בלאט 3 פון 3
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 9:48 pm
דורך יחיאל יעקבזון
moshav zekeinim האט געשריבן:קאליש לדעתי איז נישט ווערט אראפ געריסן צו ווערן, ער האט גענומען ערנסטע שימוש און לעקציעס. דער פראבלעם איז נאר אז דער בחור קען נישט איין זיצן אויף איין פלאץ, און האט א מענטאליטעט וואס איז פאר טייל אומפארליידליך.
אגב האב איך קיינמאהל נישט געזאגט אז כ׳האב עם געמיינט. איך זאג נאך אלץ נישט...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 10:07 pm
דורך ודי למבין
moshav zekeinim האט געשריבן:מיין קרייטעריע איז אז מען לייגט זיך ערנסט אריין אינעם נושא וואס מען טוט, שטודירנדיג עס בכל נפשו לעומקה ולרחבה מיט א געוואלדיגער רעספעקט צום נושא, און צו יוצרי מוזיק מדור הקודם.
די קרייטעריע האב איך זייער לי ב און איך קען מיט דעם איידענטפייען. דערפאר ווי לאנג קאליש האט נאר ארענדזשעט און אפשר אויך קאמפאוזט בין איך געווען פון אים צופרידן אבער ווי נאר ער האט אנגעהויבן צו ארענדזשען און זינגען און גאר טון ביידע צונאזאם האט ער דאס ביי מיר פארלוירן.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 10:09 pm
דורך ודי למבין
moshav zekeinim האט געשריבן:עס איז נישט מעגליך צו וויסן צו ער האט עס טאקע נישט אנגענומען, ווייל דאס קען מען מאכן בשתיקה אויך.
עס איז נישט זייער שווער צו וויסן אויב מען ער האט געשריבן ניגונים ווייל מען קען דאס נאכקוקען ביי די קאמפאניס וואס פריזענטן קאמפאוזערס און געבן זיי רויאלטי, דארט איז דאכצמיר אלעס פובליק רעקארד.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 10:11 pm
דורך ודי למבין
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:moshav zekeinim האט געשריבן:עס איז נישט מעגליך צו וויסן צו ער האט עס טאקע נישט אנגענומען, ווייל דאס קען מען מאכן בשתיקה אויך.
אויב אמת, איז אט דער פאקט אז מ׳זוכט זיין סטיל אין די סעקולארע וועלט, מעיד אויף מיין טענה אז זיינע קאמפאזיציעס פארמאגן נישט אידישליכע תנועות.
לויט ווי ער זאגט האבן זיי גאר געבעטן ניגונים מיט א יודיש פלעווער פאר א שאוי וואס האט געדארפט רעפעזענטירן א געוויסע עפיזאד פון די געטאישע יודיש.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 10:13 pm
דורך ודי למבין
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:ודי למבין האט געשריבן:אן איטערסאנטע קרייטעריע. מונה האט א "גושפאנקא"? האט מאצערט געהאט די גושפאנקא? ווי ווייט איך וייס האט מרדכי סובל א גושפנקא.
סובול (מרדכי) האט עפעס א צעטעלע פון א חזנים פארבאנד ותו לא. ר׳קען זיך דערמיט אונטערווישן. ר׳איז א שארלאטאן און א שווינדלער דערצו.
יוסי גרין האט טאקע פארפאסט עטליכע לייטישע ניגונים אבער היפש אנדערע האבן אנדערטאונס פון גוי׳אישקייט. אז דו גלייכסט זיינע קאמפאזיציעס, גוד פאר יו. אז ס׳געפעלט דיר זיין מגושמ׳דיגע אנגעפרעסענע פארגרעבטע שטימע, בעוואקאשא! כ׳פארגין דיר אויך דאס בחפץ לב.
אגב, פארוואס ביסטו אזוי בייז?
