ירא שמים האט געשריבן:שמערל האט געשריבן:שש כ'דענק יעצט נישט דעם תוכן אבער דאכט זיך אז דער דרך פיקודיך איז מתיר בשופי דער דעמאלטס'דיגער אנגענומענער פארקער מיט פרויען.
איינער ווייסט פון אזא דרך פיקודיך?
למען האמת, שמערל זעלבסט האט מיר געשריבן אין אישי
וואו דער דרך פיקודיך איז, פון וואס ס'איז געווארן א לענגערע שמועס באישי.
לתועלת הכלל וועל איך ארויפלייגן די גאנצע משא ומתן:שמערל האט געשריבן:כ'מיין אז דיין גאנצע הלכה'דיגע פערספעקטיוו איז נפל בבירא
https://books.google.com/books?id=BqAtA ... =PT136&dq=דרך+פקודיך+אל+תרבה+שיחה+עם+האשה&source=bl&ots=AUQGhX95GE&sig=-jCkvShB11rmgGoojKtrABjXGg4&hl=en&sa=X&ved=0ahUKEwiYyMy8jY_KAhXH9h4KHY8QBCcQ6AEIGjAA#v=onepage&q=%D7%93%D7%A8%D7%9A%20%D7%A4%D7%A7%D7%95%D7%93%D7%99%D7%9A%20%D7%90%D7%9C%20%D7%AA%D7%A8%D7%91%D7%94%20%D7%A9%D7%99%D7%97%D7%94%20%D7%A2%D7%9D%20%D7%94%D7%90%D7%A9%D7%94&f=false
אויף וואס איך האב געענטפערט:
אדנירם האט געשריבן:קודם כל, ייש"כ פארן טרעפן דעם שטיקל דרך פיקודיך.
לגוף הענין, נאכן דורכלערנען גרונטליך זיין שטיקל, זע איך בכלל נישט די ראי' להיפוך, און אויב עפעס וועל איך אים אויך איינשפאנען לצדד לאיסור... אוודאי איז נישט נפל בבירא מיין פרעספעקטיוו, ואפרש:
קודם כל, דאס וואס ער זאגט איז ממש צוגעפאסט היסטאריש גערעדט, צום יסוד פון קאפקע'ן, אז אין קלענערע שטעטלעך איז יא געווען מער נאנטקייט, פרויען האבן פארקויפט וכו'. אין גרויסע שטעט איז אזא זאך נישט געווען. ווען דער דרך פיקודיך איז זיך מתייחס דערצו, רעדט ער פון די מקומות וואו פרויען פלעגן יא פארקויפן, און דארטן איז טאקע געווען א גרינגערע זאך צו רעדן מיט א פרוי אן הרהורים. משא"כ דארט וואו ס'איז נישט מצוי, ווי אין גרויסע שטעט, און בזמנינו איז עס אויך שייך [דהיינו, א פרוי רעדט נישט אזויווי צוויי מענער רעדן אין ביזנעס], איז טאקע יא דא די פראבלעם פון הרהור. דאס איז ממש כדברינו אז ס'קען ברענגען הרהורים, וכו' [איך האלט נאר אז די פראבלעם איז נישט די הרהור אליינס].
ווייטער פון זיין שפראך וועגן אל תרבה שיחה עם אשה, זעט מען מלכתחילה א קיצוניות'דיגן צוגאנג צו מעסטן ממש יעדעס ווארט, און נישט ווי די גרינגע נארמאלע וועג צו פארשטיין אז מ'זאל נישט שמועסן צו היימיש [וכדברינו], ער נעמט אן די מעשה מיט יענע אמורא אלס דרך המלך, אנשטאט אננעמען אז ס'געווען א טענה כלפי א גדול וואס פארלאנג באזונדערע זהירות [און דערפאר האב איך עס נישט געברענגט אלס ראי']. הכלל, ער איז גאר מער מחמיר ווי מיר, ווייל לפי דבריו קומט אויס אז אין א פלאץ וואו מ'איז נישט רגיל צו פירן עסקים מיט פרויען אויף א געהעריגע פארנעם, איז די אלטע פראבלעם פון אל תרבה שיחה ווייטער שייך, און טאקע אויף א שארפע פארנעם פון מדייק זיין יעדע ווארט.
שוין אפגערעדט פון דעם, אז דאס נוצט ער נאר כלפי זוכן א היתר פארוואס ערליכע אידן זענען נישט מדייק יעדע ווארט וואס קומט ארויס פון מויל צו ס'איז נישט איבריג - און ממילא נכלל אינעם 'אל תרבה שיחה' [וכנ"ל, לויט זיין שארפע הגדרה והבנה בכוונת המאמר חז"ל], אבער ער שרייבט קלאר אז סתם שמועסערייען איז אוודאי אסור, אפילו דארט וואו די פרויען זענען מצוי בשוק וכו' עד דדמי כקאקי חיוורי, עייש"ה.
שמערל האט מסכים געווען צום יסוד הענין, אבער בנוגע היינט צוטאגס האט ער גע'טענה'ט:
שמערל האט געשריבן:בקיצור, אין א פלאץ ווי ניו יארק, ווי עס, איז די סדר פון יעדן ביזנעסמאן צו שמועסן און פארהאנדלן אגאנצן טאג מיט נאקעטע נקיבות, איז זיכער אז די סאטמערע שפיצלעך און פאלם טייטס דמיי עלן קקאקי חיורא, און כ'ווייס נישט וואס עס איז נאך דא זיך צו מתעקש צו זיין.
אבער כ'האב גע'טענה'ט אז ער איז נישט מקיל אינגאנצן אפילו פאר נשות זמנינו:
אדנירם האט געשריבן:ניטאמאל געטראכט פון דעם דירעקציע, ביזט גערעכט אז דער וואס ארבעט מיט גוי'טעס אויך איז דמיין כקאקי חיורא.
פארט איז דאס נישט א שמועס לגבי 'שמועסן' מיט פרויען, נאר לגבי נישט מקפיד זיין אויף די מספר ווערטער וואס קומען ארויס פון זיין מויל, וכמש"כ בדרך פיקודיך בעצמו, וכמש"כ לעיל.
שמערל האט געוואלט מדייק זיין פון לשון הדרך פיקודיך:
שמערל האט געשריבן:ער שרייבט אז אפי' לגבי 'מרבית השיחה' אין כאן בית מיחוש. נאר א ירא את דבר השם זאל אוועקקוקען וכו'
אויף וואס כ'האב געענטפערט:
אדנירם האט געשריבן:די מרבית שיחה מיינט דארט נישט מדקדק צו זיין יעדע ווארט, אזויווי מ'זעט קלאר זיין דאגה בתחילת דבריו, אביסל שפעטער זאגט ער קלאר אז סתם רעדן לא קאמרינן. מרבית השיחה מיינט נישט שמועסן לשם שמועסן, דו"ק בדבריו.
ע"כ שיחת שמערל ואדנירם...