בלאט 3 פון 4
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 1:20 am
דורך berlbalaguleh
המשך פון פריער:
דער אויפשטייג פון די נאציס, אין מאנטעווידעא
אין אנהייב פון יאר 1962 האבן די נאציס וועלכע האבן געוואוינט אין אורוגוויי זיך צופיהרט די הענט. איך ווייס נישט פונקטליך וואס זייער תירוץ איז געווען, ס'האט אפשר עפעס געהאט צו טון מיט אייכמאנ'ס פאר'משפט ווערן צום טויט אין מדינת ישראל. פלוצלינג האט מען אנגעהויבן צו הערן פון איבערפאלן אויף אידן (נישט דווקא אין די היימישע געגנט). איין איד האט מען געקידנעפט, א צווייטן איד האט מען געשאסן אין עק שטאט. די נאציס וועלכע האבן געוואוינט אין אורוגוויי זענען געשטאנען אונטער דעם. בכלל, אין די מערסטע דרום-אמעריקאנער מדינות ווי ארגענטינע, בראזיל, טשילע און פאראגוויי איז געווען זייער א סאך פון זיי. זיי זענען געקומען גראד פון דייטשלאנד, און די לאקאלע רעגירונגען האבן זיי אויפגענומען מיט אפענע ארעמס. יש אומרים, אז די "טשוירטש" אין וואטיקאן איז געשטאנען אונטער דעם. זיי האבן זיי געשווערצט דורכאויס אייראפע אין די מאנאסטירן, א טייל פארשטעלט אלס גלחים, און די לאקאלע רעגירונגען זענען דאך געווען גלויביגע קאטאליקן, אזוי ווי עווא פעראן און איהר מאן, די פרעזידענט פון ארגענטינע. ס'איז אויך מעגליך אז די נאציס פון די שכינות'דיגע מדינות האבן זיי געגעבן חיזוק.
בכל אופן, זיי האבן געארבעט אזוי. פאר א טיייל אידן האבן זיי געשריבן בריוון און געסטראשעט אז מ'גייט זיי קידנעפן אדער ח"ו הרג'נען. אבער די מערסטע האבן זיי גערופן אויפ'ן טעלעפאן און געזאגט אז זיי ווייסן פונקטליך ווער, און וואו זיי זענען, און מיט וואס זיי באשעפטיגן זיך. אויך האבן זיי געסטראשעט שולן און אנדערע אידישע אינסטיטוציעס אז מ'וועט זיי באמבארדירן. און ווען זיי האבן גערופן אויפ'ן טעלעפאן און געסטראשעט א איד פון אונזער בית המדרש, ר' פייוול בערקאוויטש, האבן זיי אפילו געוויסט צו זאגן פארשידענע פרטים פון זיין ביזנעס. ער האט זיך אויסגעלאכט דערפון, אבער זיין ווייב האט געדונגען פראפעסיאנאלע באדי גארדס, וועלכע האבן געהאט אויטאמאטיק געווער. און זיי זענען איהם נאכגעפארן סיי וואו ער איז געגאנגען. איך געדענק אז ביי די בר מצוה פון מיין חבר איז אויך געקומען ר' פייוול בערק. און די באדי גארדס זענען מיטגעגאנגען ביז צו דעם זאל וואו די בר מצוה איז געווען. דארט האבן זיי באגעגנט זייער חבר, א פאליסמאן וואס די פאליס דעפארטמענט האט געשיקט. זיי זענען אריין אין א צימער וואו זיי האבן געוויזן זייערע גאנס. אבער אונז יונגלעך האבן זיי נישט אריינגעלאזט דארט.
אז מ'רעדט שוין פון די פאליס אין מאנטעווידעא - זיי זענען גארנישט ווערד געווען. מ'רעדט נישט אז זיי האבן נישט געהאט קיין ראדיאס, נאר אפילו קיין פאטראל קארס האבן זיי אויך נישט געהאט. צוויי פאליסלייט זענען ארומגעפארן מיט בייקס א גאנצע נאכט. און דאס איז געווען די פאליס פראטעקשן וואס זיי האבן געגעבן. אפשר אין אונגארן אדער אין פוילן פאר א הונדערט יאר צוריק האט מען אזוי פאטראלירט. דער מצב איז געווארן זייער שטארק אנגעצויגן, דער עולם האט געלעבט אין פחד, און עטליכע אידן האבן זיך פארשאפט גאנס. איין איד אין אונזער ביהמ"ד האט געברענגט זיין גאן מיט זיך ווען ער איז געקומען דאווענען שחרית. אפילו גויים האבן זיך ארומגעדרייט מיט גאנס. דער גוי וועלכער האט געקלינט די ביהמ"ד איז אויך געקומען מיט א גאן.
