צוויי אינטרעסאנטע נקודות והוספות
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 3:38 am
הרב [tag]אויבערלענדער חכם[/tag], איך ברענג ארויף דעם גאר אינהאלטספולן לענגערן ארטיקל וואס דו האסט אראפגעשריבן בשעתו. זאל דער עולם ליינען און הנאה האבן פון די הערליכע ווערק.
---
היי יאר האב איך אנגעטראפן אן אינטרעסאנטן הסבר פונעם סטייפלער גאון [געדריקט אין ספר ברכת פרץ], צו פארענטפערן דאס וואס די פסוק זאגט אין נחמיה אז די אידן האבן נישט געמאכט קיין סוכות מימות יהושע עד ימות עזרא [האסט עס בארירט ביים אנהייב].
ער ערקלערט, אז וויבאלד די אידן זענען ארויפגעגאנגען עולה רגל זיין קיין ירושלים, וואו זיי זענען געווען טרוד בהקרבת הקרבנות, זענען זיי געווען בגדר הדין 'העוסק במצוה פטור מן המצוה', און דערפאר זענען זיי געווען פטור פון זיצן אין א סוכה בעצם חג הסוכות!
משא"כ תושבי ירושלים זענען טאקע געווען מחויב בסוכה, און דערפאר זאגט די פסוק נאר אז נישט 'די גאנצע פאלק' האט מקיים געווען מצות סוכה מימות יהושע עד ימות עזרא, אבער א קליין חלק פון פאלק - די וואס האבן געוואוינט אין ירושלים והגלילות - האבן יא מקיים געווען די מצוה כתיקונה אלע יארן.
יעצט קומט אייגנטליך א כאפ. די איינציגסטע צוויי צייטן וואס אלע אידן זענען געווען צוזאמען אויף איין ארט, און נישט איש תחת גפנו ואיש תחת תאנתו בארבע כנפות ארץ ישראל, זענען געווען די צייטן פון יהושע בן נון - איידער מ'האט זיך פארשפרייט איבעראל, און פון עזרא - ווען דער אידישער ישוב איז נאך געווען זייער קליין. דערפאר איז דאן נישט געווען שייך 'עולה רגל' צו זיין, און אלע אידן האבן צוזאמען געקענט מקיים זיין די מצוה כתיקונה.
אם קבלה היא נקבל, און אז נישט זעען מיר אז צו שיינע דרוש האט ער אויך פארשטאנען...
---
איך נעם ארויס פון זיינע ווערטער עפעס אן אומבאמערקטער יסוד, וואס דאס איז ווירקליך דער מכוון פון די גאנצע ארטיקל פון אויבערלענדער, און דאס האט ידידי הרב [tag]הוגה[/tag] אויך מסביר געווען היי יאר אין זיין הערליכער אשכול, אז אפילו דער סטייפלער האט נישט קיין פראבלעם אנצונעמען מיט א פשטות אזא סארט קו, אז די אידן בזמן הבית האבן נישט מקיים געווען דאס וואס מיר קוקן היינט אן ווי 'עיצומו של יום טוב' - מצות סוכה.
ער רעדט פון ערליכע אידן, וואס האבן זאגאר מקיים געווען מצות עליה לרגל מדי שנה בשנה, אבער האבן פשוט כפשוטו אויסגעקרויזט דער עצם יסוד פון די יום טוב 'חג הסוכות' - חוץ אויב דאס אליינס איז א ראי' אז בזמן הבית איז די פאקוס פונעם יום טוב נישט געווען די 'סוכה', נאר די 'אסיף', והמסתעף מזה - די פעסטיוואלן פון הקרבת הקרבנות ושמחות בית השואבה, וכדברי הוגה.