בלאט 3 פון 7

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 11:37 am
דורך געפילטע פיש
לעמיל האט געשריבן:ווען די האלסט אז ער איז גענוג מאטשור אדער ווען ער איז מחליט אז ער איז שוין גענוג מאטשור??

אויב גיי איך דיר ענטפערן גייסטו טרעפן נאך אירעלעווענט שאלות צו פרעגען? פרעג cha-cha.

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 11:49 am
דורך נולד מאוחר
פריינדליך האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:און פליז זאג מיר נישט אז דארט זעט מען מער גיטין ווייל דעי תירוץ גייט שוין ארויס פון די לינקע פיאה.


עס איז אמת אדער נישט? וואס א נפקה מינה ווי עס גייט אבער פון ווי עס קימט?

אראפצולייגען די חסרונות דארט קען נאר א ליטוואק, זיי וואלטען זיך געוואנטשען צו טוישען צו אינזער סיסטעם,

ביז זיי וואלטן דאס אליינס אויספאבירט וואס סמיינט א שידיכם סיסטעם פין מזווגין לאדם לפי זיין באבע'ס מעשיוו' אנשטאט 'לפי מעשיו' אין פריוואטאר פארם איז דא א זייער ווייטאגליכער אשכול, איינער( נישט די ניק איינער)רעדט זיך אפ ווי ווייט זיין ווייב איז אפגרעריקט פין עם אין רב נושיאם וואס א מענטשש זיכט זיין ווייב זאל זיין גלייך מיט עם. ליידער איז דאס זייער אן אפטער ערשיינונג, ער איז בכלל נישט קיין אויסנאם.

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 12:01 pm
דורך [NAMELESS]
איר זאגט אלע זייער גוט די סיסטעם דארף א טויש, אבער די עיקר איז קודם וויסן אז עס עפעס איז ראנג, די סיסטעם פירער זענען זייער איגנאראנט, זיי זענען ביזי ווי שלעכט עס איז ביי אנדערע און אזוי ווארפן זיי אש און פארעך אין די אויגן. זיי דארפן וויסן אז מען מוז לאזן הערן קריטיק, יעדע מדינה האט קאנטראלערס, אינספעקטארס, אפאזיציע און אזוי ווייטער וואס קריטיקירן. די מדינות ווי דער הערשער קלאפט זיך אין רוקן און שיסט די אפאזיציע טראגט א פנים ווי זימבאבוויע.
מען מוז לאזן הערן קריטיק און נעמען קריטיק!
נולד מאוחר, די ביסטו לאקי, הלוואי וואלט איך געבוירן געווארן מאוחר, ווייל עס זעהט אויס אז זאכן ווערן בעסער במשך הזמן, יא, מען פרובירט יעצט צוריקצודרייען די זייגער, אבער לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי כי מלאה הארץ דעה, די יונגווארג איז שוין נישט אזוי כצאן לטבח. אלזא די ביסטו געבוירן געווארן גוט. ווי שפעטער איז בעסער.

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 3:27 pm
דורך נולד מאוחר
קופערניקוס האט געשריבן:איר זאגט אלע זייער גוט די סיסטעם דארף א טויש, אבער די עיקר איז קודם וויסן אז עס עפעס איז ראנג, די סיסטעם פירער זענען זייער איגנאראנט, זיי זענען ביזי ווי שלעכט עס איז ביי אנדערע און אזוי ווארפן זיי אש און פארעך אין די אויגן. זיי דארפן וויסן אז מען מוז לאזן הערן קריטיק, יעדע מדינה האט קאנטראלערס, אינספעקטארס, אפאזיציע און אזוי ווייטער וואס קריטיקירן. די מדינות ווי דער הערשער קלאפט זיך אין רוקן און שיסט די אפאזיציע טראגט א פנים ווי זימבאבוויע.
מען מוז לאזן הערן קריטיק און נעמען קריטיק!
נולד מאוחר, די ביסטו לאקי, הלוואי וואלט איך געבוירן געווארן מאוחר, ווייל עס זעהט אויס אז זאכן ווערן בעסער במשך הזמן, יא, מען פרובירט יעצט צוריקצודרייען די זייגער, אבער לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי כי מלאה הארץ דעה, די יונגווארג איז שוין נישט אזוי כצאן לטבח. אלזא די ביסטו געבוירן געווארן גוט. ווי שפעטער איז בעסער.

