בלאט 3 פון 4

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 11:22 pm
דורך ירא שמים
וואו זוי וויסטו ?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:00 am
דורך יהושע חיים
רמ"א סימן כ"א
יש אומרים דאין לנהוג אפילו עם אשתו בדברים של חיבה, כגון לעיין ברישיה אם יש לו כינים, בפני אחרים

מקען זיך דינגען פשט אין דעם רמ"א און ווייטער און פשט פון די בית שמואל
אחר כנים כצ"ל וכ"כ בדרישה, אפי' יושב ואין מונח בחיקה אסור כן משמע מתשו' רשב"א סימן אלף קפ"ח וכ' בט"ז וז"ל ונראה דיש חילוק בזה דעיון לחוד אין נכון בפני אחרים באשתו משום הרואה יבא לידי הרהור דנזכר קירוב שלהם ע"י תשמיש אבל בבתו ואחותו ונכדו שאין כאן זכרון תשמיש מותר בפני אחרים אבל שכיבה בחיקה פשיט' דאסור אפילו שלא בפני אחרים ובשאר עריות אפילו בפנויה אסור אפי' עיון בראשו לחוד כנלע"ד עכ"ל

לאמער טאקע הערן ווי אזוי דער עולם לערנט פשט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 9:16 am
דורך ירח בן יומו
ביי אונזערע קרייזן איז די גאנצע געדאנק פון קישן "מאדנע" (נאר די ווייב בחדרי חדרים, ווען? סתם אזוי?), ביי אנדערע איז א אנגענומענע זאך אפילו ביי חברים אז מ'טרעפט זיך קושט מען זיך, ביי אחינו בבני ספרד אויף ביידע באקן, איך קען נישט פינקטליך ד מנהגים דארט אבער אזוי גייט עס, ביי די ליטווישע אפילו די ערליכע מ'גייט אויף א שמחה קושט מען די חתן און מחותנים, קוים מ'זעט עס ביי א טאטע און א זיידע.

די קישן איז ביי אונז זייער צוריק געהאלטן, לבי אומר לי אז א קיש א נישט נאר א וועג פון ווייזן פאר יענעם ליבשאפט, נאר עס איז א תאוה ווי אלע תאוות, און דאס איז סיבה פארוואס מ'האט דאס איינגעצוימט שטארק.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 9:24 am
דורך שלום על ישראל
פלענטי חסידים קישן לעבעדיג.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 10:47 am
דורך ירח בן יומו
לעבעדיג? ס'שטייט הארבע זאכן אויף קישן א טויטע.
וועמען קישן די חסידים אזוי "לעבעדעיג"? (אויסער דעם רבי'ן'ס האנט?)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 11:57 am
דורך רוסישער

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:05 pm
דורך ירא שמים
כהאב נישט געטראפן דעם מאמר דארט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:07 pm
דורך שלום על ישראל
ירח בן יומו האט געשריבן:ביי אונזערע קרייזן איז די גאנצע געדאנק פון קישן "מאדנע" (נאר די ווייב בחדרי חדרים, ווען? סתם אזוי?), ביי אנדערע איז א אנגענומענע זאך אפילו ביי חברים אז מ'טרעפט זיך קושט מען זיך, ביי אחינו בבני ספרד אויף ביידע באקן, איך קען נישט פינקטליך ד מנהגים דארט אבער אזוי גייט עס, ביי די ליטווישע אפילו די ערליכע מ'גייט אויף א שמחה קושט מען די חתן און מחותנים, קוים מ'זעט עס ביי א טאטע און א זיידע.


ירח בן יומו האט געשריבן:לעבעדיג? ס'שטייט הארע זאכן אויף קישן א טויטע.
וועמען קישן די חסידים אזוי "לעבעדעיג"? (אויסער דעם רבי'ן'ס האנט?)


דו האסט געזאגט אז ביי אונז קושט מען זיך נישט ווען חברים טרעפן זיך, שמחות וכדו', און דאס טוט מען אין אסאך חסידישע משפחות און קרייזן.