נאכדעם איז געשעהן אן ערנסטער אינצידענט, וואס דאן האט די רעגירונג אריינגעברענגט די ארמיי אין די אידישע געגנט. כמעט אויף א יעדן קארנער זענען געווען צוויי סאלדאטן מיט זייערע גאנס. ס'געווען א איד וועלכער האט געפיהרט זיין ווייב אין שפיטאל. און ער האט געפיפן פאר א סיטי באס וואס איז געשטאנען פאר איהם אז ער זאל זיך רוקן ווייל ער האט אן עמערדזשענסי, איז דער באס דרייווער אראפגעלאפן פון באס און ער האט געשטאכן דעם איד מיט א מעסער וואס ער האט געהאט באהאלטן אונטער זיין סיעט. און דער איד איז נעבעך געשטארבן...!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 1:27 am
דורך [NAMELESS]
גאר אינטרעסאנט, כאטש גאר שרעקעדיג צו טראכטן אז קנאפע פופציג יאר צוריק האבן נאך די נאציס געקענט מארדן אידן!
בערל, האלט אן די גאר אינטרעסאנטע פרקי היסטאריע איבערן אידישן לעבן אין אורוגוויי!
הערליך שיין, און ייש"כ.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 2:20 am
דורך berlbalaguleh
ייש"כ. למעשה די רעגירונג אליין איז גראדע יא געווען סימפאטיש צו אידן, נאר די לאקאלע פאליס דעפארטמענט זענען געווען גרויסע שלימזלנים. כ'געדענק, אז אין אנהייב האבן זיי געהאט פורימ'דיגע יוניפארמס. אלט, אויסגעריבן און גלאנציג. נאר שפעטער האבן זיי באקומען יא עפעס בעסערע יוניפארמס און זיי האבן אויסגעזעהן מער רעספעקטפול. און א פאליסמאן האט פארדינט ווייניגער פון א גאסן קערער.
נאר אויב מיר מיינען אז אין דעם גרויסן, פיינעם און שטארקן ניו יארק, יו.עס.עי. איז נישט דא קיין הויכראנגיקע חברה אין די פאליס דעפארטמענט וועלכע זענען סימפאטיש צו די אלטע נאציס וועלכע זענען נאכנישט גע'פגר'ט, מאכן מיר אויך א טעות. איך ווייס אז יא, מפני מעשה שהיה, ואכמ"ל...!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 10:26 am
דורך berlbalaguleh
נאך אן אינטרעסאנטער פאקט בשייכות מיט דעם קלימאט אין אורוגוויי: ווען אין רוב וועלט איז זומער, איז דאך דארט ווינטער. האט זיך געמאכט א שאלה וועגן זאגן "ותן טל ומטר"... אבער מ'קען דאך נישט זאגן ותן טל ומטר ווען אין די גאנצע וועלט און אין ארץ ישראל איז אינמיטן זומער.
האבן די לאקאלע רבנים אנגעפרעגט ביי די גדולי הפוסקים פון יענע צייט. און זיי האבן גע'פסק'נט אז די איינוואוינערס פון יענע מדינות זאלן עס זאגן ביי "שמע קולינו"... כי א-ל שומע תפילות ותחנונים אתה... ותן טל ומטר לברכה...!
Re: דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 10:36 am
דורך [NAMELESS]
זייער אינטערסאנט ר' בערל. איך טרינק דיינע זכרונות מיט דארשט
Re: דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 10:40 am
דורך ירא שמים
וואס איז די מעשה שהי׳ ? האסט מיר געמאכט נייגעריג
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 10:44 am
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:וואס איז די מעשה שהי׳ ? האסט מיר געמאכט נייגעריג
ירא שמים: דו מיינסט דא פון אמעריקע...?
