בלאט 3 פון 4

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 1:04 pm
דורך יעקב מענטש
ליפא האט געשריבן:
Bobov.jpg

Bobov play

איך 'קען נישט לייענן, ווי קויפט מען טיקעט'ס ?

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 1:06 pm
דורך ליפא
קופת חתנים ד'באבוב שטעלט די יאר אויך פאר א פלעי מיט די נאמען "זעמיל מיט דער שפיאן"

צייט: מאנטאג א' דחוה"מ פסח
זייגער: 1) 11:00 אינדערפרי 2) 4:15 נאכמיטאג
ווי: FDR High School
פרייזן: $22 - $30

האטליין: 646-854-6311
אויף דעם נומבער זאגן זיי וואו מקען קויפן טיקעטס אין אלע געגענטן

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 1:16 pm
דורך יעקב מענטש
דעת תורה האט געשריבן:איך ווייס נישט וויאזוי דער צעטל קומט אריין אין דעם אשכול, זיי רעכענען אויס א גאנצע טוץ מיט פראבלעמען און מכשולות וואס קען געשען ביי געוויסע פארשידענע פלעיס, און זאגן אן מ'זאל נישט אהין שיקן די קינדער.

ווי דער עולם האט שוין ארויס געברענגט, איז שווער צו זען ווי די אלע א.ג. 'מכשולות' זענען רעלעוואנט ביי די פלעי, סאו מ'קען גאנץ זיכער אננעמען אז זיי רעדן בכלל פון עפעס אנדערש.

אפי' איך אלץ איינער וואס אקופירט א זיץ אויף די רעכטע זייט פון די אייל דא אין קאפע הויז באדערט מיר אזא צעטל, איך האלט נישט אז דאס קומט פון רשעות ווי אנדערע פרובירן אריינצודריקן פשט (איך רעד נישט יעצט צו די עצם איסור איז רשעות, איך רעד פון וועלכע חלק פונעם הארץ דאס קומט), איך גיי פרובירן צו לערנען אפאר שכלדיגע פשטים וואס דאס קען מייענען, ווייל דאס וואס זיי שרייבן אויפן צעטל מיינט עס זיכער נישט.

1) מ'פלעגט קיינמאל נישט אזוי אנדרייען קינדער, און די 'הייפ' איז אוט אף הענד, און ס'אקופירט די גאנצע מוח פון די קינדער, מיין אינגעל'ס רבי לאזט נישט רעדן פון דעם אין חדר, איך פארשטיי אים, ס'קען נישט זיין פורים א גאנץ יאר

2) ס'איז דא פרומע עלטערן וואס פאר זיי שמעקט עס נישט (איך קען נישט דערגיין די סיבה, אבער איך פארשטיי אז זיי זענען 'אומבאקוועם' דערמיט) און דער מנהל האט נישט קיין ברירה נאר צו האלטן די גאנצע חדר האסטעדזש כדי די קליינע פראצענט פרומע קינדער זאלן זיך נישט פיהלן ארויסגעבליבן.

3) מעין פון די פריערדיגע, אזוי ווי נישט יעדע טאטע קען זיך ערלויבן אויסצושטאפירן אלע 15 קינדער מיט בילעטן, מאכט מען דא אזא כעין 'חתונה תקנות', "קיינער גייט נישט"


איך האלט אז צו אסר'ן פאר נומער 2 און 3, איז א דורגעפוילטע חינוך פילאזאפיע וואס לערנט אויס די קינדער אז יענער האט מוזטו אויך האבן, און ס'איז שולדיג אין גאר אסאך פראבלעמען אויף וואס די חרידישע ציבור ליידט, מ'האט גוטע כוונות אבער די וועג פיהרט צו העל, קיינער לערנט זיך נישט אויס צו זיין אביסל אינדיפענדעט.