די פירערס איז א וועסט אף טיים צי רעדן צי זיי. אדער דארף מען ווארטן ביז זיי שטארבן אויס, אדער זיי אומווארפן אזוי ווי ס'האט לעצטענס פאסירט אין די אראבישע לענדער.
בכלל בין איך נישט זיכער אז מיר דארפן די פירערס זאל טוישן דח סיסטעם, ליברשט דארפן מיר איינהאהדלען גרעסער אייער אין טאן וואס מיר פארשטיין אז סאיז ריכטיג.

נשלח: מוצ"ש יולי 07, 2012 10:26 pm
דורך טעלעפאן
לאמיר זאגן אז אונזער סיסטעם פון בעשוי איז יא גוט, וועסטו דאך אבער מודה זיין אז לכה״פ די האלבע שעה וואס דער בחור און מיידל זיצן צוזאמען זאל דער בחור/מיידל האבן א רעכט צו קוקן אויב ער/זי געפעלט אים/איר. דאס איז דאך אבער נישט דער פאל ביי אונזער סיסטעם... אנשטאט, באשליסן די טאטע-מאמע - און העכסטענס דער שדכן אדער א מומע....- צו עס איז א פאסיגער פאר, און מען זעצט זיי נאר צוזאם משום מנהג אבותינו בידינו און מען צוטיילט זיי ווי שנעלער נישט צוצוקומען צו...

העולה על כולנה? ווען דער סיסטעם זאל זיך פירן לויט אירע אייגענע פארשריפטן וואלט געווען א האלבע ישועה!

נשלח: מוצ"ש יולי 07, 2012 10:32 pm
דורך זר זהב
א ערליך ליטוויש בחור'ל האט געהאט א בעשוי פון 5 שעה. יעדער פרעגט עם 5 שעה ? וואס טוט מען שוין אזוי לאנג? זאגט ער אז חז"ל זאגן דאך אסור לאדם לקדש עד שיראנה. נו, וואס פארשטעיען מיר דען צו א "קוק" פון חז"ל?

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 11:02 am
דורך קול דודי
אוודאי איז נישט דא א סיסטעם וואס איז הינדערט פראצענט גוט. אבער ס׳איז דא וואס איז %100 בעסער ווי אונזער יעצטיגן סיסטעם. וואס צו פארעכטן? אט דאס:

1) מ׳דארף אויפהערן זאגן ליגנט פאר אונזערע קינדער. אסאך פון אונזערע פראבלעמען נעמען זיך פון דעם. ניין, די גוים זענען נישט אלע פארלוירן גייסטיש און מאראליש. ניין, די פרייע אידן זענען אונז נישט מקנא אונזער לעבנסשטייגער. ניין, די סייענטיסטן זענען נישט פארנומען אגאנצן טאג אויסטראכטן וועגן וויאזוי אויסצורייסן אונזער אמונה. ניין, אונז האב מיר נישט די מאנאפאלי אויף שמחת החיים. יא, ס׳איז ברור כשמש בצהרים אז די וועלט איז עלטער ווי 5000 יאר. יא, ווען מ׳קומט צו א געוויסן עלטער איז נארמאל צו שפירן א תשוקה צו מיידלעך (און אמאל בחורים).

ניין, נישט איעדער גייט אויסוואקסן א תלמיד חכם אדער א ביזנעסמאן אדער א פלאמבער אדער א קאמפיוטאר טעקנישן. ס׳איז דא אנדערע ברירות אויך. ויש לדבר עוד ועוד הרבה יותר ממה שהקולמוס סובלות כאן.

2) מ׳דארף אויפהערן זאגן ליגנט פאר זיך אליינס. זעט נומער 1, אויבן. און נאך אסאך. יא, ס׳איז דא שטארקע ריאות אויף ווער און ווען מ׳האט געשריבן די תורה. עיין ערך James Kugel למשל. האלצט אז ס׳איז נישט קיין ריאות ברירות? אשריך! אבער נער דיך (און יענעם) נישט מיטן זאגן אז עס עקזאסטירט נישט.

3) מיר דארפן אויפהערן פארלאנגן אז יעדער זאל זיין בערך די זעלבע. דאס פאראורזאכט א חורבן איום ונורא. ס׳איז דא מענטשן מיט אלע מינים טאלאנטן און שאיפות וואס פאסן נישט אריין אינ׳ם היט-און-רעקל ביזנעסמאן אדער בלויע העמד פלאמבער פארם. (דו יא? נאך אמאל, אשריך!) צווינגן איעדעם אריין פאסן און דעם זעלבן פארעם (בערך) האבן מיר געירשנ׳ט פון אונזער עלטער זיידעס און סדום. אשרינו!

