בלאט 21 פון 55

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:14 am
דורך מילך טראק
שמעקעדיג האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 10, 2024 11:56 pm
מילך טראק האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 09, 2024 4:31 pm אלע שפיצל לעידיס קוקן אויס אייניג

עקלדיגע סטעיטמענט לענ"ד.
איך האף האסט נאר געמאכט א וויץ (כאטש עס איז נאך אלץ עקלדיג)
זי קוקט אויס זייער זייער שיין, אבער פאר איינער וואס וואוינט אין בארא פארק און זינט נישט קיין שפיצל לעידיס יעדען טאג איז זייער גרינג זיך צו פארמישן, פונקט ווי ווען די זעהסט א טשייניס אדער א יאפאנעזער וועסטו נישט וויסן קיין חילוק, אבער אז די וויאנסט אין אזיע וועסטו זעהן יעדער אנדערש, נישטא וואס צו ווערן עפנדעד.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:17 am
דורך whatever
אפשר כדי צו מאכן אביסל איידעלער דיין קאמענט, זאלסטו נעקסטעס מאל שרייבן, "פאר מיר" קוקן אלע אויס אייניג...

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:25 am
דורך מילך טראק
מען זאגט אז ווען די ליבעראלן אין ניו יארק האבן איבערגעמאכט די געזעצן פון האלטן פארברעכער איידער זיי האבן געהאט א טרייעל האבן זיי גענומען אין באטראכט אז מענטשן וועלן זעהן ווי די פארברעכן זענען ארויף מיט גרויסע פראצענטן, וועטעך נישט טויגן, האבן זיי אנגעזאגט פאר די פאליציי צו מאכן זייער שווער צו רעפארטן א קריים, קודם צו ווארטן מורא'דיג לאנג ביז א פאליציי באווייזט זיך, פארשטייט זיך דא טו קאוויד, אין ווען זיי קומען שוין יא אהן וועלן זיי קומען מיט אלע ערליי תירוצים, למשל אז ס'גלייבט זיך נישט אז די גוי איז סתם אריין אין דיין הויז גנב'נען דיין בייק, פארוואס אין די וועלט זאל ער צונעמען א זאך וואס איז נישט זיינע, מסתמא האט ער עס נעכטן איבערגעלאזט אין דיין האלוועי, היינט איז ער געקומען נעמען זיין אייגענע בייק, אדער אז עס מאכט נישט קיין סענס אז איינער האט זיך איינגעבראכן אין דיין הויז אינמיטן די נאכט, מסתמא איז דאס געווען איינער פון דיינע קינדער, אדער האסטו געהאט א שלעכטע חלום,

צו דאס איז אמת אדער סתם א קאנספיראציע אזויווי די ציונים האבן פארכאפט תימנ'ע קינדער און געזאגט פאר די עלטערן אז זיי זענען געשטארבן, צו אז פרעזידענט בוש האט אנגעדרייט די ניין אילעווין אטאקעס צו ווייזן אז ער איז א שטארקע פירער, דאס וועל איך לאזן פאר די פאליטישע אנאליזירער, אדער סתם די קאווע טרינקער וואס ווייסן אלעמאל פונקטליך די דעטאלן פון יעדע נייעס פאר עס קומט ארויס.

וואס ברענגט מיר דא צו שרייבן, א זאך וואס מ'הערט פון מענטשן כסדר, ס'דא סתם מחוסר ידיעה און ס'זענען דא וואס פרובירן צו פארדרייען די פאקטן אז ס'זאל שטימען בעסער צו וואס זייערע אינטערעסן אדער זיי מיינען זיי מוזן פארטיידיגן צו דאס וואס זיי זענען אויפגעוואקסן.

די טענה אז מ'זאל נישט געבן פאר די בחור אדער מיידל צו זיך וועלן א שידוך נאר מ'זאל חתונה האבן מיט וועם די יענטע פון די נעקסטע בלאק האט דיסיידעט אז דאס איז די שידוך, אזוי ווי עס איז איינגעפירט ביי אסאך חסידישע קהילות ביי זיווג ראשון, מיט די טענה קוק ווי ווייניג דיווארסעס זענען דא מיט די סיסטעם, טאמער וואלט מען דאס איינגעפירט ביי די גוים אויך, וואלט ביי זיי אויך געווען אזוי ווייניג ווי ביי די חסידים, נאר א שאד זיי האבן עס נישט איינגעזעהן.

די גאנצע גיטין וואס געשעהן ביי די חסידים זענען נאר וועגן די פופצן מינוט וואס מען טרעפט זיך ביי די באשוי, אויב וואלט מען דאס אויך מבטל געווען וואלט שוין קיין גיטין נישט געווען ביי די היימישע ציבור, נאר וואס זאל מען טוהן ס'איז דא א איסור פון חז"ל צו חתונה האבן מיט א פרוי פארן איר זעהן.

