בלאט 3 פון 19

21

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:29 pm
דורך געוואלדיג
אז מען רעדט שוין פון קידוש,

פארוואס שטייט מען ביי קידוש, אין חדר לענט מען אויס ווייל עס איז עדות און הגדת עדות איז שטייענדיג,

שהיה לנו לקדש מעומד לכבוד המלך שאנו יוצאים לקראתו

ב"י סי' רע"א, ער האט א אנדער טעם.

און נאך איין קליינע ענין וועגן קידוש, פארוואס זאגט מען נישט אשר בחר בנו אזוי ווי יו"ט,
לפי ששבת ניתן במרה ועדיין לא בחר בנו לגמרי עד אחר נתינת התורה


אויך ב"י דארט אויפן פלאץ.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 5:53 pm
דורך מבקר
געוואלדיג האט געשריבן:שבת איז זכר למעשה בראשית, אויב אזוי פארוואס זאגט ביי קידוש אויך זכר ליציאת מצרים

ושמעתי ממהר"ם שיש במדרש לפי שבמצרים עבדו בהם ישראל בפרך, ופר"ך בא"ת ב"ש וג"ל שהם מלאכות ארבעים חסר אחת וכשנגאלו ממצרים הזהירם על השבת לשבות מאותם ל"ט מלאכות ע"כל

ב"ח סי' רע"א


דברים ה יד:
וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים ויצאך יהוה אלהיך משם ביד חזקה ובזרע נטויה על כן צוך יהוה אלהיך לעשות את יום השבת

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 5:57 pm
דורך געוואלדיג
דער עיקר טעם פון שבת איז זכרון למעשי בראשית, עס זענען דא כמה וכמה טעמים פארוואס עס איז אויך זכר ליציאת מצרים, איך האב געברענגט דעם ב"ח אלס די אינטרעסאנטקייט פון דעם,

עניוועי, א דאנק.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 6:17 pm
דורך מבקר
געוואלדיג האט געשריבן:דער עיקר טעם פון שבת איז זכרון למעשי בראשית.

דאס איז ריכטיג אין ספר שמות, ווידער אין ספר דברים איז דער עיקר טעם זכר ליציאת מצרים.


ליתר ביאור פרעג אן ביי [tag]אויבערלענדער חכם[/tag].

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 9:30 pm
דורך [NAMELESS]
22

דער פרי מגדים אין או"ח סי' תמ"ד ברענגט בשם תרומת הדשן, אז פון תוס' אין בבא קמא (פ.) ווערט ערקלערט אז א שלום זכר פרייטאג צונאכטס איז א געהעריגע סעודת מצווה.

און נאך זעט מען דערפון, אז דער געדאנק פון א שלום זכר איז שוין געווען גאר בימי האמוראים.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 9:34 pm
דורך [NAMELESS]
23

די סיבה פארוואס פרויען גייען מיט אויערינגלעך איז וויבאלד זיי זענען משועבד צו דער מאן, אזוי ווי אן עבד וואס זיין בעה"ב טוט אים אן אויערינגלעך. (תפארת יונתן כי תשא)

Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 10:25 pm
דורך ירא שמים
פארוואס די מיידלעך?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 10:43 pm
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:23

די סיבה פארוואס פרויען גייען מיט אויערינגלעך איז וויבאלד זיי זענען משועבד צו דער מאן, אזוי ווי אן עבד וואס זיין בעה"ב טוט אים אן אויערינגלעך. (תפארת יונתן כי תשא)

דער געוואגטער יונגל: און פארוואס גייען די שחורים און די האמאסעקסואלס מיט אויעררינגלעך...?