4) הער אויף מורא האבן זאגן דיין מיינונג און הער אויף פרובירן שטיל מאכן אנדערע מיינונגען! די גמרא זאגט שוין כשם שאין... כך אין דעותיהן שוות. ווער האט צוגעלייגט ״ולעשותם שוות למצוה גדולה יחשב״?

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 11:43 am
דורך פראפעסאר שפירא
קול דודי האט געשריבן: יא, ס׳איז ברור כשמש בצהרים אז די וועלט איז עלטער ווי 5000 יאר,



זיכער איז עס עלטער, ס'איז 5772 יאר אלט, אין ס'נישט ברור כשמש אז ס'עלטער פין דעם, ס'איז אזוי ווי איינער קומט אויף די וועלט א טאג נאך אדם איז באשאפען געווארען אין זאגט אז עס איז ברור אז די וועלט איז זיכער שוין צוואנציג יאר אלט, ווייל אדם איז שוין א אויפגעוואקסענע מענטש, ס'ברור כשמש בצהרים !, וואס ער ווייסט נישט איז אז די וועלט איז איין טאג אלט אין אז אדם הראשון איז באשאפען געווארען אויפגעוואקסען,

סאו פארדריי נישט קיין קאפ מיט ברור כשמש'ס, סייענס איז אסאך געבויעט אויף הייפאטיסיס אין אפשער'ס אין טאמער'ס, ס'איז א טאל וואס קען גוט ציניץ קומען, אבער "ברור כשמש", סארא שטותים !

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 12:48 pm
דורך chasid
ביטע קול דודי זיי מסביר קלארער נומבער 1 און 2, כ'גלייב נאכנישט אז בראשית ברא ווערט שוין אויך א ספק דא אין קאווע שטיבל.
(האסט א שייכות אפשר מיט קול גדול?..)

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 1:21 pm
דורך אשכנ
ווען מ'רעדט פון די חסרונות פון "סיסטעם", ווי אמת זיי זאלען זיין, דארף יעדער מאמין שטארק נזהר זיין נישט אריינפאלען אין די ספיקות וואס ווערען אויבן דערמאנט...

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 1:21 pm
דורך טעלעפאן
הרב קול דודי, במחילת כבוד הרב, נישט איעדענס שטותים קען אימפארטירט ווערן דא...

ס׳איז באמת נישט דאס פלאץ דא אבער ס׳איז דא גענוג זאכליכע איבערווייז אקעגן דיינע רייד.

http://www.divineinformation.com/audios ... d-science/

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 1:57 pm
דורך נולד מאוחר
chasid האט געשריבן:ביטע קול דודי זיי מסביר קלארער נומבער 1 און 2, כ'גלייב נאכנישט אז בראשית ברא ווערט שוין אויך א ספק דא אין קאווע שטיבל.
(האסט א שייכות אפשר מיט קול גדול?..)

פארוואס מוזטו דזשענערעלייזען? ס'ווערט א ספק אין ''קאווע שטיבעל'' פארואס זאל עס נישט זיין א דעת יחודאי?
דערמאנסט מיך פין דע''כאולי כאפו שד'' סאיז א יחוד'ס מיינונג אבער די חתנים רבי'ס זאגן דאס נאך ווי כאילו סאיז דעת חז''ל.

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 2:33 pm
דורך נולד מאוחר
טעלעפאן האט געשריבן:הרב קול דודי, במחילת כבוד הרב, נישט איעדענס שטותים קען אימפארטירט ווערן דא...

ס׳איז באמת נישט דאס פלאץ דא אבער ס׳איז דא גענוג זאכליכע איבערווייז אקעגן דיינע רייד.

http://www.divineinformation.com/audios ... d-science/

כ'פארשטיי די וויכטיג פין אפענטפערן יסודדיגע עינינים ,אבער נישט די וויכטיקייט פין אנריפען יענעמס מיינוג 'שטותים'.
ס'איז נישט פארדאקטיו אין ריכטיג .איך בין נישט אזא איידלע נשמה נאר סווערט קינדערש די דיסקאשן.
מקען דאס אליים צי לייגן צי די ליסט פין די זאכן וואס דארף א טויש אין די סיסטעם.

