בלאט 3 פון 4

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 9:07 pm
דורך מן הסתם
אויפן איינלאדענונג צום מעמד \ מסיבה וכדומה שטייט פון אויבן אין קידוש לבנה אותיות "הזמנה מלתא היא"..

למעשה אין די גמ' ביי די סוגיא פון הזמנה בלייבט אז הזמנה "לאו" מלתא היא..

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 9:11 pm
דורך מן הסתם
להלכה: "הזמנה לאו מילתא היא" כרבא, לפי הכלל שבמחלוקות אביי ורבא הלכה כרבא חוץ מיע"ל קג"ם.

עיקר הסוגיא והדיון בנושא נמצא בבבלי סנהדרין מז:-מח..

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2024 12:38 am
דורך berlbalaguleh
מן הסתם האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 9:07 pm אויפן איינלאדענונג צום מעמד \ מסיבה וכדומה שטייט פון אויבן אין קידוש לבנה אותיות "הזמנה מלתא היא"..

למעשה אין די גמ' ביי די סוגיא פון הזמנה בלייבט אז הזמנה "לאו" מלתא היא..
נאר פארשטייצעך ס'איז אינגאנצן אן אנדער פשט. פאר א מליצה איז עס שיין.

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2024 6:48 am
דורך פאלאצ'ינטא
נו וואס זאהל איך טאהן? איך האב נישט ליעב פיש.

וועט מען אויפקומען מיט א נייע גראם

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:28 am
דורך בני אהרן
אבי היתומים

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:42 am
דורך שמעקעדיג
"ומי רואה את אלו יוצאים ואינו יוצא"...

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:54 am
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:48 am נו וואס זאהל איך טאהן? איך האב נישט ליעב פיש.

וועט מען אויפקומען מיט א נייע גראם
איך קען אויפקומען מיט א גוטן גראם (עפעס מיט פאלאצ'ינטא). ווער זאגט אז ס'מוז שטימען מיט די משנה.

א איד האט אמאל געזאגט..."א שאד אז שבת איז נישט טייטש קיין דאכענע. פארוואס? ווייל אויב יא האב איך א גוטן גראם..."מיזמער ס'איזמער, שיער נישט אראפגעפאללן, ליום ביינאכט. השבת די דאכענע.

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:57 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:42 am "ומי רואה את אלו יוצאים ואינו יוצא"...
דער פסוק (רש"י) איז רעזערווירט פאר די גרויסע רעבעס.

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:03 am
דורך שמעקעדיג
אבער די היימישע צייטונגען נוצן עס

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:07 am
דורך פאלאצ'ינטא
לב מלכים ושרים ביד השם.

דאס שטייט נישט אין ערגעץ און איז אן אויפגעמאכטע פסוק. די איינציגסטע פסוק וועליכע איז כמו דעם איז אין משלי... כא א. פלגי מים לב מלך ביד השם על כל אשר יחפץ יטנו:

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:11 am
דורך טליתנאה
כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 9:19 pm
דורך פאלאצ'ינטא
טליתנאה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:11 am כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק
דער מקור איז א גמרא אין גיטין (י"ט עמוד א) אבער קיין איינער וועליכע נוצט עס, נוצט עס מיט די ריכטיגע באדייט

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 9:40 am
דורך berlbalaguleh
איינער איז אמאל געווען ביי א מסיבה וואו ס'איז געווען א גרויס געדרענגעניש. פארנט פון איהם איז געשטאנען א איד וואס האט געהייסן ר' שמעון. ווען ער האט זיך געוואלט אנלאנען אויף איהם האט ער געזאגט דאס ווערטל...כדאי הוא ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק...!

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 11:41 am
דורך [NAMELESS]
דער רבי רבי שמעלקא זצ"ל האט געטייטשט אמאהל א פסוק אזוי,
שטייט אז בזכות די דריי טרערן וואס עשו האט געהאט ווען יעקב האט געגנב'ט די ברכות האט ער זוכה געווען אז אידן זענען ביי אים אין גלות,
פרעגט די וועלט, זייט דעמאלס האבן אידן פארגאסן אסאך מער טרערן, אויב אזוי זאלן די טרערן פון עשו בטל ווערן ברוב,
איז דער תירוץ אז די אידישע טרערן זענען נישט אויף די גלות השכינה נאר אויף פרנסה, ממילא זענען ביידע טרערן מין במינו וואס איז נישט בטל.