ווער איז בייז?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 10:51 pm
דורך יחיאל יעקבזון
ביידע: מיין עקסקיוז איז אז שארלאטאנען און שווינדלערס ווערן אפלאדירט און אויסגעפאשעטע זענען די אפרישיעיטעד זינגערס און מחברים פון א"ג היימישע נגינה. וואס איז דיינס?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 11:01 pm
דורך ודי למבין
ווער דארף אן עקסקיוז צו זיין בייז? אבער מיין עקזקיוז איז אז איך ווער בייז ווען אלעס ווערט אפגעפסלט. אז דו קענסט דיפיינען וואס דיך באדערט, כל הכבוד. מושב זקנים האט ארויף געברענגט א פוינט פון זיין ערענסט אין די נושא - דאס קען איך פארשטיין, אבער וואס איז דיין פוינט?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 11:19 pm
דורך moshav zekeinim
ווי איך פארשטיי איז נגינה ביי יחיאל'ן א דבר קדוש, און פאדערט פולע ערנסקייט, הארעוואניע, און ענוה, אזויווי א רבי אדער רב, און קען נישט געניצט ווערן להתהדר בו, (סיידן ער איז אויסנאמליך גרויס דערין אין כמעט אלע הינזיכטן, וואס דאן האט זיין התהדרות דערמיט כאטש א פשט אויב טרייבט ער נישט איבער), און אוודאי איז עס נישט געמאכט אויף צו געבן עדיטוד אדער גאר שטויסן דערמיט. דאס הייסט פארשוועכט א דבר קדוש.
Re: מאעסטרא!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 11:57 pm
דורך mevakesh
אגב דאגב, כ׳וואלט נישט שטאלצירט מיט דיין ניק ״ודי למבין״. לדעתי ברויך מען אויסראטן די צוויי פארטנערס-אין-קריים ווערטער פון אונזערע לעקסיקאן. יעדער-נָאר וואס איז פויל צו ענדיגן א געדאנק אדער איז אליין נישט קלאהר אין דעם פונקט וואס ער פרובירט ארויסצוברענגען, נעמט אפיהר אט דעם שווינדלערישע פאהרל און שטעלט זיי צו טוהן דעם דזשאב פון באצוואונגן דיר און מיר צו ברעכן קאפ..
איך האב נישט אסאך אריינצורעדן אין דעם שמועס אבער דער קוואט איז אייזן וד"ל...
Re: מאעסטרא!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 6:23 am
דורך יחיאל יעקבזון
moshav zekeinim האט געשריבן:ווי איך פארשטיי איז נגינה ביי יחיאל'ן א דבר קדוש, און פאדערט פולע ערנסקייט, הארעוואניע, און ענוה, אזויווי א רבי אדער רב, און קען נישט געניצט ווערן להתהדר בו, (סיידן ער איז אויסנאמליך גרויס דערין אין כמעט אלע הינזיכטן, וואס דאן האט זיין התהדרות דערמיט כאטש א פשט אויב טרייבט ער נישט איבער), און אוודאי איז עס נישט געמאכט אויף צו געבן עדיטוד אדער גאר שטויסן דערמיט. דאס הייסט פארשוועכט א דבר קדוש.
בינגא!
Sent from my iPhone using Tapatalk
מאעסטרא!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 6:53 am
דורך יחיאל יעקבזון
moshav zekeinim האט געשריבן:ווי איך פארשטיי איז נגינה ביי יחיאל'ן א דבר קדוש, און פאדערט פולע ערנסקייט, הארעוואניע, און ענוה, אזויווי א רבי אדער רב, און קען נישט געניצט ווערן להתהדר בו, (סיידן ער איז אויסנאמליך גרויס דערין אין כמעט אלע הינזיכטן, וואס דאן האט זיין התהדרות דערמיט כאטש א פשט אויב טרייבט ער נישט איבער), און אוודאי איז עס נישט געמאכט אויף צו געבן עדיטוד אדער גאר שטויסן דערמיט. דאס הייסט פארשוועכט א דבר קדוש.
אוי וויי, נאר דאס האט מיר אויסגעפעהלט אז דו זאלסט דערמאנען רעבעס און רבנים. כ׳האף אז כ׳וועל זיך יעצט קענען צוריקהאלטן פון שרייבן א לענגערע מאמר איבער דעם. אזויפיהל וועל איך יא זאגן אז ס׳הערשט היינט א איומ׳דיגע בלבול המוחין, און א גרויסע ציבור, ואני בתוכם, איז דיסענטשאנטעד. דאך זאלסטו וויסן אז ס׳זענען פאראן ערליכע אידן אין יעדע קהילה וואס זענען ווערד אונזערע הערצה. אין רוב קהלות זענען זיי לאו דוקא די אויבנאהן אידן; אין מאנכע פלעצער זענען זיי דוקא לא...
ע׳מיר עס לאזן ביי דעם.
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 7:57 am
דורך moshav zekeinim
ניין, זאג אלעס וואס דו האסט צו זאגן, אזא שארפער מוכיח בשער בלי נשיאת פנים מאכט זיך נישט יעדן טאג.