בלאט 21 פון 40
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 3:47 pm
דורך שרייבער
דולה ומשקה האט געשריבן:יעצט באקומען א 'טעקסט מעסעדזש' אז סאטמאר (מהר"א), באבוב (48), חב"ד. וועלען מאכען שבת פאר זוך.
חב"ד האט זיך שוין אנגעשלאסן אין כינוס, נישט אזוי?
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 3:47 pm
דורך John Doe
זר זהב האט געשריבן:איך האב נישט געזאגט אז מ'זאל אסר'ן. כ'האב געשריבען: "למעשה קען מען דאס נישט אוועקמאכן" און אוודאי נישט אפ'חוזק'ן, ס'יענץ געלעכטער.
זיי מיר מסביר ביטע וויאזוי טעקסט מעסעדזשעס מאכן אן חרבנות?
וויפיל באמעס קענט איר זענען אראפ פון וועג צוליב אינטערנעט?
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 4:59 pm
דורך דעמאקראטיע
איך פרעג די קשיא וואס עגבערט מיר שוין זייער א לאנגע צייט
ליידער קען איך אסאך וואס זענען נישט אויפן גלייכן וועג אין אידישקייט אבער קיינער פון זיי האט נישט אנגעהויבן צו גליטשן צוליב אינטערנעט
קען זיין אז זיי נוצן עס אלס א מיטל פאר שלעכטע זאכן אבער האבן נישט אנגעהויבן מיט דעם
ביטע קלארשטעלן
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 5:33 pm
דורך עסן עסט'זיך
איך הער אז די עסקנים פון איחוד הקהלות האבן ארויסגעגעבן א שטעכעדיגע ארטיקל פארוואס סאטמאר מוז אויך קימין צו די כיניס, האט עס איינר גיזעהן?
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 5:33 pm
דורך זר זהב
ס'דא אסאך וואס דו קענסט נישט
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 5:35 pm
דורך אויס וועלט
ביים כינוס כלל ישראל וועלן די חב"ד שלוחים ארומגיין אנטוהן תפילין פאר די לעיקוואודער בני תורה, און זיי וועלען זאגען ענדערש נישט צו לייגען
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 6:08 pm
דורך ידען
דעמאקראטיע האט געשריבן:איך פרעג די קשיא וואס עגבערט מיר שוין זייער א לאנגע צייט
ליידער קען איך אסאך וואס זענען נישט אויפן גלייכן וועג אין אידישקייט אבער קיינער פון זיי האט נישט אנגעהויבן צו גליטשן צוליב אינטערנעט
קען זיין אז זיי נוצן עס אלס א מיטל פאר שלעכטע זאכן אבער האבן נישט אנגעהויבן מיט דעם
ביטע קלארשטעלן
איך רעד מיך אויך איין אז אינטערנעט איז נישט א פראבלעם פאר מיר, און אזוי זאג פאר אנדערע אבער איך בין נאך זייער מסופק אויב אינטערנעט איז טאקע נישט די ערשטע גורם צו מיין קאלטקייט צו אסאך זאכן אין אידישקייט, און וואס איך האב נישט קיין ספק איז אז סע האט נישט צוגעברענגט איך זאל בעסער ווערן.
סע דא א אשכול וואס רעד וועגן אינטערנעט און די פראבלעמען פון עס. די אשכול איז נאר וועגן די אסיפה, דארט וועל איך מער שרייבן וואס אינטערנעט האט געהאלפן מיך און אנדערע...
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 6:15 pm
דורך שרייבער
עסן עסט'זיך האט געשריבן:איך הער אז די עסקנים פון איחוד הקהלות האבן ארויסגעגעבן א שטעכעדיגע ארטיקל פארוואס סאטמאר מוז אויך קימין צו די כיניס, האט עס איינר גיזעהן?
און יעצט גייט שוין סאטמאר לויפן אויף אלע פיר
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 6:46 pm
דורך [NAMELESS]
"גוגל 11211"
א מעכטיגע ארטיקעל וועגן די וואס "פאסט נישט" צו גיין צו די אסיפה
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 6:54 pm
דורך לאדיך אפ
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 6:58 pm
דורך חד גדיא
א גרויסן דאנק ראשעקאל פאר די געוואלדיגע מאמר. קילורין לעניים!!
יא יא - "איין אינטערנעט - איין נסיון - איין כינוס!"
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 8:53 pm
דורך [NAMELESS]
אוי, דאס איז שניידנדיג אריינגעגעבן, די זעלבע גוגעל, די זעלבע נסיון, רבי יודל'ס אייניקלעך וועלן שוין לויפן!
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 9:27 pm
דורך יידל
יאנקל האט געשריבן:אפשר קען מיר איינער ביטע מסביר זיין וואס דא גייט פאר. וואס איז פשט אז וואס א טאג עס גייט פארביי ווערן די פלאקאטן פאר דעם "כינוס כלל ישראל" וואס אמאל שארפער, שטורעמישער און מיליטאנטישער? קודם כל, דער נאמען פון דעם צוזאמקום איז שוין נישט "כינוס כלל ישראל" - די ווערטער "כלל ישראל" האט מען אנגעהויבן שרייבן מיט פיצעלע אותיות. יעצט שרייבט מען מיט גיגאנטישע בוכשטאבן "הצלת הדורות".