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:08 pm
דורך מארמאראשער
tapatalk_1441900362315.jpeg
tapatalk_1441897584110.jpeg
tapatalk_1441865074919.jpeg
tapatalk_1441865118374.jpeg
tapatalk_1441865118374.jpeg


Sent from my SAMSUNG-SM-G900A using Tapatalk

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:31 pm
דורך mevakesh
,

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:42 pm
דורך רוסישער
ירא שמים האט געשריבן:כהאב נישט געטראפן דעם מאמר דארט.

איך האב פאראכטן די לינק

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 11:41 am
דורך קרעקער
רוב פרימע יודען קישען נישט סווייב ווייל מהאט נישט ליב דעם ווייב
די מיעוט וואס האט יא ליב קען נישט טוהן אנדערש פינעם רוב ווייל ספאסט נישט (וי נחום זאגט שששששששידדוכים)

אלע חסידים פין די רבי האבען ליב די רבי, קישט מען יא
אין ווישניץ ווי סאיז נארמאל קישט דער רבי אפילי אין פנים

איך האב אמאהל פורים געזעהן 2 עכט עהרליכע יודען וואס לערנען קבלה קישען זיך די ליפען (ניין זיי זענען נישט געי) סהאט מיט סוד הנשיקין ליודעי חריין

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:28 am
דורך סאדאם חוסעין
קרעקער האט געשריבן:רוב פרימע יודען קישען נישט סווייב ווייל מהאט נישט ליב דעם ווייב
די מיעוט וואס האט יא ליב קען נישט טוהן אנדערש פינעם רוב ווייל ספאסט נישט (וי נחום זאגט שששששששידדוכים)

אלע חסידים פין די רבי האבען ליב די רבי, קישט מען יא
אין ווישניץ ווי סאיז נארמאל קישט דער רבי אפילי אין פנים

איך האב אמאהל פורים געזעהן 2 עכט עהרליכע יודען וואס לערנען קבלה קישען זיך די ליפען (ניין זיי זענען נישט געי) סהאט מיט סוד הנשיקין ליודעי חריין

דו מיינסט אז ווען מען לערנט קבלה האט מען שוין נישט קיין תאוה? [בפרט נאך א גלעזל ווויין]

נשלח: פרייטאג מאי 01, 2020 10:03 am
דורך במדבר
ס'וואלט אינטערעסאנט געווען צו זעהן: נאך פינף יאר האט איר נאך די זעלבע מיינונג? און וואס זאגט די נייע גענעראציע?

זאל מען קישן ס'ווייב און פארענט פון די קינדער?

אה און מיין מיינונג?! (ס'אינטרעסירט איינעם?) פאר די וואוילזיין פון אייער קינדער, די ערשטע זאך איר קימט אהיים: געט'ס האגס-און-קיסעס פאר אינזערע אידישע מאמעס.

זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

נשלח: פרייטאג מאי 01, 2020 11:38 am
דורך מי אני
יהושע חיים האט געשריבן:רמ"א סימן כ"א
יש אומרים דאין לנהוג אפילו עם אשתו בדברים של חיבה, כגון לעיין ברישיה אם יש לו כינים, בפני אחרים

מקען זיך דינגען פשט אין דעם רמ"א און ווייטער און פשט פון די בית שמואל
אחר כנים כצ"ל וכ"כ בדרישה, אפי' יושב ואין מונח בחיקה אסור כן משמע מתשו' רשב"א סימן אלף קפ"ח וכ' בט"ז וז"ל ונראה דיש חילוק בזה דעיון לחוד אין נכון בפני אחרים באשתו משום הרואה יבא לידי הרהור דנזכר קירוב שלהם ע"י תשמיש אבל בבתו ואחותו ונכדו שאין כאן זכרון תשמיש מותר בפני אחרים אבל שכיבה בחיקה פשיט' דאסור אפילו שלא בפני אחרים ובשאר עריות אפילו בפנויה אסור אפי' עיון בראשו לחוד כנלע"ד עכ"ל

