בלאט 3 פון 4

Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 12:30 pm
דורך דעת תורה
יעצט דארף מען ווארטן צו זען אויב ראובן איז מסכים מיט בר כוכבא...

כ'האב נאכנישט געליינט דעם גאנצן ארטיקל, אבער כ'האב באמערקט ער מוטשעט זיך פון וואנעט די גוים האבן געקענט די חוקי התורה בימי יושע. והוא גמ' מפורשת באריכות פ"ז דסוטה עיי"ש ותראה אז די טעאריע אז די גוים האבן גענומען פון אונז מאכט פערפעקט סענס.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:32 am
דורך שמעקעדיג
אראפגעלאדענט 1,860 מאל... בלי עין הרע. איז משומר פארשפארט חוה"מ אדער וואס?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:18 am
דורך געוואלדיג
נישט משומר, די מוסדות זענען פארשפארט חוה"מ.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 11:08 am
דורך וויליאמסבורגער
איך בין הערשט נעכטען אנגעקומען צו ליינען די פרי עט הדר און איך בין געווארן איבעראשט אז אן ארטיקל פון מיר (איבער די וויכטיגקייט פון סעיווינגס אקאונט) איז אריין.

א הערליכע ארבייט, און יישר כח!!

Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 12:02 pm
דורך [NAMELESS]
זייער ריכטיג געשריבן ר' וויליאמסבורגער, ישר כח, אפשר בזכותך וועל איך האבן עפעס אין די שווערע טעג,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 4:05 pm
דורך כוכב
מיין עגא האט געליטן א שטוינענדע נידערלאגע דערזעענדיג דעם פרי עט הדר, כ'האב ממש געהאט א צעשטערטן יום טוב. היינט שפור איך זיך ווי א פיצינקע שטערן, מיליאנען ליכט יארן אוועק, א קוים מערקבארע פינטל אין די ווייטסטע ספערן.
מילא עםם עםם עםם, כוכב, אבער מושב זקנים גאר, דער אייגנארטיגער און קאנטראווערסיאלער פיגור מיט נישט ווייניג גוטע פריינט דא זאל באווייזן אזא צוזאמענארבעט, איך בין סורפרייזד. מושב, קיינער ווי מיר ווייסט נישט וואס פאר אן ארבעט דאס נעמט אריין, איך האב ווירקליך געמיינט אז דאס וועט שוין נאכאמאל נישט געשען, האסט צעשפלינטערט מיין שטאלץ... מעג מען קניפן א זיידן אין בעקל?... איך בין פראוד פון דיר.
זאלן די נ נח'ס הוליען אויף מיין קבר, און זאל מיין פייערל -- וואס איך האב אנגעצינדן בחלבי ודמי -- ווייטער טוליען ביז משיח'ס טאג.
*
א לולב'ל און קיישל
און א לידל פאר שש'ל
קוועטשטס דעם גאלדען באזער
פאר דעם צעפידלטן מאשזער
מיינט סע'פורים
מאכט אונז פאר אמשינאווער האסירעם
לייקס פארציקט ער
שזורים ריקט ער
הפקר וועלט דא ס'איז
פאר זיך אויף מסעות
כל מי כנישתא
ער מיט זיין אשתו
טיקעטס צו תרשיש
שור הבור און לויתן פיש
א לבנה פארכמארעט
פייבושל מיט'ן נאפאליען פארפארעט
א שיר ושבח פאר שאר
פאר'ן ניק פונעם יאר

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 4:24 pm
דורך [NAMELESS]
שלום עליכם כוכב, און א דאנק פארן ברעכן אייער תענית דיבור. מיר האפן אלע אז דאס איז זיכער צוליב דעם וואס איר גרייט זיך א ודאי צו אייער צוויי טויזענסטער הודעה, מיר קוקן ארויס אויף אייער קומענדיגע אשכול ממש ווי אויף אן אשכול פון אדנירם! (אופסס... מען טאר נישט קאמפעיר'ן... כ'האב גארנישט געזאגט...)

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 4:26 pm
דורך [NAMELESS]
ווואאאסס...
עוד [tag]כוכב[/tag] חי?
(פג לבי מלהאמין)

Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 5:29 pm
דורך [NAMELESS]
נייס טא סי יא @כוכב,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 03, 2015 11:20 pm
דורך בעל מדות
כככככככוווווככככככבבבבב! איך האלט אינמיטן אפשרייבן א פעטיציע סטיל אשכול, צו דיר זאלסט צוריקקומען! איך פארמעק עס דעם סאקונדע!

איך בין סורפרייזד און עמאושענעל, (כליפ, כליפ...) לא אלמן ישראל, עוד קאווע שטיבל חי!, דידן נצח...