24

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 12:44 pm
דורך געוואלדיג
אמרי פנחס, בפרשתן

החלות של שבת ויו"ט כשהן תופחין כדרך לחם חמץ ונראים יפים, הוא ע"י אשת בעה"ב כי היא נקראת לחם כמ"ש כי אם הלחם וגו' וכשהוא איתה בפנים זועפות גם החלות הם בפנים זועפות, ובימים הידועים אין החלות יפות וכו'

25

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 12:54 pm
דורך געוואלדיג
א מורא'דיגער ב"ח או"ח סי' ר"פ א וויכטיגע הדרכה פארן לעבן

ויהא זהיר לקיים עונתו וכו' ...ונראה דאתי לאורויי שצריך ליזהר שקודם שיגיע הלילה חייב להראות תוספות חיבה ואהבה עם זוגתו, ואין צריך לומר שלא ירגיל שום קטטה מערב שבת ואם היה לו עימה איזה קטט שיפייסנה מקודם שנכנס שבת, וזהו שכתב ויהא זהיר לקיים עונתו דזהירות הוא קודם מעשה ורצה לומר בזהירות זה שירדוף בינו לבינה אהבה ואחוה כל ערב שבת שלא יגיע שום ביטול לעונת שבת, ולכן הביא מאמר זה דלפי דהיה רגיל להקדים לבוא אל בית ומערב שבת להראות אהבה וחיבה וסימנא דעמודא דנורא מקמי שבא לביתו דהוא סימן להתפשטות אור וקדושת השכינה שתהא מתיחדת לליל שבת ומזדווגת עם הקב"ה וכו'


באותו ענין אויך אין ב"ח בשם הרא"ש
רמז לעונה דליל שבת דכתיב ושמרו ב'ני י'שראל אה'שבת ר"ת ביאה עכ"ל

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 9:42 pm
דורך [NAMELESS]
26

דער מהרש"א (ברכות לא:) זאגט לגבי די עונש פון שמואל, אז דאס וואס מען ווערט נישט נענש אלטץ קטן איז נאר דא בעלמא הדין, אבער מדיני שמים ווערט מען שוין נענש אפי' פון די צוויי יאר!

לדברי הפענח רזא (וישב) מובן היטב, ער איז מסביר אז די יארן לעונשים רעכענט מען לפי השכל והחכמה, און אז איינער האט שכל אלטץ קינד ווי אן ערוואקסענער בן כ', ווערט ער שוין נענש ביי די צוויי יאר (לדוגמא שמואל).

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 10:00 pm
דורך [NAMELESS]
27

די ווינדערסט זיך פארוואס דיין אויערן איז אויליג?

דער מדרש רבה (פרשה יח פסקה כב) איז מסביר אז א מענטש ווען ער הערט א שלעכטע נייעס קען עס אים חלילה אוועק לייגן. אז ער האט פעטענס וואס איז גליטשיג, גליטשט זיך די בשורה אריין אין איין אויער און ארויס פון די צווייטע אויער.

(בלייבט נאר צו ווינדערן אויף מיין שכן וואס פיצט זיין אויערן לכבוד יעדער קידוש החמה... צו ס'איז מחמת די אויבנדערמאנטע :D )

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 10:18 am
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:23

די סיבה פארוואס פרויען גייען מיט אויערינגלעך איז וויבאלד זיי זענען משועבד צו דער מאן, אזוי ווי אן עבד וואס זיין בעה"ב טוט אים אן אויערינגלעך. (תפארת יונתן כי תשא)

דער געוואגטער יונגל: און פארוואס גייען די שחורים און די האמאסעקסואלס מיט אויעררינגלעך...?

משועבדים לתאוותם.

28

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 11:57 am
דורך געוואלדיג
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:26

דער מהרש"א (ברכות לא:) זאגט לגבי די עונש פון שמואל, אז דאס וואס מען ווערט נישט נענש אלטץ קטן איז נאר דא בעלמא הדין, אבער מדיני שמים ווערט מען שוין נענש אפי' פון די צוויי יאר!