Re: דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 10:51 am
דורך ירא שמים
יאפ
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 11:46 am
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:יאפ
ומעשה שהיה כך היה: איינמאל, אין א פרייטיג נאכמיטאג מיט בערך 25יאר צוריק, ווען כ'האב אהיימגעפיהרט די קינדער פון חדר, איז אויף איינס פון די גאסן געווען א דאבל פארקט קאר. ס'איז געווען א שמאל פלאץ. ספעציעל פאר א באס אדורכצופארן. אבער איך האב עס אדורכגעמאכט בשלום. איך בין נישט אפגעפארן קיין צוויי בלאקס ווען כ'האב באמערקט צוויי פאליס קארס מיט די בליטשקענדיגע לייטס נעמען מיך ארום. די ערשטע פאליס וואס איז ארויסגעקומען מיך מקבל פנים זיין איז געווען א פאליס-לעידי. נאכ'ן געבן איהר מיין לייסנס און רעגיסטרעישן האביך געפרעגט די בהמה'שע שיקסע..."מה פשעי, ומה חטאתי כי דלקת אחרי"... דאס ערשטע ווארט וואס זי האט געזאגט איז געסטראשעט אז איך קען ווערן ארעסטירט. האביך זי געפרעגט...פארוואס...? האט זי געענטפערט ...":היט ענד ראן" האביך געזאגט..."לאמיר צוריקגיין צו דעם פלאץ"...וואס דו זאגסט אז איך האב אנגעקלאפט און גע'דעמעדזשט דעם קאר. האטזי מיך נאכאמאל געסטראשעט אז איך קען ווערן ארעסטירט. האביך געזאגט..."דאמאלס ברענג אהער דעם מענטש מיט זיין קאר". סוכ"ס איז דער גוי געקומען צו פאהרן און ער שרייט אויף מיר אז איך האב איהם געדעמעדזשט זיין קאר. האב איך געזאגט צו איהם. גוט. ווייז מיר די דעמעדזש. איך האב אינשורענס. האט ער מיר געוויזן א צובראכן שטיקל פלעסטיק (ריפלעקטאר) פון מיין באס וואס איז ארויפגעפאלן אויף זיין קאר. ווען כ'האב איהם נאכאמאל געזאגט..."ווייז מיר די דעמעדזש" האט ער זיך אריינגעזעצט אין זיין קאר און אוועקגעפארן. די פארשאלטענע פאליס האבן אויכעט אפגעצויגן אן זאגן א ווארט.
נאכמער. ווען כ'האב געפארקט דעם באס ביי די ישיבה האביך באגעגנט א יונגן שייגעץ וועלכער האט געוואוינט בשכינות פון די ישיבה. ער איז געווען א טרענזיט פאליס און כ'האב איהם פארציילט די מעשה, האט ער מיר געזאגט אז ער האט אויך באקומען דעם קאלל אויף זיין ראדיא.
דער גוי, וועמענ'ס קאר איז געווען דאבל פארקט איז געווען א מזרח-אייראפע'אישער. כ'מיין פון די ליטא. און באוואוסט אלס גרויסער אנטיסעמיט, וועלכער האט אנגעטון צרות פאר זיינע אידישע שכנים... ווען איך האב געפרעגט איינעם פון די יודעי דבר, האט ער מיר געזאגט אז דער גוי האט אינסייד קאנעקשנס אין די נ.י.פ.ד...ווייל אפילו אויף א 911 קאלל קומען זיי נישט אזוי שנעלל.!
איך האבמיך געוואונדערט וויאזוי די פאליס זענען אזוי שנעל געקומען. און מיט אזא כח. כאילו מ'רעדט דא פון עפעס א גרויסן פארברעכער.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 12:43 pm
דורך געוואלדיג
יישר כח ר' בערל, אונז האבן זייער הנאה, זיי ממשיך מיר ווארטן.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 1:27 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:יישר כח ר' בערל, אונז האבן זייער הנאה, זיי ממשיך מיר ווארטן.
געוואלדיג: ייש"כ.עד כאן, די אמת'דיגע מעשיות. אויב ווילסטו אויפגעמאכטע מעשיות, קען איך פארציילן פאר די נעקסטע דריי יאהר...שטייצעך דאס נעמט נישט אריין מיינע זכרונות פון די שטאט מאנטעווידעא. דאס גייען מיר אי"ה ממשיך זיין ברוב עוז ותעצומות...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 1:06 pm
דורך לית דין בר נש
[tag]berlbalaguleh[/tag] עס איז שוין גאנצע צוויי וואכן זייט אייער לעצטע אפדעי"ט
איך וואלט זייער געוואלט בעטן אז כדאי דער אשכול זאל בלייבן לעבן זאלט איר יעדן טאג ארויפלייגן א אפדעי"ט, אפי' א קורצע איז אויך גוט
איך ווייס אז איר דארפט פירן די קינדער אין חדר לערנען די הייליגע תורה אבער איר דארפט אויך איבערגעבן פאר די נייע דור וואס די וועלט איז אמאל גיוועהן
און ספיציעל אז איר חלומ'ט שוין אז איר זענען
געשטארבן דארפט איר זיכער אריינכאפן, אם לא עכשיו אימתי?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 12:56 pm
דורך berlbalaguleh
המשך פון פריער: דער געבורט און אויפשטייג פון די (טעראריסטן) טופאמאראס... TUPAMAROS.