אויב די סיבה איז נומער איינס, איז עס בערך אזוי ווי דער שטערן וכו' יש מיימינום ומשמאילים

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 1:31 pm
דורך שמעקעדיג
לדעתי איז עס, ווי יעדע נייע איסור, מער אפגעטון ווי א תיקון.
אנשטאט פארשטיין אז היינט וויל יעדער וואטשן כשר'ע צי נישט-כשר'ע DVD אדער יוטוב קליפס, ווילן טייל אידן געבן כשר אינטערטעינמענט פאר די יוגנט (און מאכן אפאר דאלער אויך אין דער זייט). יעדער פארשטייט אז דא ליגט נישט קיין שום גיפט, אלעס ווערט אדורכגעפירט דורך וואוילע אידן יראים ושלמים, אפגעהיטן פון חשש לשה"ר און ליצנות פון ערליכע אידן (מען רעדט נישט פון הומאר, וואס איז ערלויבט), אנשטאט מען זאל זיך צוכאפן דערצו און דערמיט פארמיידן ערגער'ס, וועט מען אסר'ן א דבר של היתר, כאטש דאס קען צוברענגען שפעטער ח"ו צו פיל ערגערס.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 10:43 am
דורך סאו וואט
לויט ווי איך פארשטיי שמעקעדיג, איז דער איסור נישט לשם איסור, כאילו ס'דא א פראבלעם דערמיט.
דער תקנה איז נאר ס'זאל נישט ברענגען קאמפיטישען צווישען דער קינדער, שלא לבייש למי שאין לו, צו קענען קויפען פיר וכדומה נאכמער טיקעטס פון זיבעציג דוללער איטש.
און ס'איז זיך כדי אנצונעמען פאר ארימע משפחות וואס קענען עס נישט זיך ערלויבען.

מאידך גיסא, פארשטיי איך נאכנישט, אויב ס'איז שוין יא דו בעסטע אויסוואהל פאר קינדער און חול המועד,
פארוואס זאל נישט זיין א נדבן טאקע פאר דעים, וואס זאל אויסצאלען טיקעטס פאר ארימע משפחות, למה נגרע?
פונקט ווי מ'טיילט קמחא דפסחא, מצה מעהל פרוכט וועזשטיבעלס, וויין, קליידער, האדרוואר, וכדומה, זאל מען מנדב זיין טיקעטס...

כידוע איז דא א באקאנטע מעשה מיט רבי שלמה זלמן אויערבאך ז"ל וואס האט געגעבען טיקעטס פאר א זו דייקא פאר יו"ט פסח,
דער שליח פרעגט עהם, פארוואס מוז עס געגעבן ווערן דייקא פאר יו"ט, און נישט אום חול המועד, האט ער געזאגט אריין צו ברענגן א שמחת יו"ט,
אז דו קינדער ווייסען שוין פון פאר יו"ט, אז ס'דא טיקעטס, וועט דער גאנצע יו"ט זיין שענער.

איך מיין איך זאג דברים של טעם.

Re: נייע פלעי דעים חול המועד אונטערן רוקן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 11:17 am
דורך א איד
איך האב געהערט פון איינע פון די פרומע עלטערן, די סיבה פארוואס ער לאזט זיינע קינדער נישט גיין צו די פלעיס, ווייל עס הייסט א מושב לצים.
האב איך עם געפרעגט פארוואס פורים און שושן פורים האב איך דיר געזעהן ביי די מקומות ווי עס איז דא שפילן לכבוד החג?
זאגט ער מיר אז פורים איז אנדערש, ווייל מהאט געזעהן ביי צדיקים הקודמים, אז עס איז געווען א גרויסע ענין צו מאכן א שפיל.

Re: נייע פלעי דעים חול המועד אונטערן רוקן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 11:53 am
דורך טמיר
יואליש האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:כ'בין נייגעריג צו די מענטשן וואס קויפן מיט עזר למזון וכדו' קויפן אויך פאר זייערע קינדער טיקעטס פאר 40 דאלאר

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk


שפירסט אסך בעסער ווען זייער קינדער זענען שטענדיג דערמאנט אז זיי ברויכן רשות פון די בעלי חסד צו אטעמען אייניג מיט יעדן? ווי ניי מעג זייער שיך זיין? ווי שיין מעג די גלעזער זיין? וויפיל פלייש מעגן זיי עסן און וועלכע שניט פון די בהמה?

דא האב איך עס פארענטפערט
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=328150#p328150

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 1:55 pm
דורך סאו וואט
דער תגובות וואס פאר'ענט'פערן דיין אומענטשלכע תגובה, איז מיר געווען מער אוטרעסאנט צו ליינען ווי דיין תגובה זעלבסט.
אלזאו א דאנק אייך פארן צושטעלן אייער לינק...

דער עצם פאקט אז מ'קויפט צו עסען, און אז מ'לעבט, בעזרת נדבנים, איז גענטוג כפרת עוונות. קיינער זאל געפריווט ווערן.