לאמער טאקע הערן ווי אזוי דער עולם לערנט פשט

איך האב אלס פארשטאנען, אין טאקע פון דעם ב״ש, אז וואס מ׳מיינט בפני ״אחרים״ מיינט מען פאר ״פרעמדע״, ווי איידער די גאר נאנטע קרובים [אייגענע קינדער] וואס קומען נישט צו דערצו להירהור. און דאס איז אביסל ענליך צו דעם אז בביתה (נישט חצרה), פארנט פון די קינדער ובני בית, קען מען מתיר זיין אז די פרוי זאל גיין מיט איר האר אויפגעדעקט (ועיין להלן בסימן קטו סעיף ד ובנו״כ שם ‏(וידוע האגרות משה ביו״ד ח״ב סימן עה, הגם ער דערמאנט נישט בפני הילדים)). הגם מ׳קען מחלק זיין בפשטות אז ביי האר ווענד זיך עס אין רשות/מקום מער ווי מענטשן וואס זעהן (הגם כמובן ווענד זיך עס אין דעם אויך, ולמשל אויב ס׳דא אורחים בביתה), און ביי עניני חיבה ווענד זיך עס נאר אין וואס מ׳זעהט און נישט אין מקום בכלל.

ולדעתי, הגם ס׳קען זיין אז מקורו איז פון דעם רמ״א, איז עס אבער מער א קולטוראלע פּרוּדישע געוואוינהייט וכו׳ ווי איידער הלכה׳דיג, וכנ״ל בהאשכול. למשל, אפילו ביי מיין 11 יעריגע זוהן, וואס איך בין זייער אפען מיט, ווען ער זעהט/הערט ווי איך קיש מיין ווייב אדער רוף איר ״בּעיבּ״ שמייכעלט/לאכט ער זיך אונטער. ווען איך בין אמאל נערוועז געווארן פון זיין געלאכעכץ האט ער זיך אנגערופן, ״וואס דו טוהסט מיט מאמי פּריוואט איז איין זאך. אבער ווען ס׳איז אין דיינינג רום אין פראָנט פון דיינע קינדער, זאלסט מיר מוחל זיין, ס׳איז פאָני.״ אידיש נחת... :D און דאס איז שוין איינער וואס זעהט/הערט דאס סיי אינדערהיים און סיי פון צייט צו צייט אין פילמס. נאר וואס דען? ס׳איז למעשה די ארומנעמענדע [חרדי׳שע] סאציאלע/קולטוראלע ״צייטגייסט״ וכו׳ וואס נעמט אים ארום אא״וו.

(איך האב ארומגערעדט מיט אים אז אין (אפשר רוב) אנדערע חרדי׳שע משפחות איז די דינאמיק נישט אזוי.)

***

https://youtu.be/h_y9F5St4j0

נשלח: פרייטאג מאי 01, 2020 12:08 pm
דורך berlbalaguleh
מי אני: גיי פארצייל פאר א היימישן וואס פידלער אן דהע ראף איז. און ווער ..."טוביה" און גאלדא זענען...לאל...! איך האב אמאל געפרעגט פון א היימישן וועלכער האטציך געהאלטן פאר אן אויפגעקלערטן ווער לייזער וואלף איז. קוקט ער מיך אן ווי א האן אין בני אדם...! ער האט געמיינט אז דאס איז איינער פון קרעטשיניווער רבי'ס...!...!

נשלח: פרייטאג מאי 01, 2020 12:57 pm
דורך במדבר
א דאנק @מי אני: פארן צוברענגן די ''דא יא לאוו מי'' קליפ: פון פידלער אן דע ראף.

לדעתי וועט עס זיין פון גרויס תועלת פאר אינזערע צוקלאפטע געזעלשאפט: אויפצושפילן דעי פילם אויף די גאסן פון בארא-פארק און ווילימסבורג.

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 12:27 am
דורך במדבר
במדבר האט געשריבן:ס'וואלט אינטערעסאנט געווען צו זעהן: נאך פינף יאר האט איר נאך די זעלבע מיינונג? און וואס זאגט די נייע גענעראציע?