די טופאמאראס האבן זיך ארגאניזירט און אנגעהויבן ארבעטן אלס פאליטישע סטודענטן ארגאניזאציע אין די אוניווערזיטעטן פון די שטאט מאנטעווידעא, אין יאר 1962. י"א אז זיי האבן זיך ארגאניזירט אין יאר 1961. זיי זענען געווען מערסטנס קינדער וועמענ'ס עלטערן האבן באלאנגט צום העכערן מיטל קלאס. ווי דאקטוירים, ארכיטעקטן און ענזשיניערס. אויך פראמינענטע ביזנעסלייט. זייער ציל איז געווען זיך אננעמען פאר די קריוודעס פון די ארימע קלאסן, פון וועלכע ס'איז געווען זייער אסאך, אזוי ווי אין די אנדערע דרום-אמעריקאנער לענדער.
ווען זייערע פיהרערס האבן איינגעזעהן אז זיי וועלן נישט קענען קיין סאך טוישן מיט ווערטער אליין, זענען זיי אריבערגעגאנגען צו מעשים. איינס פון זייערע ערשטע מעשים איז געווען די קידנעפינג פון א גרויסן (גוי'אישן) באנקיר. זיי האבן פארלאנגט א גרויסע סומע געלט פאר זיין באפרייאונג. ווען זיין משפחה האט צוגעשטעלט דאס געלט האבן זיי איהם באפרייט. נאכדעם האבן זיי געקידנעפט א הויכ'ן רעגירונגס באאמטער (דעפיוטי מיניסטער) . און זיי האבן ארויסגעשטעלט פארשידענע פאליטישע פארלאנגען. ווען די רעגירונג האט נישט געוואלט נאכגעבן זייערע פארלאנגען, האבן זיי איהם געהרג'ט.
איינמאל זיי האבן זיך אריינגעלאזט אין קרימינאלע מעשים, האבן זיי שוין אדורכגעפיהרט פשוט'ע רויבערייען, ווי האלד-אפס אויף בענק, און סתם איבערפאלן אויף גרויסע עשירים. אויך האבן זיי אנגעהויבן א טעראר קאמפיין מיט סטראשענונגען און ווארענונגען אז זיי וועלן אדורכפיהרן באמבארדירונגען. און זיי האבן טאקע מקיים געווען זייערע ווערטער. זיי האבן אונטערגעלייגט באמבעס אין פארשידענע עפנטליכע פלעצער. און די באפעלקערונג האט טאקע אנגהויבן מורא צו האבן.
זייער (די טעראריסטן'ס) ציל איז געווען אז די אלגעמיינע באפעלקערונג זאל לייגן פרעשור אויף די גאווערנמענט נאכצוגעבן זייערע פארלאנגען. אבער זיי האבן נישט געצילט אויף די אידן (אזוי ווי די לאקאלע נאציס, ימ"ש). איינס פון זייערע טאקטיקן איז געווען אנצושטעללן טעראריסטישע שטיק און אנטלויפן. זיי האבן זיך באהאלטן אין די הייזער און געשעפטן פון די שטאטישע איינוואוינערס, וואו זיי האבן געהאט א סאך שטיצע פון די באפעלקערונג. אויך אין אונזער (אידישע) געגנט האבן זיי געהאט זייערע שטיצערס (פארשטייצעך נישט צווישן די אידן.) למשל דער בעה"ב פון די אפטייק. די פארמאסי אויפ'ן קארנער פון איביקואי און מאלדאנאדא. די זעלבע בלאק פון ביהמ"ד איז אויך געווען איינער פון זייערע שטיצערס. ווען איך בין איינמאל אריינגעגאנגען אין בעק פון זיין פארמאסי, צוליעב א ניעדל וואס כ'האב געדארפט באקומען וועגן אן אינפעקשן, האביך געזעהן א גאנצע שורה פון בעטלעך (קאטס) אין דעם גרויסן צימער. אויך אין בעיסמענט האט ער געהאט בעטן און אנדערע איינריכטונגען. איך האב דאמאלס נישט פארשטאנען דעם פשט פון דעם. אבער שפעטער, ווען די מיליטער האט געמאכט אן איבערפאל ביי איהם און פארברענט זיין געשעפט און איהם ארעסטירט. אזוי ווי מיר וועלן אי"ה פארציילן שפעטער. דאמאלס האביך שוין פארשטאנען דעם פשט פון די אלע זאכן. אויך האט די מיליטער באפאללן אנ'אנדער געשעפט, א ביוטי פארלאר אין איינס פון די שכינות'דיגע גאסן. אבער, די נעבעכ'דיגע, שלימזל'דיגע און קארופטירטע פאליציי זענען פארשטענדליך געווען מאכטלאז אקעיגן די יונגע ראצערס, טעראריסטן.