Re: נייע פלעי דעים חול המועד אונטערן רוקן

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 12:41 am
דורך א איד
C/P
Yes! We did it! We are delighted to announce that our efforts b"H paid off, and we will be adding a 4TH PLAY!
Tickets are NOT available yet. #StayTuned for ticket details.
PLEASE NOTE: The added play is significantly more expensive to produce compared to the previous 3 plays. Despite that, we decided not to increase the ticket prices in order to give everyone a fair chance.

We will do literally anything for our fans! Thanks for your continued support.

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:39 pm
דורך ראוונע
איך האב א טיקעט צו פארקויפען פאר די מיטוואך נאכט שפיל
Tier 3 row b
$45
פאראינטערעסירטע ביטע קאנטאקטען אין אישי

נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2016 1:47 pm
דורך קאווע טרינקער
אונטערן נאז
מ'העערט נישט קיין ווארט

נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2016 2:34 pm
דורך סמבטיון
איז דא איינער וואס איז געווען ביים פלעי און קען מיטיילן פארן ציבור וויאזוי סע געווען?

נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2016 6:23 pm
דורך קאווע טרינקער
גאר א גוטע פלעי, א סאך ארבעט אריין. מ'דארף האלטן קאפ צו פארשטיין די מעשה.
האפענטלעך וועט די מייק פראבלעמען פאראכטען ווערן...

נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2016 7:48 pm
דורך שמיטשיק
ווינדער איך זיך וואס דער עולם פרובירט אלס אריינצולערנען אינעם "איסור" אויף די פלעי, עס דערמאנט מיר ווי איינער האט אמאל פרובירט צו פארשטיין די עמקות פון די כוונה אין עפעס א טאבלויד צייטונג, זאג איך אים "דער שרייבערל האט נישט געטראכט קיין 5 סעקונדעס וואס ער גייט שרייבן און דו דארפסט פארשטיין פונקטליך וואס עס ליגט אונטער דעם?!", די ת"ת מנהלים אדער ווער עס האט דעם צעטל געדריקט האט נישט קיין אנונג ווער וואס ווען ווי א שפיל באדייט, ער האלט דעם דיפאלט אויף נישט קיין נפק"מ וואס עס ווערט דארט געוויזן און פארגעשטעלט, און מיר - א ציבור באזעסענע אידן - פריוון צו פארשטיין זיין טיפקייט...

נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 12:09 pm
דורך כלבאשבוע
א שוואכע מעשה, גאר א שוואכע סקריפט (גוטע עקטערס ווי עלבאגן מינץ און אנדערע האבן כמעט נישט געהאט קיין מאטעריאל) דראמא כמעט גארנישט (אפשר 5%) וואס וואלט געדארפט זיין שפיץ

קאמעדי ממש אייזן, ניגונים אויך נישקשה

געלאפן צייטליך ובכלל געווען זייער פראפעשענל, פראפס און סינערי געווען הערליך, מסתמא דאס שענסטע אין די היסטאריע פון אידישע פלעיס, קאסטיומס און מעיקאפ אויך געווען זייער גוט

סאונד האט געדארפט א תיקון גדול, מייקס זענען געווען שרעקליך פראבלעמאטיש, פארקריפלט די עקטערס און דעם שפיל

איך וועל פרובירן ארויפשטעלן אפאר בילדער שפעטער

נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 1:51 pm
דורך ישראל גלויבער
רבותי וועקטס ענק אויף ,די אונטערענס טוט אייך באפרידיגען??? ווייסט עטץ נישט וואס מיינט עונג יום טוב..
ס'צייט פאר די ריכטיגע חברה אויפן בינע... וואו זענען זיי..
די ליסטע פון עקטערס וואס די אונטערן האט, נישט דאס איז וואס דער היימישע געמיינדע פארמאגט.

נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 4:06 pm
דורך געוואלדיג
ישראל גלויבער האט געשריבן:די ליסטע פון עקטערס וואס די אונטערן האט, נישט דאס איז וואס דער היימישע געמיינדע פארמאגט.


נעוואדע, ווייל אונז האבן טראמפ.

נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 5:18 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 8:39 pm
דורך געוואלדיג
עראר 429

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 12:51 am
דורך כלבאשבוע
IMG_6616.jpg

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 12:51 am
דורך כלבאשבוע
IMG_6625.jpg

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 12:52 am
דורך כלבאשבוע
IMG_6648.jpg

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 12:52 am
דורך כלבאשבוע
IMG_6655.jpg