בלאט 3 פון 3
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 11:48 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
תורה ומדע האט געשריבן:R ליטוואק, זיער קלאר און ריכטיג. אבער איין פראבלעם איז דא. עס זענען פארהאן 80% פון אינגעלייט און בחורים וואס זענען נישט ביכולת אליין צו לערנען די ספרים אדער מחמת חסרון אין כשרון אדער מחמת חסרון אין צייט. די ספרים זענען געשריבען נישט פאר די המון עם. דער טשעלענדש איז וויאזוי צו בארירן דער פשוטער עמך אידץ
ס'איז מיר שווער צו גלויבען אז א מענטש וואס טראכט נישט און לעבט א גולם סארט לעבען וועט האבען פראבלעמען מיט תומ"צ ווייל ער ווייסט נישט פארוואס ער טוט עס. דאס איז לכתחלה מער פאר דענקער'ס און בעלי דעת. דיין עמך איד ווערט אפשר צודרייט פון זיין תאוות, און זיין פארשטאנד איז אפשר נישט גענוג קלאר איהם צוריק צו האלטען פון זינדיגען, אבער לעומת זה האט ער א תמימות וואס וועט איהם נישט לאזען זינדיגען. און אפילו טאמער ער זינדיגט יא, מיין איך אז די חברה זענען נישט די וואס קנאקען דער טיר אונטער זיך און ווערען פולקאמער אויסגערופענער אפיקורסים. עפ"י רוב, עכ"פ צווישען חסידים, זענען די אוועק לויפער'ס מער אנדערע סארט דענקער'ס וואס ווייסען נישט וויאזוי זיך צו ספראווען מיט די ספקות, וכמו"ש
דא.
איך מיין אויך אז מ'איז צו שנעל מוותר אויף א מענטש'ס שכל. ווען דער סביבה פאדערט נישט קיין טראכטען און מ'אנטוויקעלט נישט א מענטש'ס שכל, דארף א מענטש זיך דערהויבען צו ווערען עפעס. די אלע 'עמך אידען' זענען נאר א קרבן פון דאס נישט אנטוויקעלען דער שכל. וידועים דברי התנדב"א וועגען די חכם וואס האט געטראפען אן ארבעטארער, וואס צו זיין ארבעט האט ער אלס פארשטאנען, אבער צו תורה האט ער געטענה'ט אז ער טויג נישט. אזוי פיל חכמים בעלי מדע אין ביזנעס, מיט א מרץ און א שטופ צו שטייגען אין ביזנעס, ווייסען גארנ ישט פון לערנען ווייל זייער כשרונות זענען נישט אהין געווידמעט געווארען בנעוריהם. איך האב יעצט אנגעהויבען א חברותא'שאפט מיט איינעם וואס לפי הודאתו איז דער מאקסימום לערנען וואס ער האט געטוהן אין לעצטע יארען געווען פרקי אבות. וואס קען איך אייך זאגען? א בעל כשרון, וואס פארשטייט צו א סברא און כאפט דער סוגיא שנעל. נאר מסתמא אלס בחור האט ער זיך נישט צוגעשטעלט צום לערנען אין ישיבה ווי א מתמיד, און ער איז געבליבען מיט א טעם אין מויל כאילו לערנען איז נישט פאר איהם. ער איז היינט א גרויסע עושר, אסער א שאד אויף אזא קאפ אז ס'ליגט אין געלט און פעלט איהם דער עיקר אויסארבעטונג וואס א מענטש קען האבען, וואס דאס איז לערנען תורה.
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 2:37 pm
דורך תורה ומדע
איך בין מסכים. חסידים מוזען אנהייבען לערנען מער גרונטליך נוסח ליטא, און זיי מוזען אנהייבען ספענדען מער צייט אין ישיבה, נישט חתונה האבען ביי די אכצן און פארמאכען די גמרא... (דאס איז נכלל אינעם אשכול וואס איך האב אנגעהויבען בענין אפלייגען די יאהר וואס חסידים האבען חתונה). נאכמער שעורים און מוסר השקפה, אמונה, אין די אובנדערמאנטע ספרים איז א חיוב פאר א יעדער ישיבה בחור און יונגערמאן. מען קען נישט יוצא זיין מיט באר מים חיים אדער קדושת לוי אליין . די אונטערשטע שורה איז אז די חינוך אפאראט אין די חסידישע וועלט צריך תיקון גדול.
Re: הלכה למעשה: ווערען גרונטליך באהאווענט אין ענייני אמונה
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 8:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז א פראבלעם אומעטום. מ'לערנט נישט די ספרים אין ליטווישע ישיבות אויך נישט. און די זאכען זענען בעסער אז מ'קומט אליינס אן. נאר דער ישיבה זאל מאכען א גייסט אז פרעגען און פארשען איז א וואוילע גוטע ערליכע זאך, נישט עפעס א קוריוזער תאווה צו גאר א נעביירע.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 11:31 am
דורך תורה ומדע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז א פראבלעם אומעטום. מ'לערנט נישט די ספרים אין ליטווישע ישיבות אויך נישט. און די זאכען זענען בעסער אז מ'קומט אליינס אן. נאר דער ישיבה זאל מאכען א גייסט אז פרעגען און פארשען איז א וואוילע גוטע ערליכע זאך, נישט עפעס א קוריוזער תאווה צו גאר א נעביירע.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
ריכטיג, אבער א ליטווישער שמועס אדער א מוסר ספר ווי צום ביישפיל מכתב מאליהו, שפתי חיים, אדער ספרי ר' ירוחם, ווער רעדט נאך ספרי מהר"ל און פחד יצחק פון הגרי הוטנער זצ"ל , עפענען דעם קאפ פןנעם לערנער און שטעלען עם אין א מצב פון טראסט אז ער האט א צוטרוי צו תורה און חז"ל.
