וועל קענען וועל איך ארויפשטעלען א קאפי. טאמער איינער האט דער ספר מסורת משה, איז ער געבעטען דאס ארויף צו שטעלען.

Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט

נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2016 3:38 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
אגב אז סאיז נאר אויף א דריטל סוכה פאלט א וועק נאך אסאך שאלות..
ווייל די פסיל פין נישט קענען אריינרעגענען איז לכאורה א דין אין די סוכה בכללית,,
אין נישט אין די סכך (דהיינו סאיז נישט קיין סכך פסול..)

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 22, 2016 9:20 pm
דורך קינד_אן_קייט
קאווע טרינקער האט געשריבן:די אונטערשטע שורה סכך איז נישט קיין כלי?

כ׳האב אנגעפרעגט א מו״ץ און ער האט גע'פסק׳נט לאיסור מטעם זה.

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2016 12:26 am
דורך [NAMELESS]
א מראה מקום אין מסורת משה ביטע.

Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2016 12:51 am
דורך יהושע חיים
קינד_אן_קייט האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:די אונטערשטע שורה סכך איז נישט קיין כלי?

כ׳האב אנגעפרעגט א מו״ץ און ער האט גע'פסק׳נט לאיסור מטעם זה.

זייער אינטערסאנט ווייל עס האט נישט קיין בית קיבל
און אויב הייסט דאס א כלי וויאזוי ברענגט ער מי גשמים צו זיין מקוה אן דעם וואס עס זאל ווערן שאובים?