המשך יבוא, אי"ה...!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 2:43 pm
דורך לית דין בר נש
יישר כח זייער אינטרעסאנט
berlbalaguleh האט געשריבן:המשך יבוא, אי"ה...!
אבער שוין מארגן
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 9:14 pm
דורך berlbalaguleh
לית דין בר נש האט געשריבן:יישר כח זייער אינטרעסאנט
berlbalaguleh האט געשריבן:המשך יבוא, אי"ה...!
אבער שוין מארגן
לית דין בר נש: יא, מארגן, בלי"נ. מחר יהיה האות הזה...וכל המרבה לספר ביציאת מאנטעווידעא, אורוגוויי, הרי זה משובח...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 1:22 pm
דורך berlbalaguleh
המשך פון פריער:
די טופאמאראס גרופע טעראריסטן האבן פארשפרייט און פארמערט זייערע טעראריסטישע אקטיוויטעטן פון אונטערלייגן באמבעס אין עפנטליכע פלעצער און סתם רויבערייען ווי איבערפאלן בענק און קידנעפן ביזנעסלייט... זיי האבן אויך געקידנעפט און דערמארדעט אן אמעריקאנער (באהאלטענעם) סי.איי.עי. אגענט.
אבער די מיליטער האט דאך געארבעט מיט אביסל צוריקגעהאלטנקייט, ווייל סוכ"ס איז דאס געווען א דעמאקראטיש לאנד, אנגעפיהרט דורך א דעמאקראטישע דערוויילטע רעגירונג. נאר נאכדעם וואס די טופאמאראס האבן געהרג'ט דעם סי.איי.עי. עידזשענט, האט זיך אמעריקע, וועלכע האט געהאלטן אן עינא פקיחא אויף די אנטוויקלונגען אין די שטאט, אויפגעוועקט. זיי האבן סיי ווי געהאט א גרויסן סטעף פון סי.איי.עי. אגענטן אין די אמעריקאנער עמבאססי, ווייל ס'זענען געווען נאך גרופעס וועלכע האבן געהעצט די ארבייטערס, ווי למשל די גרויסע יוניאן'ס. און אמעריקע האט געהאלטן אז דאס אלעס ווערט אנגעפיהרט דורך פידעל קאסטרא פון קובא, וועלכער האט געוואלט מזכה זיין די אלע איבריגע סאוטה און סענטראל אמעריקאנער לענדער מיט די שיטה פון קאמוניזם.
מ'דארף אויך געדענקען אז די צייטן זענען געווען זייער שטארק אנגעשטרענגט צווישן די יו.עס.עי. און קובא. ס'איז נאך געווען פריש דער טעם פון די מיליטערישע מפלה וואס די אמעריקאנער שלוחים האבן געליטן ביי די "בעי אוו פיגס" אינוואזיע קיין קובא. און אויך קורץ נאך דעם מיסיל קריזיס, וואו אמעריקע איז געווען אין דירעקטע קאנפראנטאציע מיט רוסלאנד, וועלכע האט אריינגעשמוגלט נוקלעארע מיסילס קיין קובא, ואכמ"ל.
און די יו.עס. האט געשיקט גרויסע געלטער און א סאך געווער צו פארשטערקערן די ארמיי. און די אמעריקאנער אגענטן האבן איבערגעגעבן פאר זייערע בעלי בתים אין וואשינגטאן אז די ארטיגע רעגירונג באקעמפט נישט די אלע נעגאטיווע גרופעס, און ספעציעל די טופאמאראס, מיט א פעסטע האנט. האבן די אמעריקאנער סי.איי.עי. עידזשענטס אנגעווירטשפאט אז איינער פון די גענעראלן (כדרכם פון רוב דרום אמעריקאנער לענדער) זאלל פארכאפן די מאכט. און די נייע מיליטערישע רעגירונג האט סוספענדירט כמעט אלע סיוויל רייטס און זיי האבן פארמאכט דעם פארלאמענט. און זיי האבן זיך גענומען רודפ'ן די טופאמאראס גרופע עד חרמה. זיי זענען אריינגעגאנגען אין די אוניווערזיטעטן און זיי האבן געקלאפט הושענות אויף רעכטס און לינקס. צוערשט האבן די סטודענטן פראבירט צוריקצושלאגן, אזוי ווי דא אינדעהעים אין דע גוד אלד יו.עס.אוו עי. נאר די מיליטער האט זיי צוריקגעגעבן ביד חזקה, און עטליכע סטודענטן זענען גע'הרג'ט געווארן.
