בלאט 3 פון 3
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 6:30 pm
דורך קאצקע ציקער
לאמיר גיין אזוי אז איינער ציטערט פון מענטשן זייער שטארק וועט עים דיין מהלך קענען העלפן?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 7:15 pm
דורך הקטן
לית דין בר נש האט געשריבן:[tag]רויטע וואנצעס[/tag] דו גיבסט פרייוועט לעסענס? א געוואלדיגע ארבעט מורא'דיג שיין אראפ געשריבן קלאר און דייטליך.
איך בין גרייט דיר צו צאלן $250 א שעה אז דו זאלסט מיר לייף קאוטשע"ן
google אביסל איבער Innate Health אדער די The "Three Principles" of Mind וועסטו דאס אלעס טרעפן. (ס'דא אסאך self help ביכער אין די ריכטונג)
אידישע לינקס
twerskiwellnessinstitute.weebly.com/innate-health.htmltikunדי זעלבע נקודות אויף מער א פסיכאלאגישע מהלך, ACT, וועסטו טרעפן
אין
The_Happiness_Trapאדער אין
Get-Your-Mind-Into-LifeACT ווערט שטארק אויפגעכאפט היינט ביי פסיכאלאגן
נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 5:17 am
דורך רויטע וואנצעס
Three Principles" of Mind האב איך שוין באשריבן ערגעץ דא אין שטיבל, כ'דארף נאר טרעפן די לינק אהערצולינקן. Three Principles" of Mind איז איינע פון אפאר מהלכים וויאזוי צוצוגיין צום ענין.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 8:59 am
דורך הקטן
גערעכט,
אין די צייט וואס די 3 פרינסעפלס פארקויפן אז זיי האבן געטראפן "דעם אמת", איז דאס אבער ווייט פין דער אמת.
למעשה איז וויכטיג פאר איינער וואס פאנאגט אן זיך אויפציוועקן צי די סארט מהלכי המחשבה צו האבן א קלארע מהלך (אדער א רבי) אויב נישט קען מען ווערן מער קאנפיאזט וואו קלאר
ס'איז דא אסך nuances צווישען פארשידענע סארט מעדידעשענס (איינס פארקערט פין דעם אנדערע) און נאך מער חליקים צווישען מעדעטעשען און מיינדפאלנעס
זעה למשל דאס
happiness-is-the-minds-defaultווידער רוב פראקטישענערס פין די 3 פרינסעפלס וועלן נישט האלטן פין געווענדליכע מעדידעשענס - מעדידעשענ איז דאך א "יא" עבודה נישט קיין "נישט" עבודה
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 10:16 am
דורך רויטע וואנצעס
הקטן האט געשריבן:גערעכט,
אין די צייט וואס די 3 פרינסעפלס פארקויפן אז זיי האבן געטראפן "דעם אמת", איז דאס אבער ווייט פין דער אמת.
איך וואלט עס נישט געלייגט אין קאטאגאריעס פון אמת און שקר. פאר יעדעם ארבייט עפעס אנדערש.
בד"וו כדי צו זעהן די
קליפ (פון 2:15) פון אקטער זשים קערי ווי ער רעדט איבער דעם אז מחשבה איז די שורש פון אלע צער. לעצטע פאר יאר איז דא א גרויסע אויפוואכונג צווישן אקטארס אין די נושא. נאכן לעבן פאר יענעם פאר יארן און פילן גאר ליידיג פון זיך, זענען זיי מוכשר צו ווערן מחשבה'פולע מענטשן.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 12:46 pm
דורך שמעקעדיג
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ווי ער רעדט איבער דעם אז מחשבה איז די שורש פון אלע צער
דערמאנט מיר פון מיין אשכול
viewtopic.php?f=13&t=3155
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 2:44 pm
דורך קאצקע ציקער
הקטן האט געשריבן:גערעכט,
אין די צייט וואס די 3 פרינסעפלס פארקויפן אז זיי האבן געטראפן "דעם אמת", איז דאס אבער ווייט פין דער אמת.
איז וואס איז יא דער אמת?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 2:50 pm
דורך קאצקע ציקער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:Three Principles" of Mind האב איך שוין באשריבן ערגעץ דא אין שטיבל, כ'דארף נאר טרעפן די לינק אהערצולינקן. Three Principles" of Mind איז איינע פון אפאר מהלכים וויאזוי צוצוגיין צום ענין.
רויטע וואנצעס איך וואלט זייער געוואלט געוואלט ליינען דעם ארטיקל
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:40 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]קאצקע ציקער[/tag], כ'האב עס
דא דערמאנט בקיצור (זעה אויך פריער אין יענע אשכול). איך האף אין די עתיד צו שרייבן אן ארטיקל אויף דעם.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 1:46 am
דורך רויטע וואנצעס
שוין דורך א יאר זינט די ארטיקל, און מ'פרעגט מיר נאכאלץ פון צייט צו צייט איבער דעם. דא איז א לינק צו א גוט
ביכל, געשמאק געשריבן איבער די נושא.