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 2:42 pm
דורך chasid
מיט דיין לעצטע תגובה זעט נישט אויס אז ס'זאל דיר שטערן מיין "דזשענערעלייזען", יא יא ס'איז שטותים והבלים!

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 5:39 pm
דורך איחוד פעלד
פראפעסער
האסט אמאהל געהאט א ספק צו דו ביסט אפשר געבוירן נעכטן, און די אויבערשטער האט באשאפן די גאנצע וועלט נעכטן, גרייט פאר דיר?
ניין. דו ווייסט פארוואס?
ומהאי טעמא זאלסטו מיר נישט געבן די קרעפ תירוץ אז אדם איז באשאפן אלט וכו'.

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 5:41 pm
דורך קול דודי
chasid האט געשריבן:ביטע קול דודי זיי מסביר קלארער נומבער 1 און 2, כ'גלייב נאכנישט אז בראשית ברא ווערט שוין אויך א ספק דא אין קאווע שטיבל.
(האסט א שייכות אפשר מיט קול גדול?..)

וואס כ׳האב געזאגט האט גארנישט מיט בראשית ברא און ס׳איז נישט קיין סתירא. (אויך האב איך נישט קיין שייכות מיט קול גדול.) וואס דארפסטו מער הסבר? אט נעם פראפעסאר שפירא למשל. וואס וועלן זיינע קינדער זאגן ווען זיי וועלן געוואר ווערן אז ער האט ליגן געזאגט ווען ער האט געזאגט ״סארא שטותים״? וואס וועלן זיי זאגן ווען זיי וועלן הערן אז דעם ״תירוץ״ וואס ער האט געברענגט (נישט בשם אומרו) פון דעם קריסטליכן גייסטליכער פיליפ הענרי גאסס, דער אמפאלאס טעאריע, איז שוין אפגעפרעגט געווארן איבער הונדערט יאר צוריק? אז בשעת מעשה וואס ס׳איז דא טויזענטער פאסיל״ס וואס זענען מיליאנען יאר אלט, טאלן מיט שטיינער שיכטן וואס האט גענומען מיליאנען יארן אראפצולייגן, ליכטיגקייט פון שטערנס וואס האט גענומען הונדערטער טויזענטער יארן אונז צו דערגרייכן, אסאך מעלערייען וואס זענען איבער צען טויזנט יאר אלט, כאטשיג איין טעמפל וואס איז העכער צען טויזענט יאר אלט אויך, און נאך און נאך, איז נאך אלס צו זאגן די אמפאלאס טעאריע מאכט א חוזק שפיעל פון ״אין הקב״ה בא בטרוניא אם בריותיו״?

און זיינע קינדער וועלן אויך וויסן אז דעם ליגנט אז סייענס איז געשטעלט אויף שוואכע פיס איז פארקערט פונ׳ם אמת, און אז די מבול האט אלעס געמאכט אלט איז א געלעכטער ביי יעדען יודע ספר. ווען מען קען שוין נישט באהאלטן קיין פאקטן, וואס וועלן פראפעסאר שפירא׳ס קינדער טראכטן לגבי די אלע קלארע ליגנטס וואס מ׳האט זיי פארקויפט?

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 7:05 pm
דורך שמעקעדיג
ביטע צוריקגיין צום ענין.
מען קען עפענען א באזונדערע אשכול אויף ווי אלט די וועלט איז באמת.

א דאנק

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 8:05 pm
דורך פראפעסאר שפירא
איחוד פעלד האט געשריבן:פראפעסער
האסט אמאהל געהאט א ספק צו די ביסט אפשר געבוירען נעכטען, און די אויבערשטער האט באשאפען די גאנצע וועלט נעכטען, גרייט פאר דיר?
ניין. די ווייסט פארוואס?
ומהאי טעמא זאלסטו מיר נישט געבען די קרעפ תירוץ אז אדם איז באשאפען אלט וכו'.