זאל מען קישן ס'ווייב און פארענט פון די קינדער?

אה און מיין מיינונג?! (ס'אינטרעסירט איינעם?) פאר די וואוילזיין פון אייער קינדער, די ערשטע זאך איר קימט אהיים: געט'ס האגס-און-קיסעס פאר אינזערע אידישע מאמעס.



''לעטס ברינג אווערניס''

להצלת די פארשוועכטע געשענדעטע פרויען וואס שטילן זייער דארשט פאר ליבשאפט, נעבעך: מיט האס און ''שפיצעל-מיסיאן''.

און ס'זאל זיין לעי''נ די פארפייניגטע, פארשעמטע, נשמות וואס האבן איבערגעלאזט די וועלט אן א קיש פון זייערע מענער.

און לרפואת די אלע קינדער וואס האבן דאס נישט צוגעזעהן וואס דאס האט זיי טראומאזירט פאר די רעשט פון זייער לעבן.

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 3:48 am
דורך גראף
איים סארי. איך בין נישט צובראכען אז איך האב נישט געזען ווי מיין טאטע קושט מיין מאמע. ווי אויך דארף איך נישט קיין טעראפי ווייל מיין טאטע רופט נישט מיין מאמע מיי בעיבי לאוו אין פארנט פון מיר. אולי ווייל איך האב נישט געוואוסט בעסער במילא איז מיר גוט אזוי. ס'איז מיך אלס קינד געווען אסאך וויכטיגער אז מיין מאמע זאל זיך האלטן רוהיג ערב יו''ט אין דער פיצעל קאך בשעת קאכן און באקען פאר איבער א דאזען מענטשן.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 4:09 am
דורך או אינו
קען זיין ביזט נישט משיג אין די טרעין לעפט די סטעישאן. א קוש פין עלטערן צויישען זיך איז קיין געזונטערע זאך נישטא. דא האט מען דאך מוחק געוועהן די צירת אשה. א טעלפאן נומבער מיט א קאלער איידי נאמען פין א פרן ברענגען שוין הרהורים.

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 4:20 am
דורך גראף
איך פארשטיי עס זייער גוט אבער איך זעה נישט פארוואס א היימישע אינגערמאן זאל פלוצלינג זיך נעמען קושן זיין ווייב פארנט פון די קינדער. א שטוב וואס די עלטערן האבן זיך ליב און האלטן זיך רוהיג מיט א שמייכעל וכו' דעמאלסט זענען די קינדער אקעי און זיי פילן און ווייסן אז טאטי און מאמי האבן זיך ליב. אפשר קענסטו שרייבן פארוואס יא.
סתם דער באן איז שוין געפארן דארף צו מיינען אז דער וואס קושט נישט אין דיינוג רום איז אלטמאדיש און דארף הילף?


Sent from my SM-G950U using Tapatalk

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 4:56 am
דורך או אינו
At minimum let it be a goal.

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 10:57 am
דורך ליב צו וויסן
גראף האט געשריבן:איך פארשטיי עס זייער גוט אבער איך זעה נישט פארוואס א היימישע אינגערמאן זאל פלוצלינג זיך נעמען קושן זיין ווייב פארנט פון די קינדער. א שטוב וואס די עלטערן האבן זיך ליב און האלטן זיך רוהיג מיט א שמייכעל וכו' דעמאלסט זענען די קינדער אקעי און זיי פילן און ווייסן אז טאטי און מאמי האבן זיך ליב. אפשר קענסטו שרייבן פארוואס יא.
סתם דער באן איז שוין געפארן דארף צו מיינען אז דער וואס קושט נישט אין דיינוג רום איז אלטמאדיש און דארף הילף?


Sent from my SM-G950U using Tapatalk


איך מיין דו נעמסט עס צום עקסטרעם.. מען רעדט נישט פון פלוצלונג נעמען קישן, און מען זאגט נישט אז ווען נישט וועלן די קינדער זיין קראנק,
ווען קינדער וואקסן אויף דערמיט פון קליינווייז אן איז עס נאר א מעלה.