בלאט 3 פון 10

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 10:28 am
דורך שבת אחים
זעהט טאקע אויס אז איך בין אינגאנצן משוגע, אבער בלייבט נאר איבער א קשיא וואס איז מיט די אלע אנדערע טויזענטער אידן וואס האלטן נאך היינט צו טאגס אז ר׳ מאטעלע פליט אין הימל? פארוואס קומען זיי נישט אן צו די החלטה???

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:01 am
דורך שמעקעדיג
וואס גייט דיר אן וואס אנדערע האלטן? דו זארג פאר דיר! דו דארפסט נאר גלייבן אז דער באשעפער איז אין הימל, ודי בזה!
לאז די מענטשן אויף דער ערד, זיי זענען נישט אין הימל.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:09 am
דורך שבת אחים
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס גייט דיר אן וואס אנדערע האלטן? דו זארג פאר דיר! דו דארפסט נאר גלייבן אז דער באשעפער איז אין הימל, ודי בזה!
לאז די מענטשן אויף דער ערד, זיי זענען נישט אין הימל.


זיי מסביר? וואס גייט דיך אן צו גלייבן אז דזאשסעף סמיט האט באקומען גאלדענע לוחות וואס איז אראפגעפאלן פון הימל? וואס גייט דיך אן צוגלייבן אז יאשקע איז אויפגעשאנען נאך זיין טויט? וואס גייט דיך אן צוגלייבן אז ר׳ מאטעלע פליט אין הימל?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:10 am
דורך שמעקעדיג
ווייל דו דארפסט גלייבן אין די אני מאמינ'ס, ותו לא מידי.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:14 am
דורך אהרן
שבת אחים האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס גייט דיר אן וואס אנדערע האלטן? דו זארג פאר דיר! דו דארפסט נאר גלייבן אז דער באשעפער איז אין הימל, ודי בזה!
לאז די מענטשן אויף דער ערד, זיי זענען נישט אין הימל.


זיי מסביר? וואס גייט דיך אן צו גלייבן אז דזאשסעף סמיט האט באקומען גאלדענע לוחות וואס איז אראפגעפאלן פון הימל? וואס גייט דיך אן צוגלייבן אז יאשקע איז אויפגעשאנען נאך זיין טויט? וואס גייט דיך אן צוגלייבן אז ר׳ מאטעלע פליט אין הימל?


1- די ביסט אויך נישט ׳איבערצייגט׳ אז עס איז נישטא קיין גאט, די ביסט נאר נישט איבערצייגט אז יא, משא"כ מיר זענען יא איבערצייגט אז זאת התורה לא תהא מוחלפת (ממילא די אלע וואס גלייבן אין דיינע דערמאנטע גלייבן דאך אין וואס מיר גלייבן, אבער אונזער גלויבן שטעלט אוועק אז ׳דערנאיז נאו פלעיס פאר טשענטשעיס׳)


2- פרעגסט א שאלה וואס גייט דיר אהן? ער האט גארנישט באצאלט פארן נישט גלייבן, כנראה האסטו יא באצאלט מיט דיינע קינדער און דיין באקוועמע לעבן (וואס די שרייבסט אז די האסט געהאט, נאר פארלוירן אדאנק דיינע קשיות)

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:15 am
דורך שבת אחים
פתי יאמין לכל דבר

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:23 am
דורך שבת אחים
.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:23 am
דורך אהרן
.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:28 am
דורך אהרן
די ביסט צו קליג, איך ענטפער נאר אויף וואס די פרעגסט
שבת אחים האט געשריבן:
זיי מסביר? וואס גייט דיך אן צו גלייבן אז דזאשסעף סמיט האט באקומען גאלדענע לוחות וואס איז אראפגעפאלן פון הימל? וואס גייט דיך אן צוגלייבן אז יאשקע איז אויפגעשאנען נאך זיין טויט? וואס גייט דיך אן צוגלייבן אז ר׳ מאטעלע פליט אין הימל?


אויף דעם איז דא א תירוץ, כמבואר.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:33 am
דורך שבת אחים
אין אנדערע גלעגענהייט וועלן מיר שמוסען ווייטער, יעצט דארף מען גיין מאכן פרנסה. שרייבן אויף קאווע שטיבל איז נאר גוט צו קוועטשען דעם באנק און נישט צו דעקן די באנק. :)

Re: מיין בריוו צו שרולי שטיין

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:36 am
דורך נאסע ליילעך
אפשר אייך ברייטע קאווע טרינקער (ללא סארקאזם) פארשטייען נישט, אבער אויב באקט מען איין די זעלבע אמונה אינעם רבי'ן, ווי אין גאט, דאן איינמאל די טארט שמעקט עפעס נישט גייט עס אין מיסט.. סא ביסל שווער אראפצוקראצן די שימל.. @גרויסע מענטשעלע, אויב רופסטו אים 'משוגע' פארן גלייבן די רבי איז א מלאך, קענסטו אים רופן משוגע פארן גלייבן אין גאט אויך, ווייל אויף ביידע האט מען אים די זעלבע מחנך געווען. די זעלבע אינטערנעץ וואס אנדעקט דעם אמת איבער'ן רבי'ן, שפארט נישט קיין ווערטער אויף גאט.. ס'זייער שווער צו קלויבן.

