בלאט 3 פון 3

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 6:06 pm
דורך [NAMELESS]
האסט לכאורה נישט פארשטאנען מיין כוונה. ווייל בעצם קען איך יעצט איבערלייגן מיין תגובה אויף דיינע לעצטע ווערטער. פארט וועל איך צולייגן צוויי נקודות, אפשר וועט עס דיר אויסקלארן דאס בילד:

קודם כל, פארוואס ווען דו רעדסט פון די ליטוואקעס רעדסטו נאר פון לעיקוואד לעומת ב"פ וומסב"ג? ווייל לעיקוואד איז אן אפיציעלער עיר התורה און די חסיד'ישע מקומות נישט? נו, ע"ז אמרתי אז ביי חסידים איז יעדער געווען אויסגעמישט, דאס מיינט נישט אז ס'געווען א רוב פון חסיד'ישע עמי הארצים. ס'רוב זענען געווען ת"ח, אפילו זיי האבן געגלייבט אין א רבי. ווידער די ליטאים, זענען אלע געווען גארבעדזש חוץ די יחידים וואס זענען געגאנגען קיין לעיקוואד.

און א רגע, פון טינעק ביז לעיקוואד איז גארנישט דא אינצווישן? וואס איז מיט פילאדעלפיע, פלעטבוש, פאר-ראקאוועי, באלטימאר, שיקאגא, ועוד? סך הכל ביזטו מדמה די סאמע 'פרומסטע' שטעטל פון אפאר אפגעריסענע ליטווישע עובדים, צום גאנצן חסיד'ישן וועלט. קוק אויפן גאנצן בילד.

אבער דאס איז נאך א האלבע צרה. וויאזוי האסטו נאר געזאגט? יעקעס מיט מאדערנע חסידים וואס גלייבן אין סופערסטיציעס בלא-בלא-בלא. וואס האט דאס מיטן חסיד'ישער געמיינדע? זיי זענען ווייטער פון אונז חסידים, ווי די אנשי טינעק זענען פון אנשי לעיקוואד!

דיין לעצטע קטע איז א פשוט'ע חזרה אויף דיין אומוויסנקייט אין חסידיזם, איבערקייענדיג דיינע אלטע אויסברוכן ככלב השב אל קיאו. צייט אויסצואוואקסן דיין אלטע סטיגמע און זיין באזירט אויף פאקטן. פון א מארמאראשע פויער, צו גאליציאנער עם הארץ, זאלסטו נישט אפ'פסק'ענען אז 'אזוי' האט אויסגעזען דער רוב, צו כאטש א מיעוט גדול, פון די חסיד'ישע וועלט.

-------
מבקש דערמאנט מיין דריטע נקודה.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 6:08 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לאו דוקא, איך האב דערמאנט דער משל פון מיין אפשטאם.
איך זעי נישט אז [tag]אדנירם[/tag] זאגט אזוי אנדעריש ווי מיר. דער טיילונג ביי ליטאים איז געשען מיט זעכציג זיבעציג יאר צוריק, און ביי חסידים איז עס נאך נישט געשען. נו, דאס האב איך אויך געזאגט.
מיר דוכט זיך אז ווען מ'זעט מיין ניק מיט חסידים צוזאמען, איז מען שוין נערוועז, דעריבער ווערט אלס געטייטשט לרעה. מיר גייט עס נישט אן. שטעל זיך פאר דער שטיבעל אן מיר? אסאך פרייליכקייטען וואלטען געפעלט. אבער פאר דער וואס איז סענסיטיוו צו די זאכען, קען טראכטען נאך א פאר מינוט און זען צו ס'איז דא וואס צו רעדען.

שש האקט - און לאזט אויס דער עיקר נקודה מיינער. מ'רעדט דא פון א.ט.ד. היינט, נישט פון אמאל. דער בחור היינט האט גארנישט מיט זיין עלטע פעטער אין פלעטבוש, נאר מיט די לאקאלע פראבלעמען פון זיין לעבען. מ'רעדט פון לעיקוואוד כלפי ב.פ., און דער פלעטבושער וואס גייט אראפ פון וועג איז טאקע אויך מער דומה צו די אנדערע זייט. ער ווייסט נישט פארוואס צו זיין א איד בכלל, ער האט עס טאקע קיינמאל נישט געזען.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 6:32 pm
דורך [NAMELESS]
אקעי, וועל איך מסביר'ן באופן אחר.

מיש צאם לעיקוואד מיט פלעטבוש, און נאכדעם זאג אז 'די ליטוואקעס האבן געזען אנגעפרעסענע זיידעס, יענקיס, פוסטע ליידאקעס, איז וואס ווילסטו פון זייערע אייניקלעך'. סאונדט צום זאך? ניין. ווייל ס'דא אזויפיל פרומע, פארוואס זאל מען רעדן באופן כללי?

