ליבעראלן, גענוג איז גענוג!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך ווייס נאכנישט וואס די אינצידענט האט מיט ליבעראליזם צו טוהן? אפשר ווייל ס'איז געשעהן אין עסטרייך? און זיי זענען ליבעראל.
אבער שרייבסט "צומאל קענען ליבעראלן זיין אזוי צודרייט" - מסכים..!

אבער קאנסערוואטיוון זענען אלעמאל צודרייט!

קוק אין זייערע תפיסות אין זייערע סטיעטס. מענטשן באקומען "לייף" אין דזשעיל פארן פארקויפן מאריוואנע (א דראג אביסל שטערקער ווי קאווע..!) דאס קען נאר געשעהן אין רעכטע סטעיטס...

האסט גוט געהערט! ס'איז דא מענטשן וואס זיצן איבער צוואנציג יאהר אין תפיסה פאר גארנישט און פאר נישט.

ליבעראליזם איז משוגע? ווידער קאנסערוועטיזם - לייקענען סייענס און פאקטן, געבן פאר יעדער חדר אינגל א רעוואלווער, און לעבן ווי דריי טויזנט יאהר צוריק איז מורא'דיג נארמאל...!
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

ארי נוהם האט געשריבן:צומאל קענען ליבעראלען זיין אזוי צודרייט, אז עס בלייבט נאר איבער פאר אונז צו שטיין און שטוינען.

ליינט וואו ווייט ליבעראלזם קען פארקריכן!

http://nypost.com/2016/10/24/migrants-r ... m-said-no/



צומאל זענען מענטשן אזוי צודרייט, אז עס בלייבט נאר איבער פאר אונז צו שטיין און שטוינען!

לייענט שטייטעלעך וואס שטייט אין ארטיקל!

Supreme Court President Thomas Philipp said that while the verdict was “watertight” with regard to the serious sexual abuse of a juvenile, the written verdict on the second indictment, rape, cannot be sufficiently proved.


אין אידיש: דער סופרים ריכטער האט געזאגט, אז כאטש די פסק איז "פארזיגלט" בנוגע די ערנסטע קלאגע פון באלעסטיגן א מינדעריעריגען, קען די "געשריבענע" פסק נישט ווערן געהעריג געפרואווט.

אין אנדערע ווערטער די ערשטע פסק דין, אנטהאלט א טעקניקל טעות. ווייל דער שופט איז אים דן אויף רעיפ וואס איז שווערער צו איבער צייגן, ווי סתם מאלעיסטעישאן, אנשטאט וועט אים יעצט דער שופט ברויכן דן זיין אויף מאלעיסטעישאן ושלום על ישראל.

מה קול הרעש?

בד"וו די פאסט ארטיקל איז כמעט א יאר אלט.
פארשפארט