moshav zekeinim האט געשריבן:מיין קרייטעריע איז אז מען לייגט זיך ערנסט אריין אינעם נושא וואס מען טוט, שטודירנדיג עס בכל נפשו לעומקה ולרחבה מיט א געוואלדיגער רעספעקט צום נושא, און צו יוצרי מוזיק מדור הקודם.
די קרייטעריע האב איך זייער לי ב און איך קען מיט דעם איידענטפייען. דערפאר ווי לאנג קאליש האט נאר ארענדזשעט און אפשר אויך קאמפאוזט בין איך געווען פון אים צופרידן אבער ווי נאר ער האט אנגעהויבן צו ארענדזשען און זינגען און גאר טון ביידע צונאזאם האט ער דאס ביי מיר פארלוירן.
ווער דארף אן עקסקיוז צו זיין בייז? אבער מיין עקזקיוז איז אז איך ווער בייז ווען אלעס ווערט אפגעפסלט. אז דו קענסט דיפיינען וואס דיך באדערט, כל הכבוד. מושב זקנים האט ארויף געברענגט א פוינט פון זיין ערענסט אין די נושא - דאס קען איך פארשטיין, אבער וואס איז דיין פוינט?
ווי איך פארשטיי איז נגינה ביי יחיאל'ן א דבר קדוש, און פאדערט פולע ערנסקייט, הארעוואניע, און ענוה, אזויווי א רבי אדער רב, און קען נישט געניצט ווערן להתהדר בו, (סיידן ער איז אויסנאמליך גרויס דערין אין כמעט אלע הינזיכטן, וואס דאן האט זיין התהדרות דערמיט כאטש א פשט אויב טרייבט ער נישט איבער), און אוודאי איז עס נישט געמאכט אויף צו געבן עדיטוד אדער גאר שטויסן דערמיט. דאס הייסט פארשוועכט א דבר קדוש.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
ניין, זאג אלעס וואס דו האסט צו זאגן, אזא שארפער מוכיח בשער בלי נשיאת פנים מאכט זיך נישט יעדן טאג.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).