ס'איז נישט קיין סוד אז ביי די חסידים איז שלום בית נישט אזוי אייאייאיי, נאר וואס דען, נאך פאר וואס ווען ווי איז די פרוי שוין טראגעדיג מ'ווארט א קינד, נו מ'קען דאך נישט זיך גט'ן דאס איז נישט גוט פארן קינד,
צו פאר בושה, אז מיין גאנצע קלאס גייט וויסען אז איך בין א גרוש/ה,

מ'וועט שוין ענדערש אזוי ליידן די נעקסטע 50 יאר, ווען ס'האלט שוין יא ביים פלאצן גייט מען צו א שלום בית מאכער וואס זאגט די מאן זאל געבן מער געלט פאר א גוי'טע אין שטוב, און ער זאל ווערן א הצלה אדער חברים מעמבער צו זיין וואס ווייניגער אין שטוב, און אזוי שטופט מעך דורך נאר א פאר יאר.
דעריבער איז זייער נישט ריכטיג צו מאכן די חשבונות פון וויפיל גיטין ס'איז דא ביי חסידים, מ'וואלט ענדערש געדארפט זעהן וויפיל שלום בית איז דא, וואס דאס איז דאך נישט מעגליך צו וויסן, ווייל יעדער קומט אין שוהל זאגן איך האב די בעסטע שלום בית, ס'איז דערווייל נישטא קיין עכטע וועג צו וויסען נאמבערס.


למעשה איך טראכט אריין ס'איז אסאך מער פון דעם, זייער אסאך חסידים וואס האבן שלום בית איז דאס בבחינה פון אהבה התלוי' בדבר, ס'איז דבר והפיכו, אזויווי צוויי קא-ווארקערס, ווילאנג די ביידע טוען זייערע אויפגאבעס, צו איז עס צו טוהן די שטוב ארבעט אדער אדער ברענגן פּרנסה, וואס איז דא זיך צו קריגן, ביידע זענען נארמאלע מענטשן, אבער דאס איז באמת נישט וואס א מעריזדש איז, איך זוך נישט דא מאריך צו זיין, באמת איז דאס נישט די ריכטיגע אשכול,

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:33 am
דורך מילך טראק
whatever האט געשריבן:
מילך טראק האט געשריבן: זי קוקט אויס זייער זייער שיין, אבער פאר איינער וואס וואוינט אין בארא פארק און זעהט נישט קיין שפיצל לעידיס יעדן טאג איז זייער גרינג זיך צו פארמישן, פונקט ווי ווען דו זעהסט א טשייניז אדער א יאפאנעזער וועסטו נישט וויסן קיין חילוק, אבער אז די וואוינסט אין אזיע וועסטו זעהן יעדער אנדערש. נישטא וואס צו ווערן עפענדעד.

אפשר כדי צו מאכן אביסל איידעלער דיין קאמענט, זאלסטו נעקסטעס מאל שרייבן, "פאר מיר" קוקן אלע אויס אייניג...

אין רוב חרדישע קהילות גייט מען נישט קיין שפיצל, סא ס'איז זייער גרינג פאר איינעם זיך צו פארמישן, איך האב זיך באצויגן צו די תגובה, איך האב קיינעם נישט געמיינט פערזענליך, און איך בעט איבער אויב איינער איז געווארן עפענדעד.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:50 am
דורך זאקן
יין שרף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
חדשים האט געשריבן: פליעט ארום א סיין העכער קרית יואל... Free Malky...

רחמנא ליצלן: און דעם רעבינ'ס מענטשן לאזן דאס צו?!

בכלל נישט. זיי האבן געדינגן חיימא צו עס אראפברענגן, ער איז די איינציגסטע אזוי הויעך..

עס איז דא איינער שפערבער אין מאנרא וואס איז א ריז, מ'זאגט אז ער ריקט די געז פרייזן פון די הויכע סיינס אין די געז סטעשען.