Sent from my SM-T800 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:57 am
דורך רושם
שבת אחים האט געשריבן:מיין אוועקגיין האט גארנישט געהאט מיט חסידות! אדרבה די חסידות איז די לעצטע זאך וואס כהאב איבערגלאזט, ס'האט מיר גענומען היפש אסאך צייט צו כאפן אז ר׳ מאטעלע האט נישט 'קיין דעה אין הימל', א זאך וואס כ'האב געהערט פון מיינע עלטערן פון ווען איך בין געבוירן. מיין אוועקגיין פון די קאמיונטי האט גארנישט צו טוהן מיט קיין פילינגס אדער א פערזענליכע אינצידענט, די שורש פון מיין גיין אט"ד האט צו טוהן מיט פארלירן די אמונה און נישט גלייבן! און איינמאל כ'האב אויפגעהערט גלייבן און אנגעהויבן פרעגן תמימות'דיגע קשיות, אנשטאט צו פראבירן צו ענטפערן האט מען מיך ארויסגעשטיפט פון די קאמיונטי און געשלאגן כפרות מיט מיר. לכתחילה האב איך מסכים געוועהן צו בלייבן אין די קאמיוניטי און בלייבן דארט פאר די קינדער און שפילן די געים, אבער מיין געוועזענע מיט וועם איך בין געוועהן חתונה געהאט פאר פופצן יאר האט בשום אופן נישט געוואלט וואוינען מיט מיר אויב איך גלייב נישט אפילו נאר אינערליך.


על פי רוב ווען מאיז קאמפארטעביל און די מקום ווי מאיז,טראכט מען נישט ארויס פון דארט.
איך פארשטיי אז די שפירסט ווי די האסט פארלוירען דיין אמונה,מיין שאלה איז וואס איז געווען דיין ענגשאפט וואס האטיך געברענגט צו טראכטען out of the box

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:12 pm
דורך שמואל פרימו
איך וויל באגריסן שרולי (יא, ביי מיר ביסטו שרולי - א זכר - עמנו הייתם...) שטיין, פארן ארויסקומען ברבים און ענטפערן איבער זיינע הרגשים אויף מיין בריוו. איך קוק אויף דעם שטארק ארויף און איך רעספעקטיר דעם פאקט, אז מען שטעלט זיך ארויס ברבים און מען רעדט דברים כדברונות, אן זיך באהאלטן. דאס ווייזט אויף א געזונטער נפש. דעם בריוו האב איך דיר געשיקט פריוואט ערגעץ אנדערש, לאנג פאר איך האב געשריבן דא אין שטיבל, אבער דו האסט אויף יענעם בריוו נישט געענטפערט, האב איך עס ארויפגעלייגט ברבים דא.

איך בין אבער זיכער, אפילו אויב היינט - דערווייל - בענקט זיך עס דיר נישט אזוי שטארק, עס וועט אבער אריבערגיין א צייט און דו וועסט נישט קענען קומען צו זיך... איך קען דיר גוט שרולי, אבער גוט! איך קען דיינע געפילן, מחשבות און תכונות-הנפש. אויסער א געזונטע היפנאטאזיע סעסיע, וואס זאל ארויסנעמען פון דיר יענע חלקים פונעם מוח, וועט דיר גארנישט העלפן - ווען דו וועסט זיך אויפכאפן אינמיטן נאכט, זיך דערמאנען די יארן אין גיבערס, און טאקע די קוויטלעך ביים רבי'ן, עס וועט דיר נישט לאזן קיין מנוחה, וועסט זיך דרייען אין בעט און אפילו וויינען. געדענק אז עס איז געווען איינער שמואל פרימו, וואס האט עס דיר געשריבן פון פאראויס...

און יא, וויפיל דו גלויבסט יא אדער נישט אינעם רבי'ן (איך זאג נישט אז איך גלויב - איך רעד פונעם קאנצעפט), אבער אז דו וועסט זיך צוריקדערמאנען יענע יארן, און פאר דיר איז 'דאס' דיינע גאלדענע יארן, וועט דאס דיר ציען מיט א מאגנעט, און דו וועסט זאגן דעם פסוק "מי יתננו ירחי קדם" (דער פסוק דערמאנט דיר עפעס? - יא?) - מי יתן לי "אבר" וכו' אעיפה ואשכונה - הלוואי זאל איך קענען צוריקפליען אהין, קענען נאכאמאל מיטהאלטן א דאווענען, א טיש... וועסט זיך אהינבענקען. יא יא, דארט וועסטו זיך בענקען. צי דו ווילסט אדער נישט!