ווען די צעטלעך האבן געוויזן א בילד פון א חרוב'ער הייזקע "א דאנק דעם אינטערנעט", האב איך געמיינט אז איין צעטל איז בטעות געשריבן געווארן מיט אזא נוסח. אבער ווען עס האבן פלוצלונג אנגעהויבן ערשיינען צעטלעך וועלכע שרייען אז דער אינטערנעט איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי א גזירה פון "להשמיד להרוג ולאבד" האב איך פארשטאנען אז דער קאמפיין האט אפיציעל אנגענומען אזא צעווילדעוועטן טאן.
איך האב אבער געמיינט אז איך האב שוין געזען דאס ערגסטע, ביז איך האב געזען דעם פרישן צעטל וואס שרייט מיט ריזיגע קידוש-לבנה אותיות אז דער אינטערנעט איז גאר אונזער אלטער שונא "עמלק!"
מסתמא וועט דער נעקסטער צעטל אונז דערציילן אז דער אינטערנעט איז היטלער און וועבסייטס זענען נאציס, און אפשר גאר וועט אין סאטמאר ראדני הענגען א צעטל אז דער אינטערנעט איז פונקט ווי אן אהרוני, ר"ל!
עס איז אויך אינטערעסאנט אנצומערקען אז זיי האבן אנגעהויבן די מערכה מיט קאלירטע פאוסטערס און שרייענדע גראפיקס. זעענדיג אז די היימישע עולם איז קאלט צו די זאך, זענען אלע צעטלעך צוביסלעכווייז טראנספארמירט געווארן אין ירושלים-מחאה-סטיל שווארץ-אויף-ווייס אן-בילדער צעטלעך. לכאורה די קומענדיגע שטאפל וועט זיין, קלעבן די צעטלעך מיט די אייער-וואסער-קלעבאכטס-געמיש, וועלכע וועט פארזיכערען די השתתפות פון
אללללעע וויליאמסבורגע אידן.
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 9:32 pm
דורך [NAMELESS]
וואס קען בעסער ברענגען וויליאמסבורג ווי שרייבן אז די מערכה איז גאר אויך קעגן ציונות, זעה אינעם בלעטל "גוגעל", ווי גוט זאגט יאנקל, זאלן זיי נאר דארטן אויך שרייבן אז מען וועט האקן אויף די ארונים פארן אויסשפילן די קעמפס און אויף די זאלונים פאר גיין אין באגאץ, סיטי פיעלד וועט זיין צו קליין
אבער גראדע די וועג וויאזוי ער לייגט אראפ אנפאנג אז וויליאמסבורג איז ריין, און דערנאך אז דאס איז בלויז פיקציע, און קאם-אן מיר אלע ווייסן דאס איז א גוטע שטיקל ארבעט. פארפאלן סקולענער רבי יכולט!
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 9:34 pm
דורך יידל
קופערניקוס האט געשריבן:אבער גראדע די וועג וויאזוי ער לייגט אראפ אנפאנג אז וויליאמסבורג איז ריין, און דערנאך אז דאס איז בלויז פיקציע, און קאם-אן מיר אלע ווייסן דאס איז א גוטע שטיקל ארבעט. פארפאלן סקולענער רבי יכולט!
סקולענע רבי האט דאס געשריבן?
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 9:35 pm
דורך [NAMELESS]
"יעדע שריט ווערט אויסשליסליך געטון דורך די גדולי ישראל"
קלארע רייד פון איחוד הקהלות
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 9:37 pm
דורך יידל
אויך די "מי לה' אלי" שפראך איז איחוד הקהילות.
אבער אי משום הא לאו ראיה, ס'קען זיין אז א פריוואטער מענטש וועלכער איז זייער ווארים פאר די זאך האט דאס געשריבן. אזוי צו אזוי
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 9:58 pm
דורך gehlungen
יידל האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן:אבער גראדע די וועג וויאזוי ער לייגט אראפ אנפאנג אז וויליאמסבורג איז ריין, און דערנאך אז דאס איז בלויז פיקציע, און קאם-אן מיר אלע ווייסן דאס איז א גוטע שטיקל ארבעט. פארפאלן סקולענער רבי יכולט!
סקולענע רבי האט דאס געשריבן?
No its his son that is trying something on our cheshbon !
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 10:23 pm
דורך פראפעסאר שפירא
פין הייד פארק:
הגה"צ מקאשוי (הרש"י) שליט"א נגד הסיטי פיעלד סטעדיום הנקרא כינוס כלל ישראל
הגה"צ הרב שמחה ישראל אדמו"ר מקאשוי (ת"ר) שליט"א
האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה אין קרית יואל פארעסט האלל
במעמד רבני וצדיקי העיר און פאר א גרויסן ציבור אנ"ש
און מסביר געווען בט"ט פארוואס די סאטמארע תלמידי וחסידי רבינו הקדוש
דארפן נישט גיין צים סטעדיון "הנקרא כינוס כלל ישראל"
ער האט אויך מעיד געווען אז די וואס טיען דערין זענען גרויסע ערליכע אידן
און זייער מטרה און רצון איז באמת למען הצלת הדת
אבער די סאטמארע אידען דארפן אין דעם נישט אטיילנעמען
http://www.youtube.com/watch?v=P5M_U_bj ... e=youtu.be
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 10:25 pm
דורך זר זהב
און ר' יואליש מארגשטערן שאקעלט מיט.
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 10:35 pm
דורך זר זהב
פארוואס אידא נעלם געווארן עפעס א תגובה פון פאפא צעטלעך ??
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 10:37 pm
דורך שמואל הלוי
קוקט אויס ווי ער האט עס אליין אראפגענומען.
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 10:38 pm
דורך זר זהב
מ'קען אליין אראפנעמען ?