דיין משל איז בכלל נישט גלייך צי די נמשל, טאמער ווילסטו זיך טענה'ן אין זעהן ווער עס קען וועם אויפווייזען איז איין זאך, אבער סתם שרייען קרעפ, סארי ס'נישט קיין קרעפ ס'תורת משה, טאמער ווילסטע נישט גלייבען דערין איז עס דיין בחירה, אין טאמער ווילסטו דיר טענה'ן נו רעד צים זאך אין עמער זעהן ווער ס'וועט ארויס קומען דער זיגער,

איך גלייב אין תורת משה אין אזוי האב איך מקבל געווען פין מיינע עלטערען ביז מעמד הר סיני, אין כ'האב נכנישט געזעהן קיינער זאל עס קענען אפפרעגען, אנדעם וואס מען זאל קענען ציווארפען זיינע טענות ווי א זייפען בלאז,
דיין שרייען קרעפ מאכט דיר נאר אויסזעהן ווי א תם, האסט וואס צי זאגען, נו זאג,

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 8:31 pm
דורך פראפעסאר שפירא
קול דודי האט געשריבן: וואס וועלן פראפעסאר שפירא׳ס קינדער טראכטן לגבי די אלע קלארע ליגנטס וואס מ׳האט זיי פארקויפט?


זיי וועלען זאגען אז זיי האבען מקבל געווען א תורה דור אחר דור ביז מעמעד הר סיני, אין אז די אלע סייענס פין מענטשען וואס זענען לימיטעד מיט וויפעל זיי קענען פינקטליך וויסען, דאס אלעס קען נישט אפפרעגען איין אות פין די תורה,

לאמיר אפיר נעמען די גרויסארטיגע מליאנען יארען.

קודם, שרייבסטו "טאלן מיט שטיינער שיכטן וואס האט גענומען מיליאנען יארן אראפצולייגן" ,

לויט וועלעכע מעסטער האט עס גענומען טויזענטער יארען, לויט וויזוי די זאכען גייען היינט, וויזוי קען מען דאס בכלל אויסרעכענען, אין פארוואס קען נישט דער באשעפער באשאפען אין איין רגע דאס וואס עס נעמט שפעטער טויזענטער יארען זיך צי פארעמען,

אין צווייטענס, די פארשטייסט מסתם אויכנישט פינקטליך וואס די סייענטיסטען פלאפלען, נאר וואס דען די גלייבסט אז טאמער די הויעכבאשפריצטע סייענטיסטען זאגען מסתם ווייסען זיי וואס זיי רעדען, דאס הייסט די "גלייבסט, אין די סייענטיסטען אנשטאט גלייבען אין תורת משה וואס די האסט מקבל געווען פין דיינע עלטערען ביזען הר סיני,

אויף דעם וויינט דער פסוק "אותי עזבו מקור מים חיים לחצוב בהם בארות בארות נשברים", פארוואס ענדרעש גלייבען אין א סייענטיסט וואס איז נאר א מענטש פין פלייש אין בלוט אין קען אין איז זיך כסדר טועה, ווי צי גלייבען אין די תורה וואס מיר האבען באקומען פין גאט,

זיכער דארף מען וויסען וואס עס שטייט אין די תורה, אבער איינמאל מען האט קלאר גאמאכט אז ע"פ תורה איז דאס אין דאס די אמת, דאן איז עס אסאך שטארקער ווי אלע סייענטיסטען פין די וועלט ציזאמען,

איז פראפעסאר שפירא'ס קינדער וועלען וויסען אז זייער טאטע האט זיי געזאגט דעם אמת, אין אז ער איז נישט דערשראקען געווארען פין די סייענס געטשקע,

אין כ'זאג דיר נאכאמאל סייענס איז אין וועט אייביג זיין אומפינקטליך חוץ אויב מען איז א נביא ה' איז אלעמאל דא א מקום פאר טעותים, אין אז די ביסט אזוי פארגלייבט אין סייענס, ווייזט עס אז די ווייסט נאכנישט פינקליך וואס סייענס איז, אין וויזוי עס ארבייט,

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 8:42 pm
דורך cookies
נוי יארק האט געשריבן:אזוי ווי יעצט, קוקט נישט אויס ווי דער עולם איז צופרידען.
און טוישען צו א וועג וואס מען האט נישט קיין בלוי-פרינט ווי אזוי עס קוקט אויס, איז גאר גאר א גרויסע ריסק! איך מיין אז אינז וואלטען נישט איינגעשטעלט אונזערע קינדער אויף אזא עקספערימענט.