זיי (די מיליטער) מיט די אקטיווע הילף פון די סי.איי.עי. האבן אויך איבערגענומען א ריזיגן בילדינג ביים עק פון די אידישע געגנט. וועלכע האט באלאנגט פאר א גרויסע דריי קליענינג פירמע וועלכע איז ארויס פון ביזנעס. דארט אהין האבן זיי געברענגט די חברה וואס זיי האבן חושד געווען אז זיי זענען אקטיוו, אדער געבן שטיצע און הילף פאר די טעראריסטישע טופאמאראס. מענטשן, וועלכע זענען דארט אדורך געגאנגען ביינאכט האבן פארציילט פאר די מידיא, אז זיי האבן א סאך מאל געהערט קולות און געשרייען פון די וועלכע זענען געפייניגט געווארן דורך די אמעריקאנער אויספארשונג ספעציאליסטן.
די ארמיי האט אויכעט אנגעפיהרט אקטיווע איבערפאלן אויף הייזער און געשעפטן פון די סימפאטיקערס פון די טופאמאראס, צווישן וועלכע ס'זענען געווען אינטעלעקטואלן, און אויך סתם עמך פון די באפעלקערונג. אויך איבער די פארמאסי אין די אידישע געגענט האבן זיי געמאכט אן איבערפאל און זיי האבן עס אינגאנצן פארברענט מיט פייער באמבעס, און ארעסטירט דעם בעה"ב, וועלכער איז געווען איינער פון די גוטע פריינט און שטיצערס פון די טעראריסטן. אויך א ביוטי פארלאר, וועלכע איז געווען צוויי גאסן אוועק פון די צענטראלע אידישע געגנט האבן די ארמיי איבערגעפאלן און זיי האבן געפאדערט אז דער בעה"ב זאל ארויסגעבן די טעראריסטן וועלכע באהאלטן זיך דארט. ווען זיי האבן נישט געוואלט, זענען די סאלדאטן אריינגעגאנגען מיט כח און זיי האבן אויסגעבראכן און אויסגעלעכערט א פאר פענסטערס, אבער נישט פארברענט כליל אזוי ווי זיי האבן געטון צו די פארמאסי, כמו שסיפרנו לעיל.
נאך בערך עפעס מער ווי א יאר, האט די מיליטערישע רעגירונג באקומען די אויבערהאנט, און זיי האבן די טופאמאראס ארויסגעטריבן פון ביזנעס. די פיהרערס זענען ארעסטירט און פאר'משפט געווארן צו לאנגע תפיסה טערמינען. ווען ס'איז אדורך נאך צוויי יאר פון ווען די ארמיי האט איבערגענומען די מאכט, האבן זיי פאררופן נייע עלעקשאנס און זיי האבן ערלויבט אויפצומאכן דעם פארלאמענט און מ'האט אויפגעשטעלט א נייע, דעמאקראטישע רעגירונג.
היינט צוטאגס זענען די טופאמאראס בלויז א פאליטישע ארגאניזאציע און זיי האבן רעפרעזענטאטיווס אין פארלאמענט. אויך דער מייסד און אנפיהרער פון די גרופע, מיט'ן נאמען כאסעי מוכיקא, וועלכער איז בימים ההם געווען א לאו סטודענט און ער איז אפגעזיצן א שיינע פאר יאר אין תפיסה זיצט היינט אין דעם דעמאקראטישן פארלאמענט, און איז א געהעריגער פאליטישן...!
המשך יבוא, אי"ה
אין די נעקסטע פארזעצונג וועלן מיר בל"נ אביסל אויסרעכענען די נעמען פון עטליכע חשוב'ע בעלי בתים, חברי קהילתנו הק' און זייערע אקטיוויטעטן.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 2:17 pm
דורך שטיינער
שכוח פאר די כסדר'דיגע באריכטן, א שטיק היסטאריע, שרייב ווי מער, למען ידעו דור אחרון
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 3:01 pm
דורך געוואלדיג
זייער אינטרעסאנט ר' בערל דו פאראייביגסט פארגעסענע וועלטן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2016 4:58 pm
דורך [NAMELESS]
הרב [tag]berlbalaguleh[/tag], נאך א לענגערע אפוועזנהייט אפשר שרייבסטו ווייטער דיינע זכרונות פון אורוגוויי?!
דער עולם האט בשעתו ארויסגעוויזן גרויס אינטערעסע אינעם סעריע קאפיטלען, נו שרייב'זשע ווייטער להנאת הכלל.