אז איך רעד שוין פון שפערבער, האב איך זיך דערמאנט א מעשה פון אים, ווען איך בין געווען אין ישיבה האט מען געמאכט א שבת התוועדות און מ'האט געדארפט פארן דריי מינוט צו א מקווה פרייטאג נאכמיטאג, שפערבער האט גענומען א ווען און מ'האט ארויסגענומען אלע זיצן און בערך דרייסיג בחורים האבן זיך אריינגעשטופט אין די ווען, מ'איז געפארן קוים איין מינוט און צו שפערבער'ס גוטע מזל איז געווען א ראוד בלאק ווי מ'האט אפגעשטעלט יעדע קאר פאר לייסענס, ער האט נישט געטראכט קיין צוויי און גלייך געמאכט א u-turn, פארשטייצך אז ער האט זיך געטראפן ארומגענומען מיט לייטס און סיירענס, איין פאליס איז געגאנגען צו שפערבער און א צווייטער האט געעפנט די טראנק, ווען זיי האבן געעפנט די טראנק האבן זיי זיך גענומען ווארפן פאר געלעכטער, איינער פון זיי האט אפילו גערופן פאר בעקאפ און אונז געלאזט אין די קאר ביז די בעקאפ איז אנגעקומען אז זיינע חברים זאל אויך קענען מיטהאלטן די סצענע ווי דרייסיג בחורים ליגן איינער אויף די צווייטע ווי סארדינס... שפערבער האט נעבעך באקומען דרייסיג טיקעטס, איך האף ער האט זיך געקויפט א בייק ווייל דרייווען מעג ער שוין נישט.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:47 am
דורך לאכעדיג
עס קומט א פראטעסט די וואך אין מאנסי.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 11:36 am
דורך נישנאש
פסק פון הגאון חיד"א ווייס שליט"א איבער היתר מאה רבנים ווען די עקס וויל נישט געבן וויזיטעישן

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:07 pm
דורך [NAMELESS]
הגאון ר' שמעון זאב מייזליש מיט א פייערדיגע מחאה קעגן בזיון התורה

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:57 pm
דורך עמרם
חיים הלוי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:07 pm הגאון ר' שמעון זאב מייזליש מיט א פייערדיגע מחאה קעגן בזיון התורה
עפעס פעלט דא ,

ער האט געזאגט, אדער ער גייט זאגען ?

וועלכע בזיון התורה ?
(בעסער, וועלכע זייט איז ער ?)

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 3:56 pm
דורך צוביסלעך
חיי עולם האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:07 am ביז יעצט איז געווען פאן, יעצט הייבט זי זיך אן מיט די ליגאלע חלקים


IMG-20240210-WA0257.jpg
וואס איז די מעשה דא? דאס איז קעגן זיין ברודער זעליג בערקאוויטש וואס טוט אין ABA ? אדער עפעס מיטן יונגערמאן אליינס?

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 4:04 pm
דורך חדשים
קעגן זעליג. וואס אגב האט ער שוין נישט קיין שום שייכות מיט די קאמפאני וואס זי שרייבט.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 4:21 pm
דורך [NAMELESS]
עמרם האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:57 pm
חיים הלוי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:07 pm הגאון ר' שמעון זאב מייזליש מיט א פייערדיגע מחאה קעגן בזיון התורה
עפעס פעלט דא ,

ער האט געזאגט, אדער ער גייט זאגען ?

וועלכע בזיון התורה ?
(בעסער, וועלכע זייט איז ער ?)
קעגן מבזה זיין די דיין הגאון רבי געציל שליט''א א לעבעדיגע ספר תורה

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 4:23 pm
דורך Visionary
חיי עולם האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:07 am ביז יעצט איז געווען פאן, יעצט הייבט זי זיך אן מיט די ליגאלע חלקים


IMG-20240210-WA0257.jpg
איז דער אינגערמאן א BCBA?

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 4:27 pm
דורך חדשים
ניין.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 5:12 pm
דורך א בני יואל
חיים הלוי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:07 pm הגאון ר' שמעון זאב מייזליש מיט א פייערדיגע מחאה קעגן בזיון התורה
אינטערסאנט
דער גרויסער גאון וצדיק איז ערגעטץ געוועהן פארשטעקט אין א בונקער ווען זיין הייליגע קהילת קודש האט אנגעפאנגען די סידור קידישון פראפאגאנדע מערכה
ווי איז געוועהן זיין וויי געשריי ווען מען האט פארשעמט יודישע קינדער אין משפחות
ווען א טראק איז ארים געפארן אין קרית יואל אינעם הייליגען שטעטעלע פארשעימען יודישע משפחות מיט גרויסע ספיקערס אויפן דאך כבוד התורה איז נאך דעמאלטס נישט געשטאנען אין זיי תורה ?

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 5:21 pm
דורך Visionary
חדשים האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 4:27 pmניין.
אויב איז ער נישט א BCBA איז וועמען סטראשעט מען אז מען גייט מסר'ן? ער האט אן עזשענסי?