ביינונז אין ב"פ וומסב"ג איז עס ווי לעיקוואד און פלעטבוש אויסגעמישט - אויפן חסיד'ישן נוסח. יעצט קום זאג וועגן די זיידעס פון היינטיגע חסידים, צו היינטיגע א.ט.ד.'ס פונעם חסיד'ישן געמיינדע. דאס איז געהאקט א טשייניק. ס'דא אזויפיל וואס זייערע זיידעס זענען געווען פרומע תורה'דיגע מענטשן, נאר די 'פלעטבוש'ע סארט' חסידים זענען געווען אויסגעמישט מיט די 'לעיקוואדע סארט' חסידים, און דו פאוקעסט אויף די מיעוט 'פוסטע' זיידעס כאילו דאס איז מעינסטרים חסידים נאכן קריג.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 6:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז מ'וואוינט צוזאמען, גייט אין חדר צוזאמען, גייט אין איין ביהמ"ד און פאררופען זיך אויף די זעלבע רבי, האט עס א שייכות. אפשר זענען אלע א.ט.ד.'ס נאר פון אזעלכע שטיבער, אפשר האבען זיי א השפעה אויף אנדערע. אבער למעשה אז מ'נעמט די קינדער דאווענען אין סאטמאר אין ראדני אום יוכ"פ מיט פופציג יאר צוריק, וואלט ער זיך אנגעטראפען מיט א מענטש וואס לאכט אויס די גאנצע זאך 'דער רבי וועט שוין טוהן פאר מיר'. אין לעיקוואוד דעמאלס און היינט וואלסטו עס נישט געטראפען. ווייל דער מענטש איז פריי אינגאנצען. דעריבער טרעפט מען זיך אן מיט אזעלכע מענטשען אין סאטמאר באבוב בעלז גער ועוד, וואס האבען נישט די ערשטע הו"א פון וויסען וועגען תומ"צ. נישט אלע, נישט רוב, אבער די השפעה אויפ'ן א.ט.ד. קומט אויך פון יענער חברה. און טאקע די א.ט.ד. זענען נישט אלע חסידים און נישט רוב אויך נישט. אבער וויבאלד איך קלער אז די מקור פון יענע חברה איז די אריגינעלע מענטשען וואס האבען נאר א חיצוניות'דיגע באהעפטומג מיט אידישקייט, דעריבער זעט אויס דער אייניקעל אזוי. אין לעיקוואוד האט ער נישט דער סבה צו פאלען, און ממילא פאלען נאר די וואס קענען נישט דערהייבען דער לחץ, אבער נישט מענטשען וואס האבען קיינמאל נישט געזען צו געטראכט פון זיין א איד.

כנראה זעט מען עס דא ווי א וויכוח ווער איז בעסער. איך זעי נישט אז איינער זאל זיין בעסער ווי א צווייטען. ס'איז א פארשידענהייט וואס איך מערק אן. דער האט דער נקודה און א צווייטע האט אן אנדערע'ן. איך זעי נישט קיין סבה זיך צו רעגען.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 1:02 am
דורך קאצקע ציקער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אויב אזוי בלייבט די קשיא, פארוואס זעט מען נישט מער גליטשער'ס ביי ליטווישע? למעשה די ציפער'ן ווייזען נישט מער אין לעיקוואוד ווי וומסב"ג און ארץ ישראל איז אויך אזוי.

כאפ א וויזיט אין לעיקוואד ביים טייך שבת קודש , וועסטו זעהן ווי בחורים וגם בתולות רייכערען בעצם יום השבת קודש נאכדעם זאלסטו קימען דא זאגען אז ס'דא מער חסידישע גליטשערס.

אין פאקט און אין פערסענט איז דא סך סך מער געגליטשטע פון דארט איי וועסטו מיר פרעגן ווי זענען זיי? די תירוץ איז אז ביי די חסידישע מאכט מען א גרעסערע טראסק פון יעדע א.ט.ד ווייל די משפחות זענען מער געבינדען

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 1:42 am
דורך קאצקע ציקער
גם אני מצרף מיט דעם מחאה פון הרב [tag]אדנירם[/tag] אויף דעם דברי בלע ודופי וואס דער ליטוואק האט צאם געדאברעט אויף די "זיידעס" אונזערע וואס האבן מיט בליט און נעגל אוועקגעשטעלט אזא שיינע דור

ליטוואק פארוואס האלסטו אז די חסידישע זיידעס זענען געווען אזוי שוואך ווער האט דיר דאס איינגערעדט? ערענסט קים אריין קלאר

אזאלכע שטיתים צו רעדן קען נאר א ליטוואק

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:43 pm
דורך יעקב מענטש
[youtube]https://www.youtube.com/watch?v=8hF5gjKicGM[/youtube]

געטראפען א קליפ פון ראביי טווערסקי, ווי ער איז לייגט אראפ אפאר נקודות וויאזוי צו האלטן די קינדער אויפן דרך,

נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 8:17 pm
דורך נולד מאוחר

די בליט פארגיסונג וואס איך האב נעכטן מיט געהאלטן ביי א חתונה

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 3:50 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
.