א גרויסן דאנק!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:20 am
דורך berlbalaguleh
אדנירם: לקיים דברי צדיק. כאטש איך האלט אום מוצאי תשעה באב שוין נאך די ג' כוסות. (מיט'ן בריסקער שיעור.) לויט ווי מיין זכרון דינט מיר.
ווען איך בין אנגעקומען קיין מאנטעווידעא, אורוגוויי, און איך בין אריינגעגאנגען אין ביהמ"ד אלס יונגל, האב איך מיך נאכגעפרעגט ביי מיינע חברים אויף די בעלי בתים, און זייערע פרנסות/דזשאבס. האבן זיי מיר געענטפערט כמעט אויף א יעדן איינעם אז ער האט א פעקטארי. און איך האב געפרעגט מיט וואונדער.... א יעדער האט א פאבריק...?! יא. איז געווען דער ענטפער. למשל, ר' אברהם חיים הכהן פיליפ, ז"ל איז געווען פאררעכנט אלס דער גרעסטער עושר און אומ-אפיציעלער ראש הקהל. ער האט געהאט דריי פעקטאריס. איינס אין מאנטעווידעא, אורוגוויי און 2 אין בוענאס איירעס, ארגענטינע, וואו ער איז געפארן כמעט א יעדע וואך אויף מסחר. פארשטייצעך אויף שבת איז ער אייביג אהיימגעקומען.
דער מרחק פון בוענאס איירעס ביז מאנטעווידעא איז בערך אזוי ווי פון מאנטריאל צו ניו יארק. און דער עולם איז טאקע געפארן מהכא להתם ומהתם להכא אזוי ווי מ'פארט פון מאנטריאל צו ניו יארק. און פארקערט. חוץ וואס ער האט פארמאגט א סאך ריעל עסטעיט, איז ער אויכעט געווען דער אפיציעלער רעפרעזענטאטיוו פון די מאנופעקטשורער'ס הענאווער טראסט קא. א גרויסע און פראמינענטע באנק וועלכע האט אמאל פונקציאנירט אין ניו יארק.
נאכדעם איז געווען ר' חיים אביגדור קאהן, ז"ל. וועלכער האט געהאט א גרויסע ניטטינג און עקספארט פאבריק. און ער האט געהאט זיין הערליכע בעל בתישע דירה אין זעלבן בילדינג. זיינע קינדער וואוינען היינט אין מאנטריאל, קענעדע און זענען ב"ה גבירים אדירים אין די סאטמאר'ע קהילה דארט.
אויך, לאמיר געדענקען ר' משה עלקאן/עלקין, וועלכער איז געווען א גרויסער גביר און נדבן ובעל צדקה. זיין היסטאריע איז זייער אן אינטרעסאנטע. ער איז אריגינאל געווען א רוסישער סאלדאט וועלכער איז אנטלאפן פון זיין מיליטערישן יוניט, און ער האט זיך אויסבאהאלטן ביי א אידישע משפחה מיט'ן נאמען איזשאק, וועלכע זענען געווען פליטים און האבן געוואוינט אין איטאליע, וואו ער האט חתונה געהאט און געווארן א טייל פון זייער משפחה. ער צוזאמען מיט זיין שווער'ס משפחה האבן אימיגרירט קיין מאנטעווידעא, אורוגוויי. ר' משה, איז אריגינאל געווען א שטודירטער עלעקטריקל ענזשיניר. און ווען ער איז אנגעקומען אין די פרימיטיווע מדינה, האט ער אויסגענוצט די געלעגנהייט און האט אליינס דעזיינט און אריינגעבויעט דעם עלעקטרישן סיסטעם אין זיין בילדינג, וועלכעס האט געדינט סיי אלס פעקטארי (אויף די ערשטע שטאק און בעיסמענט) און סיי אלס רעזידענשל אפארטמענט בילדינג מיט א סאך דירות, אזוי אז ס'זאל איהם נישט קאסטן קיין סאך הוצאות פאר די פעקטארי. ברם יזכר לטובה, ער האט געהאט אין זיין בילדינג צוויי אידישע משפחות, וועלכע ער האט געלאזט וואוינען כעמט אומזיסט. מיט ווייניג רענט. ער האט זייער שטארק מחשיב געווען די אידן ת"ח און שטארק ערליכע און איידעלע אידן.
אויך, ר' יוסף פאסטערנאק ז"ל, וועלכער איז נישט געגאנגען מיט א בארד מכח צורך הפרנסה. ער איז געווען א תלמיד פון סאטמאר'ע רבי'ן דער בעל דברי יואל. אבער דארט איז ער נישט געווען איינער פון די קנאים. פארקערט, ווען ס'איז געקומען אמאל דער ירושלימ'ער מגיד הרב אלי' שטיינבערג און געזאגט א שארפע דרשה אקעגן די ציונים און מדינת ישראל, האט ער איהם פארשריגן און געהייסן אראפגיין...!