זאגט דער רבי רבי שמעלקא = מדוע לא בא בן ישי? פארוואס איז מען נאך נישט ארויס פון עשו'ס גלות?
ווייל גם תמול גם היום אל הלחם = מ'וויינט אויף פרנסה, איז עס מין במינו.

האב איך צוגעלייגט, דאס איז דוקא רבי יהודה וואס האלט אזוי, אבער רבי שמעון האלט אז מין במינו איז יא בטל,
דערפאר בשעת הדחק, ווען עס איז שווער פרנסה, יש לסמוך על רבי שמעון און לאזן טרערן אויף פרנסה....

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 1:20 am
דורך בני אהרן
Screenshot_20240617-010915.png
בילד
די מאמר שטייט שטייט ביי מוצאי יום כיפור.
נישט מוצאי שבעות

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 6:48 am
דורך פאלאצ'ינטא
ביי איעדע שנארר אקציע ווען מען רייסט געלט ביים עולם שרייבען זיי...

וכל המוסיף מוסיפין לו מן השמים

דאס האט נישט צו טוהן מיט צדקה. דער מקור פון דעם איז אין קיצור שולחן ערוך ביי הלכות תלמוד תורה סימן כ"ז

אז מען דארף לערענען תורה איעדען טאג...

וכל המוסיף מוסיפין לו טובה מן השמים

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 3:31 pm
דורך אייניקעל
הַאַחֵיכֶם יָבֹאוּ לַמִּלְחָמָה וְאַתֶּם תֵּשְׁבוּ פֹה?!
אלץ א רוף ארויסצוקומען פראטעסטירן אנטקעגן גיוס צו צה"ל

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 3:34 pm
דורך אייניקעל
צַהֲלִי וָרֹנִּי יוֹשֶׁבֶת צִיּוֹן כִּי גָדוֹל בְּקִרְבֵּךְ קְדוֹשׁ יִשְׂרָאֵל.
ווען דער אדמו"ר שליט"א קומט באזוכן פאר א שבת... אין אן ארט אין חוץ לארץ

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 3:35 pm
דורך אייניקעל
גָּדוֹל יִהְיֶה כְּבוֹד הַבַּיִת הַזֶּה
בויענדיג א בית מקדש מעט אין ירושלים דאמעריקא

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 9:17 pm
דורך שמעקעדיג
ייש"כ אלע.

'צהלי ורני' און 'וכל המוסיף' איז שוין געשטאנען אין די ערשטע פאר תגובות.

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 12:59 am
דורך שמעקעדיג
פון אייוועלט:

די שפריך ווארט (וואס שפריצט שוין ארויס פון די נאז לעכער) לויטעט עפעס אזוי: עת הזומע"ר הגיע

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p5198891

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 1:19 am
דורך berlbalaguleh
אייניקעל האט געשריבן: הַאַחֵיכֶם יָבֹאוּ לַמִּלְחָמָה וְאַתֶּם תֵּשְׁבוּ פֹה?!
אלץ א רוף ארויסצוקומען פראטעסטירן אנטקעגן גיוס צו צה"ל

דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס פאסט פאר מילתא דבדיחותא:

אינדערהעים אין איינס פון די שטעטלעך פון מארמאראש איז א בחור פון 15 יאר פלוצלינג נעלם געווארן.

די גאנצע שטאט איז אריין אין א זוך אקציע. מ'האט איהם ארומגעזוכט איבעראל. קורץ פאר מנחה רוקט זיך דער בחור אן. זיין טאטע איז אויך דארט געווען. רופט ער זיך אן... "והילד איננו. דער בחור איז דא"...
שוין. ווער ס'האט פארשטאנען דעם דזשאוק קען יעצט לאכן...!

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 1:22 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:17 pm ייש"כ אלע.

'צהלי ורני' און 'וכל המוסיף' איז שוין געשטאנען אין די ערשטע פאר תגובות.
נאר די אלע וואס נוצן עס ניצן עס נישט ריכטיג: ווייל אין פסוק שטייט צהל"י מיט א יו"ד (לשון יחיד). און זיי שרייבן עס מיט א ווא"ו. (לשון רבים).