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 03, 2015 11:41 pm
דורך moshav zekeinim
כאטש כוכב איז נישט צופיל געווען אינוואלווד אינעם ארויס געבן דעם קונטרס האט ער אבער פארט געהאט א יד אין דעם, אויסער דער פאקט אז ער איז געווען דער פיאנער פון דעם רעיון ארויס צו געבן א פראפעשאנעל גליון דורך א אידישער פארום בכלל, אויסער דעם וואס ער האט רייף געמאכט דעם באדן פאר אויסגאבעס אין קאווע שטיבל בפרט, האט ער מיר פאקטיש צוגע'שדכנ'ט צו @מה הוא, און ער האט מיר געגעבן פארשידענע הינטס און טיפס. און בכלל האט דער פה-סח אויסגאבע געניצט פאר מיר אלס מאדעל וויאזוי צו ארבעטן און צו וואס צו צילן. יישר כח כוכב, אויך דער פרי עט הדר איז היפש דיר צו פארדאנקען.

נשלח: זונטאג אקטאבער 04, 2015 4:58 am
דורך געוואלדיג
להערה בעלמא די אויסגאבע האט אין זיך שמות הקדושים ביי רויטע'ס ארטיקל עמוד 24

נשלח: זונטאג אקטאבער 04, 2015 7:32 am
דורך יואב
כ'האב מיך ממש מחיה געווען דעם שבת, דורכגעלייענט ס'רוב, כ'האף איבער שמחת תורה משלים צו ס'איבריגע.

כ'האב ממש נישט קיין ווערטער אויסצודרוקן מיין דאנקבארקייט פאר די אלע וואס האבן אריינגעלייגט כוחות אין אזא מייסטער פראיעקט.

איך בין געווען סורפרייזד צו זען אן ארטיקל פון מיר, א באזונדער שכח פאר דעם.

כ'זע כ'האב פארפאסט גאר א סך אין לויף פון די לעצטערע עטליכע חדשים , איך בין ליידער געווען גאר שטארק פארנומען. כ'האף אז מ'קען נאך תשובה טאן. איז היינט טאקע דער לעצטער טאג אדער מ'האט נאך צייט ביז זאת חנוכה?

Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"

נשלח: זונטאג אקטאבער 04, 2015 10:24 am
דורך [NAMELESS]
פרעג נישט וואס די האסט פארפאסט, פרעג וואס די האסט געמאכט אז אונז זאלן פארפאסן.

טוה תשובה. היינט!!!!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 10:10 am
דורך מה הוא
ב"ה די יו"ט אדורך מיט גרויס הצלחה ווען די אינהאלטרייכע "פרי עט הדר" האט גאנץ יו"ט באשיינט אונזער טיש און מיטגעגאנגען מיט אונז ווי מיר האבן נאר פארברענגט,
איך האב עס מיטגעטיילט פאר פיל פון מיינע נאנטע (פארשטייט זיך זיי האבן נישט קיין אנונג אז מה הוא איז גאר דער...)
און איך האב אסאך צוריקגעהערט (מסיח לפי תומו) פון די גאס איבער די געוואלדיגע הערליכע סוכות אויסגאבע וואס האט באגלייט פיל אידישע שטיבער ב"ה,
אשרינו אז מיר האבן א שטיקל חלק דערין,

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 10:12 am
דורך מה הוא
שוין קרוב צו 2000 דאונלאוטס ב"ה
ברנה יקצורו

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 12:19 pm
דורך שמעקעדיג
איבער 2080. ב"ה כן ירבו.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 5:16 pm
דורך שמעקעדיג
למען יעמדו למשמרת ימים רבים

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 5:35 pm
דורך ברסלבער
שוין אביסל שפעט, און איך האף אז מען קען זיך נאך באדאנקען פאר די אלע וועלכע האבן אריינגעלייגט די געוואלדיגע כוחות אז דער אויסגאבע זאל ארויסקומען כלול בהדרו. איך האב עס ארויסגעדרוקט פאר יום טוב, און איך בין אנגעקומען צו ליינען עטליכע ארטיקלען פון וואס כ'האב זייער הנאה געהאט. האפענטליך וועל איך מיט די צייט ענדיגן די גאנצע.
א גרויסן דאנק פאר יעדן באזונדער וואס האט מיטגעארבעט מיט די הוצאה לאור. כה לחי!

Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 5:36 pm
דורך ירא שמים
ברסלבער דיין ארטיקל האט געפעלט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 5:38 pm
דורך ברסלבער
אמת. טאקע א שאד. ביי די פארגאנגענע אויסגאבעס האב איך זיך מחי' געווען מיט ברסלבער'ס ארטיקלען... בעזה"י וועלן מיר דאס משלים זיין ביי די קומענדיגע אויסגאבע.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 2:08 pm
דורך חד גדיא
א גרויסן ישר כח פאר'ן צושטעלן דעם הערליכן אויסגאבע. כ'האב געהאט א אמת'ע שמחת יו"ט. ספעציעל האב איך ליב געהאט די ארטיקל פון [tag]רויטע וואנצעס[/tag], די ארטיקלען וועגן סעיווינגס, און די ארטיקל פון [tag]יראת שמים[/tag]. אלע אנדערע ארטיקלען זענען אויך געווען ספעשעל. און מ'האט געזעהן די געוואדליגע ארבייט. די קובץ פון עלטערע ארטיקלען פון ק"ש איז אויך געווען געוואלדיג.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 12:59 pm
דורך מה הוא
איך מיין מיר קענען זיך שוין אנהייבן צו גרייטן איף א חנוכה אויסגאבע...
אויב וויל מען טאקע איז יעצט העכסט צייט.