לעומת זה דער דארכשניטליכער חסיד וויסט נישט דער חילוק פון א שיינע טייטש אין א חסידיש ספר ביז א יסוד פונעם רמב"ן עה"ת. סאיז אלס בערך דער זעלבער...
נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 11:41 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קענסט ווייטער חלומ'ן. דער ליטווישער שמועס איז אויך נאנסענס, פארפאסט אויפצובויען דער שטעלע פון די משגיח זעלבסט. נערישע פשטים אין חומש איז נישט דא טאקע, אבער קריכען אין מענטשנ'ס קישקעס און אראפ קוקען אויף אנדערע און זיך, ביחד עם חידושים פון פינגער געזויגען איז ברייט דא.
כמו שביארתי בכמה מקומות. דער געזעלשאפט און דער פירערשאפט ביי ליטאים סרח'ט בערך ווי ביי חסידים. די איינציגסטע חילוק איז אז דער געזעלשאפט לאזט נאך א מענטש ארויסקריכען און ער איז נאך אלס א לייט צווישען מענטשען. וועסט זיין אן אויבער חכם, קען מען דיין קינד נאך אלס ארייננעמען אין חדר, אבער דער חדר וועט געפיהרט ווערען על אדני הטפשות.
נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 11:55 am
דורך תורה ומדע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קענסט ווייטער חלומ'ן. דער ליטווישער שמועס איז אויך נאנסענס, פארפאסט אויפצובויען דער שטעלע פון די משגיח זעלבסט. נערישע פשטים אין חומש איז נישט דא טאקע, אבער קריכען אין מענטשנ'ס קישקעס און אראפ קוקען אויף אנדערע און זיך, ביחד עם חידושים פון פינגער געזויגען איז ברייט דא.
כמו שביארתי בכמה מקומות. דער געזעלשאפט און דער פירערשאפט ביי ליטאים סרח'ט בערך ווי ביי חסידים. די איינציגסטע חילוק איז אז דער געזעלשאפט לאזט נאך א מענטש ארויסקריכען און ער איז נאך אלס א לייט צווישען מענטשען. וועסט זיין אן אויבער חכם, קען מען דיין קינד נאך אלס ארייננעמען אין חדר, אבער דער חדר וועט געפיהרט ווערען על אדני הטפשות.
במחילת כבודך אין די אלע אויבען דערמאנטע ספרים זעה איך נישט וואס איהר ביישרייבט בכלל.
Re: הלכה למעשה: ווערען גרונטליך באהאווענט אין ענייני אמונה
נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 12:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די אויבענדערמאנטע ספרים האבען איין קו המשותף. די מחברים לעבען נישט. די שמועס'ן צו וואס איך האב זוכה געווען זענען געווען פול מיט דער פליכט זיך אונטערצוווארפען אונטער דער ישיבה, דער וויכטיגקייט פון טראגען א הוט און רעקעל אין גאס און נאך אזעלכע קרישקעלעך. עכ"פ נישט נארמאלע יסודות היהדות, פארוואס מ'דארף זיך פלאגען
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 2:07 pm
דורך תורה ומדע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די אויבענדערמאנטע ספרים האבען איין קו המשותף. די מחברים לעבען נישט. די שמועס'ן צו וואס איך האב זוכה געווען זענען געווען פול מיט דער פליכט זיך אונטערצוווארפען אונטער דער ישיבה, דער וויכטיגקייט פון טראגען א הוט און רעקעל אין גאס און נאך אזעלכע קרישקעלעך. עכ"פ נישט נארמאלע יסודות היהדות, פארוואס מ'דארף זיך פלאגען
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
איך בין שטארק מחולק מיט אייך. נעמט למשל דער פאפולערן ספר פון ר שלמה וולבה זצל, עלי שור. דער ספר איז דאך א מייסטער ארבייט וואס גיט צו צו אמונה און דעות עד אין שעור. וואס איהר זאגט וועגען די שמועסן ביי אייך אין ישיבה איז דאך גענוי מיין פאינט פון די אבסורידיטיס פונעם חסידישען חינוך אפאראט..
אויף א שמועס פון רמ גיפטער זצל אדער ר"ש שוודרון ןכדו איז דען פאסיג צו זיך אזוי אויסדרוקען?
נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 2:34 pm
דורך תורה ומדע
דער אייניגסטער חסידיש ספר אויף אן ענדליכער ניווא איז דער נתיבות שלום, וואס איז אויך געווען א ליטווישער ראש ישיבה...
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 11:57 am
דורך שמעקעדיג
איינער ווייסט וואס דאס איז?
.
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 1:44 pm
דורך וואלווי
שמעקעדיג האט געשריבן:איינער ווייסט וואס דאס איז?
.
לא הביישן למד. שעם דיך נישט און ריף. פארגעס אונז נישט צו אפדעיטן מיט די גוטע נייעס...