I will tell you news, that in Australia is the heimish khila learning a half day limida chol and also computers with the kids and siance and history, and they are coming out very intelligent, and its a wonder that in their history was no one interested in being a bum,

and also is every bucher making driver license from the 16 years old from the frimsta mit vasa zuken shabbos.

and they are playing ball in yeshive r"l,

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 8:47 pm
דורך cookies
SO as my previous post you have a clear sample from a chinech, which everyone is coming out happy from there and full of yires shumaim and they cant understand how we in new york atleast 50% doesnt have a real gefeel for yiddishkeit, and looking to find sipik on everything on the goiyisha gos, (as i just spoke to an Australian about it)

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 10:37 pm
דורך קול דודי
אט דא איז א משל פון וואס איך רעד. ליינט מיט אויפמערקזאמקייט.
http://www.oyveycartoons.com/2012/07/10/on-the-internet

פראפעסאר שאפירא: די תירוץ ״סייענס איז שטותים״ ארבעט שוין נישט פאר׳ן היינטיגן דור. אין נישט נאר ווייל ס׳דא פון אינז וואס זענען אליינס סייענטיסטן.

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 12:11 am
דורך שרגא
קול דודי האט געשריבן:אוודאי איז נישט דא א סיסטעם וואס איז הינדערט פראצענט גוט. אבער ס׳איז דא וואס איז %100 בעסער ווי אונזער יעצטיגן סיסטעם. וואס צו פארעכטן? אט דאס:

1) מ׳דארף אויפהערן זאגן ליגנט פאר אונזערע קינדער. אסאך פון אונזערע פראבלעמען נעמען זיך פון דעם. ניין, די גוים זענען נישט אלע פארלוירן גייסטיש און מאראליש. ניין, די פרייע אידן זענען אונז נישט מקנא אונזער לעבנסשטייגער. ניין, די סייענטיסטן זענען נישט פארנומען אגאנצן טאג אויסטראכטן וועגן וויאזוי אויסצורייסן אונזער אמונה. ניין, אונז האב מיר נישט די מאנאפאלי אויף שמחת החיים. יא, ס׳איז ברור כשמש בצהרים אז די וועלט איז עלטער ווי 5000 יאר. יא, ווען מ׳קומט צו א געוויסן עלטער איז נארמאל צו שפירן א תשוקה צו מיידלעך (און אמאל בחורים).

ניין, נישט איעדער גייט אויסוואקסן א תלמיד חכם אדער א ביזנעסמאן אדער א פלאמבער אדער א קאמפיוטאר טעקנישן. ס׳איז דא אנדערע ברירות אויך. ויש לדבר עוד ועוד הרבה יותר ממה שהקולמוס סובלות כאן.

2) מ׳דארף אויפהערן זאגן ליגנט פאר זיך אליינס. זעט נומער 1, אויבן. און נאך אסאך. יא, ס׳איז דא שטארקע ריאות אויף ווער און ווען מ׳האט געשריבן די תורה. עיין ערך James Kugel למשל. האלצט אז ס׳איז נישט קיין ריאות ברירות? אשריך! אבער נער דיך (און יענעם) נישט מיטן זאגן אז עס עקזאסטירט נישט.

3) מיר דארפן אויפהערן פארלאנגן אז יעדער זאל זיין בערך די זעלבע. דאס פאראורזאכט א חורבן איום ונורא. ס׳איז דא מענטשן מיט אלע מינים טאלאנטן און שאיפות וואס פאסן נישט אריין אינ׳ם היט-און-רעקל ביזנעסמאן אדער בלויע העמד פלאמבער פארם. (דו יא? נאך אמאל, אשריך!) צווינגן איעדעם אריין פאסן און דעם זעלבן פארעם (בערך) האבן מיר געירשנ׳ט פון אונזער עלטער זיידעס און סדום. אשרינו!

4) הער אויף מורא האבן זאגן דיין מיינונג און הער אויף פרובירן שטיל מאכן אנדערע מיינונגען! די גמרא זאגט שוין כשם שאין... כך אין דעותיהן שוות. ווער האט צוגעלייגט ״ולעשותם שוות למצוה גדולה יחשב״?