דאס ביסטו אליין מודה, אז צו דער מצב, די טישן וכו' בענקסטו זיך אהין, און דו פירסט אליין דיין חצר ויז'ניץ סטעטן איילנד (מיט וועמען? - וואספארא פנים האט דאס? - וואלסט געוואלט זען דארט אפאר חסידי'שע אידן ווי ר' פ.נ. ג.נ. ל.י.וו. מיט נאך. אמת? - וואלסט געוואלט הערן אמאל א חסידי'שער שמועס פון א משפיע. ריכטיג?). אבער איך זאג דיר נאכמער: וועסט זיך נאך בענקען צום רבי'ן אליין... יא, צו דעם בשר-ודם וועלכער פירט אזוי קאלט און בארבאריש זיין חסידות. צו אים וועסטו זיך נאך בענקען... וועסט דאס נישט קענען ארויסרייסן פון דיר, אפגעזען וויפיל פרויערישע הארמאנען דו וועסט אריינלייגן אין דיר (איימסארי פאר די אויסדרוק - אויב עס שטערט דיר, וועל איך עס אראפנעמען).

Re: מיין בריוו צו שרולי שטיין

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:36 pm
דורך גר ותושב
פון דיין ווערטער נעם איך ארויס אז שרולי איז שבת אחים זאג מיר אויב איך האב א טעות

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:37 pm
דורך שמואל פרימו
אויפן ווענדונג פון עטליכע אישי'ס, אז שבת אחים איז נישט שרולי (אדער עבי - איך ווייס שוין גארנישט), ציה איך צוריק. מיר איז עפעס געלעגן אין קאפ פון דער פארגאנגענהייט אז דאס איז אים - דוכט זיך אז ער האט עס מיר אפילו אמאל געשריבן פון יענע ניק, אבער איך געדענק שוין נישט... על-כל-פנים אויב איז עס נישט אים, דאן וואונדער איך זיך פארוואס ער זאל טאקע נישט ארויסקומען און ענטפערן. ער האט דאך דא א ניק (אדער מער פון איינס), פארוואס זאל ער טאקע נישט קומען און ענטפערן דא ברבים? - פון וועמען באהאלט ער זיך? - פארוואס האט ער מורא? - אתמהה.

מיר ווארטן אז דער אנדרוגנוס זאל אהערקומען און ענטפערן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:38 pm
דורך שבת אחים
[tag]שמואל פרימו[/tag]
דו מישט אויס די יוצרות מיין פריינד איך בין מיט מעהר ווי 15 יאר עלטער פון אבי שטיין. און דו רעדסט ווי א באבע אן קיין ציין איך האב נישט געזאגט אז מאנסי וויזניצע טישן בענקט מיך בכלל קוק איבער מיין תגובה און ווישט אפּ די גלעזער דאס מאל.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 1:26 pm
דורך ליפא
ער איז פריער געווען אין א ווילי רעסטאראנט
IMG-20151228-WA0012.jpg

נאך

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 1:27 pm
דורך ליפא
IMG-20151228-WA0011.jpg

IMG-20151228-WA0015.jpg

IMG-20151228-WA0014.jpg

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 1:32 pm
דורך שמעון וואלף
גאטליעב'ס?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 1:32 pm
דורך ליפא
מעגליך

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 1:33 pm
דורך שלום על ישראל
שמעון וואלף האט געשריבן:גאטליעב'ס?

יא

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 1:44 pm
דורך שמעון וואלף
איז דאך [tag]שמואל פרימו[/tag] גערעכט. פונקט ווי ס'ציעט אים גאטליעב'ס קישקע בענקט ער זיך אויך צו אנדערע גירסא דינקותא

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 2:05 pm
דורך פרייוויליג
שמעתי אז ר' יעקב מאיר שעכטר האט געזאגט פאר שרולי שטיין'ס פאטער אז ער זאל ארויסווארפן פון זיין שטוב אלעס וואס באלאנגט צו שרולי שטיין, אפילו האר.. ווייל ער האט מורא'דיגע קליפות... אפשר איז דאס די זעלבע קליפות פון די לינקס אויף רעכטס העמדער.. (איך בין יעצט זייער אבסעסעט מיט ימין ושמאל..) איך מיין עס ערנסט, האלט טאקע ר' יעקב מאיר אז שרולי שטיין האט מורא'דיגע קליפות? מען רעדט דאך דא פון א חולי רעי, א קראנקער וויזניצער חסיד וואס האט געמיינט אז ארויס צו גיין פון וומ"ס דארף מען א פאספארט. און האט געברענגט צום אויסדריק אז חסידים שיוצאים יורדין עד לאשה..

אצינד ווערט ער שוין די שטן אליין?