לדברי הפענח רזא (וישב) מובן היטב, ער איז מסביר אז די יארן לעונשים רעכענט מען לפי השכל והחכמה, און אז איינער האט שכל אלטץ קינד ווי אן ערוואקסענער בן כ', ווערט ער שוין נענש ביי די צוויי יאר (לדוגמא שמואל).


האט ער מיר דערמאנט, חת"ס יו"ד סי' קנה
אבל האמת משנעשו בני מצוה בשנים וסימנים מתחייבים בכל חיובי תורה בבי"ד של מעלה ושלמטה וכו' ולפע"ד כי לא נאמרו שיעורים הללו במדרשות שבני כ' נעשו בני עונשים מלעלה אלא בעונשים על חטאים המחודשים לשעה כגון עונשי דור המדבר וכו'


אבער דער נוב"י איז מחלק אנדערש נוב"י מהדו"ת יו"ד סי' קסד
ולדעתי ג"כ לא מסתבר שלא יהיה שום עונש שמים על האדם קודם עשרים שנה ונמצא עולם הפקר וירצח את רעהו כשלא יהיו שם עדים וינאף ויעשה כל תועבות השם, ולדעתי הכוונה שבעוה"ז אין הקב"ה עונשו בחייו קודם עשרים שנה אבל לאחר מיתה כל מעשה אדם כל ימי חייו משהגיע לכלל דעת אפילו לעונת הפעוטות כשכבר יודע שהיא עבירה צריך לסבול כפי מעשיו

29

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 12:03 pm
דורך געוואלדיג
פארוואס זאגט מען כתר ביי מוסף, און פארוואס זאגט מען דארט שמע ישראל,

ב"י או"ח סי' תכג
מצאתי בתשובת הגאונים לפי שבימי רב, גזר יוזגדר מלך פרס שלא יקראו קריאת שמע, מה עשו חכמים שבאותו הדור תקנו להבליעו בין הקדושות, רישא שמע ישראל וסיפא אני ה' אלוקיכם, ולמה תקנו לומר בהבלעה כך כדי שלא תשתכח קריאת שמע מפי התינוקות, ובקשו רחמים מן השמים ובא תנין בחצי היום ובלע יוזגדר מלך פרס בבית משכבו ובטלה הגזירה, אמרו חכמים שבאותו הדור לא נבטל שלא לאמרה בקדושה כלל כדי שיתפרסם הנס לדורות אלא נקבע אותה בתפילת המוספין ובתפילת נעילה שאין שם קריאת שמע כלל.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 12:05 pm
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:27

די ווינדערסט זיך פארוואס דיין אויערן איז אויליג?

דער מדרש רבה (פרשה יח פסקה כב) איז מסביר אז א מענטש ווען ער הערט א שלעכטע נייעס קען עס אים חלילה אוועק לייגן. אז ער האט פעטענס וואס איז גליטשיג, גליטשט זיך די בשורה אריין אין איין אויער און ארויס פון די צווייטע אויער.

(בלייבט נאר צו ווינדערן אויף מיין שכן וואס פיצט זיין אויערן לכבוד יעדער קידוש החמה... צו ס'איז מחמת די אויבנדערמאנטע :D )

איך בין שטארק נייגעריג צו וויסן אויב ער נעמט אויך א שויער פאר א יעדן קידוש החמה, לכבוד המעורה... :lol:

30

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 12:11 pm
דורך געוואלדיג
ווער עס האט באמערקט, איז די תפילה תכנת/תקנת שבת ביי מוסף על סדר תשר"ק פארוואס,

שבלי הלקט
מצאתי בשם רש"י לפיכך הוא מיוסד האלפ"א בית"א זה לפי שנשמעת על הגאולה, והגאולה עתידה להיות בזכות שבת שנאמר לסריסים אשר ישמרו את שבתותי וגו' וכתיב והביאותים אל הר קדשי וכתיב בשובה ונחת תוושעון, וכיצד נשמעת על הגאולה, כי תשר"ק על שם אשרקה להם ואקבצם כי פדיתים, צפע"ס יטפו ההרים עסיס צף וטף אחד הוא, נמל"ך והיה ה' למלך, יטח"ז יטו שכם לעבדו כי עין בעין יראו, והד"ג ב"א *יבא לויתן ויכרו עליו חברים


* [tag]אדנירם[/tag] אלערט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 1:07 pm
דורך [NAMELESS]
אין אמרי פנחס (פון רבי פנחס קאריצער) ענטפערט ער ווייל שבת איז די סוד פון אור חוזר.