דו זאגסט פיינע פוינטס אבער אינדערצווישן רוקסטו אריין ווערטער וואס זענען פארקראכן פון דעם דאאיגן שמועס.
מען רעדט דא פון טוישן/פארבעסערן "אונזער" סיסטעם. ווען דו זאגסט אז מען זאל אויפהערן איינרעדן די קינדער "שטותים", רעדסטו פון גענצליך אפלאזן די מסורה און טוישן צו א פרישע. אבער איך מיין אז פון יענץ איז שוין דא גענוג און פאקטיש באשטייט רוב כלל ישראל פון זיי. אויב איינער וויל, קען ער זיך גרינג אנשליסן מיט די קאנסערוואטיוו קהילות. אבער פארוואס וועלן אויך מיטשלעפן די וואס ווילן עס נישט?
עס איז נישט ריכטיג צו קומען אין א פארברענג שטיבל וואו מענטשן ווילן יא בלייבן תורה אידן און שרייען אז "ענק דארפן טוישן ענקער גאנצע רעליגיעזע גלויבונג". פארוואס טון מיסיאנערישע ארבעט? יא, מענטשן זענען אומצופרידן מיט געוויסע זאכן אינעם לעבנסשטייגער, קענען זיי טראכטן און וועלן געוויסע ענדערונגען. זיי ווילן אפשר מער פרייהייט אויף געוויסע פונקטן און ווילן נישט אזויפיל לחץ אויף יעדע קלייניגקייט, אבער צו קומען שרייען אז די פראבלעם איז דא אז מען "פאפט זיך" (חלילה) אז די תורה איז מן השמים , דאס איז א העכסט ראדיקאלע טענה. און אויך א נארישע, ווייל נישט דא ליגט דער חורבן. די קריסטן לערנען אפשר נישט גענוג שטותים מיט זייערע קינדער?
איך גלייב אז אסאך מיטגלידער וואלטן דיך געבעטן אז זאלסט זיי נישט פרובירן אויפצוקלערן (אפילו עס זענען דא אנדערע וואס מסתמא קענען יא באשטיין). אויב דו גלייבסט נישט אין קיין תורה מסיני און אין די אנדערע אני מאמינ'ס, טריי נישט ביטע אונז איינצורעדן דערין און מיטשלעפן. אזעלכע געדאנקען זענען ביי אונז פסול און אפגעפרעגט. מיר האלטן נישט פון די אטעאיסטישע גלויבונג! מיר גלייבן יא אין א באשעפער און אין זיין תורה. מיר ווילן יא גלייבן!
און אגב, אפילו פון א פראקטישן זין, טוען נאר אזעלכע רייד שטערן די פארשריט פון וואס מאנכע ווילן. ווייל למשל דא אין שטיבל וואו עס זענען צוזאמגעמישט אידן פון פארשידענע מדריגות און מען איז מער אפן צו אנדערע מיינונגען און אפילו ענדערונגען אינעם סיסטעם, אבער אויב קומען די חכמים און ווילן באקעמפן און אויסמעקן אלעס ביז ארויף צו אנכי, דעמאלט העלפט עס נאר אז מען זאל נאר וועלן אפשפרינגען און צוריקגיין צו די פארטיידיגונגס פאזיציעס, ווייל מען זעט וואו עס טראגט. רעבעלן האבן אויך גרעניצן ביז וואו זיי ווילן גיין. ער וויל טאקע קענען רעדן אפן פון עפעס וואס מען טרייבט אפשר איבער די ערנסקייט דערפון, אבער אויב זעט ער ביז וועלכן עקסטרעם אנדערע קומען אן, טראכט ער שוין צוויי מאל צי ער גייט אין גוטן ריכטונג און זיכער ווילן נישט אידישקייט זאל גענצליך צעפאלן און זיינע קינדער זאלן קיין תורה אידן נישט זיין. אין אנדערע ווערטער, קענסט טאקע עפענען איין אפענעם אשכול און דארט אראפברענגען אלע כפירה'דיגע טענות און ראיות, אבער גייסט מיט דעם ברענגען אז אסאך תושבים זאלן באשליסן אז זייער פלאץ איז נישט דא, אפילו זיי זענען נישט אזוי פארמאכט אבער זיי זענען דאך גלויביגע אידן, און עס וועט בלייבן א פלאץ פאר עטליכע נפגע'ס אבער נישט פאר מעינסטריעם. וועסטו ווייטער נישט האבן געהאלפן מאכן פארשריט אין דעם סיסטעם, נאר ענדערש עס אפצוהאלטן.
מען האט גענוג פלעצער וואו מ'קען שרייבן סיי וואס די הארץ גלוסט, אבער דא אין דעם אידישן פלאץ, דארף מען רעספעקטירן דעם מסורה'דיגן איד. פעיר אינאף?