אויך, זענען געווען דארט 2 שוחטים פון די קהילה. ר' אהרן קליין ז"ל און ר' ישראל שלום שטערן ז"ל. זיי זענען אויך געווען די אפיציעלע בעלי קריאה. זיי האבן זיך איינגעטיילט. א יעדע וואך האט אן אנדערער געליינט שבת אין ביהמ"ד די פרשת השבוע. פארשטייצעך אז זיי זענען געווען אונטער די מרות פון מרא דאתרא הרב אברהם לייטנער ז"ל, וועלכער האט געהאט די פולע קאנטראל איבער די שחיטה המהודרת. און ער האט זיך טאקע נישט געפוילט, נאר אראפגעגאנגען אין בית השחיטה א יעדע וואך נישט איינגעמאלדן. און ער האט באקוקט די חלפים פון די שוחטים.
המשך יבוא, אי"ה
נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 10:10 am
דורך קאמענטירער
ער איז געווען א תלמיד פון סאטמאר'ע רבי'ן דער בעל דברי יואל. אבער דארט איז ער נישט געווען איינער פון די קנאים. פארקערט. ווען ס'איז געקומען אמאל דער ירושלימ'ער מגיד הרב אלי' שטיינבערג און געזאגט א שארפע דרשה אקעיגן די ציונים און מדינת ישראל, האט ער איהם פארשריגן און געהייסן אראפגיין...!
זייער אינטערסאנט מילא נישט קנאיש געשטימט אבער זיין פרא און הייסען אראפגיין איז זייער מאדנע און אינטערסאנט! איז דא נאך עפעס דיטעלס וואס סהאט זיך אפגעשפילט ביי די מעשה? זענען געווען מענטשען בעד המגיד הנ''ל? וואס האט דער מגיד הנ''ל אזוי שארף אריינגעזאגט?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:52 pm
דורך berlbalaguleh
קאמענטירער האט געשריבן:ער איז געווען א תלמיד פון סאטמאר'ע רבי'ן דער בעל דברי יואל. אבער דארט איז ער נישט געווען איינער פון די קנאים. פארקערט. ווען ס'איז געקומען אמאל דער ירושלימ'ער מגיד הרב אלי' שטיינבערג און געזאגט א שארפע דרשה אקעיגן די ציונים און מדינת ישראל, האט ער איהם פארשריגן און געהייסן אראפגיין...!
זייער אינטערסאנט מילא נישט קנאיש געשטימט אבער זיין פרא און הייסען אראפגיין איז זייער מאדנע און אינטערסאנט! איז דא נאך עפעס דיטעלס וואס סהאט זיך אפגעשפילט ביי די מעשה? זענען געווען מענטשען בעד המגיד הנ''ל? וואס האט דער מגיד הנ''ל אזוי שארף אריינגעזאגט?
קאמענטירער: לאמיר דיר ענטפערן על ראשון ראשון וכו'. איך בין נאך דאמאלס געווען א יונגל. אבער איך געדענק די מעשה כמו שהיה. אז ער איז געווען א סאטמאר'ע תלמיד האביך פארשטייצעך נאך דאמאלס נישט געוואוסט. דאס האביך ערשט אויסגעפונען מיט עטליכע יאר צוריק דאהי בעיר ה'טעירע והקדישע בארא פארק, יצ"ו. אויך האט ער זיך דאהי געלאזט וואקסן א בארד. ר'האט געהאט א לאנגע בארד. איך האב דאס אין מיין זיכרון צוגעגלייכט צו זיין קליען-געשעיווט פנים דארט אינדערהעים. רוב מענטשן זענען געבליבן שטיל בשעת זיין דרשה. נאר ער און נאך איין בעה"ב (כ'האב שוין פארגעסן זיין נאמען) האבן ארויסגעשריגן מנהמת ליבם הטהור. ער, דער מגיד ר' אליה שטיינבערג, אליינס א בעל תשובה און א תולדות אהרן חסיד, האט טאקע זייער שארף גערעדט און אטאקירט די מדינת ישראל רעגירונג און די איינוואוינערס. איך האב דאך נישט אלעס פארשטאנען. נאר איך געדענק גוט דעם טומל אין ביהמ"ד שבת נאכמיטאג...!
Re: דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי
נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 11:30 pm
דורך ביליג
יישר כח ר' בערל זייער שיין און ארגינעל אראפ געשריבן
#WeWantMore