א ווענדונג צו אלע מגיבים

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 1:12 pm
דורך געוואלדיג
א ווענדונג צו אלע מגיבים דא,

איך באדאנק זיך שטארק פאר יעדער וואס לייגט צו פון זיינע ידיעות און הערות, עס פארמערט תורה און דעת דא אין שטיבל, און במיוחד פאר אונזער ידיד [tag]דער געוואגטער יונגל[/tag] וואס האט שוין מוסיף געווען אסאך זייער אינטערסאנטע זאכן, איך וואלט געוואלט בעהטן אז ווען מען לייגט עפעס צו, זאל דאס זיין מיט די לשון אדער לכה"פ מיט די פונקטליכע מראה מקום (אויב מען ווייסט),

א דאנק

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 8:42 pm
דורך ונבנתה העיר
berlbalaguleh האט געשריבן:[quote=
איך בין שטארק נייגעריג צו וויסן אויב ער נעמט אויך א שויער פאר א יעדן קידוש החמה, לכבוד המעורה... :lol:

אז די העראה איז מקידוש החמה לקידוש החמה וועט קיין שויער שוין נישט העלפן...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 12:04 am
דורך berlbalaguleh
אבער אויב מיר פסק'נען אז ריחא מילתא היא, וועט יא כאפן א נפקא מינה צו ער נעמט א שויער מקידוש החמה לקידוש החמה. ווייל איך קען אזעלכע געהויבענע אידן וועלכע טוען דאס אויך נישט... :lol: :roll:

31

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 2:09 pm
דורך געוואלדיג
פארוואס ווערט די קידוש שבת צופרי אנגערופן "קידושא רבה"

פסחים קו.
רב אשי איקלע למחוזא אמרו ליה ליקדיש לן מר קידושא רבה.
רש"י:בורא פרי הגפן ואהכי קרי ליה קידושא רבה דאכולהו קידושי אמרי לה:

32

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 2:31 pm
דורך געוואלדיג
מדרש שוחר טוב תהילים יא
השותה מים בין השמשות גוזל את מתיו


והטעם, שבלי הלקט ענין שבת סי' קכז

כל בין השמשות נותנים רשות לנשמתן של מתים לשתות מים וכל השותה מים בין השמשות בשעה ששותות נשמות מתות אין מניחין נשמה של מת קרובו לשתות מים


און לפי זה איז דאס נאר אין י"ב חודש לאחד מהקרובים.

דער רבינו תם (ספר הישר סי' תרכ) לייגט צו "בשבת"

והטעם מובא בב"י או"ח סי' רצא, בדפוס מנטוה וסאלוניקי
לפי שהמים צריכים במוצאי שבת כדי לכבות האש מן הגיהנם כשמורידין בו הרשעים במוצאי שבת ואם היה שותה כאילו גוזל את המתים


אבער דער מרדכי אין פסחים פרק ערבי פסחים ברענגט בשם רבינו משולם
במדרש שלו דגריס בערב שבת במנחה כאילו וכו' וטעמא משום דעייפין מן הדין שסבלו כל השבוע ושותים


און דער ב"ח איז משלב
ונ"ל דכיון דחשש סכנה הוא יש ליזהר בשניהם


נאר פאר איהר ווערט דערשראקן, דער ב"י אויפן פלאץ זאגט אז נאר פון נהרות וכדומה אבער פון וואסער אין שטוב דארף מען בכלל נישט חושש זיין.