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 5:28 pm
דורך תשפג
נישנאש האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 11:36 am פסק פון הגאון חיד"א ווייס שליט"א איבער היתר מאה רבנים ווען די עקס וויל נישט געבן וויזיטעישן
וואס איז זיין פסק אויף למעשה?
דעי בלעטער זענען נישט אזוי קלאר צו ליינען…

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 5:33 pm
דורך נישנאש
תשפג האט געשריבן:
נישנאש האט געשריבן: פסק פון הגאון חיד"א ווייס שליט"א איבער היתר מאה רבנים ווען די עקס וויל נישט געבן וויזיטעישן

וואס איז זיין פסק אויף למעשה?
דעי בלעטער זענען נישט אזוי קלאר צו ליינען…

אויב א פרוי וויל נישט געבן וויזיטעישן פאר איר מאן כדרך העולם קען ער נעמען א היתר מאה רבנים אן געבן א גט

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 5:49 pm
דורך עמרם
חיים הלוי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 4:21 pm
עמרם האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:57 pm
חיים הלוי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:07 pm הגאון ר' שמעון זאב מייזליש מיט א פייערדיגע מחאה קעגן בזיון התורה
עפעס פעלט דא ,

ער האט געזאגט, אדער ער גייט זאגען ?

וועלכע בזיון התורה ?
(בעסער, וועלכע זייט איז ער ?)
קעגן מבזה זיין די דיין הגאון רבי געציל שליט''א א לעבעדיגע ספר תורה
ווען מ'האט מבזה געווען אין קרית יואל, די שארמאשער רב ז''ל, האט ער אויך מוחה געווען אויף בזיון התורה ?

אדער ווען מ'האט געשאסן שטיינער אויף ר' יחזקאל ראטה ז''ל, אין קרית יואל, האט ער מוחה געווען אויף בזיון התורה ?

ער מיינט פשוט די בזיון התורה ? אדער עפעס אנדערש ?

ס'באדערט אים באמת די בזיון התורה ???

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 6:18 pm
דורך מילך טראק
נישנאש האט געשריבן:
תשפג האט געשריבן:
נישנאש האט געשריבן: פסק פון הגאון חיד"א ווייס שליט"א איבער היתר מאה רבנים ווען די עקס וויל נישט געבן וויזיטעישן

וואס איז זיין פסק אויף למעשה?
דעי בלעטער זענען נישט אזוי קלאר צו ליינען…

אויב א פרוי וויל נישט געבן וויזיטעישן פאר איר מאן כדרך העולם קען ער נעמען א היתר מאה רבנים אן געבן א גט

מקימי מעפר דל, מאשפות ירים אביון

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 6:25 pm
דורך מילך טראק
מילך טראק האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:25 am .
דעריבער איז זייער נישט ריכטיג צו מאכן די חשבונות פון וויפיל גיטין ס'איז דא ביי חסידים, מ'וואלט ענדערש געדארפט זעהן וויפיל שלום בית איז דא, וואס דאס איז דאך נישט מעגליך צו וויסן, ווייל יעדער קומט אין שוהל זאגן איך האב די בעסטע שלום בית, ס'איז דערווייל נישטא קיין עכטע וועג צו וויסען נאמבערס.

,
א בריוו פון א מיידעל וואס די עלטערן האבן זיך מסתמא געטראפן צו לאנג ביי די בעשאו, געווען אין די מעלות, איך גלייב איז דאס איז זעלטן אויף אזא עקסטרעמע מצב,

די מעלות האלט אז ס'איז בעסער אז זיי האבן זיך טאקע נישט גע'גט, איך דיסאגרי,
מ'דארף זיך קענען גט'ן ווי נארמאלע מענטשן, ס'איז זייער א נארמאלע זאך אז צוויי מענטשן האבן אנדערע נאטורן, די אייבערשטער האט באשאפן יעדעם איינעם אנדערש, מ'דארף זיך גט'ן אין טרעפן איינעם מיט וועם מ'קען זיך יא פארשטיין

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 6:30 pm
דורך חדשים
Visionary האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 5:21 pm
חדשים האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 4:27 pmניין.
אויב איז ער נישט א BCBA איז וועמען סטראשעט מען אז מען גייט מסר'ן? ער האט אן עזשענסי?
איך מיין אז עס איז נישט appropriate צו עס דיסקאסען אויף א פאבליק פארום.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 9:13 pm
דורך Visionary
חדשים האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 6:30 pm
Visionary האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 5:21 pm
חדשים האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 4:27 pmניין.
אויב איז ער נישט א BCBA איז וועמען סטראשעט מען אז מען גייט מסר'ן? ער האט אן עזשענסי?
איך מיין אז עס איז נישט appropriate צו עס דיסקאסען אויף א פאבליק פארום.
אייוועלט אלערט.... :geek: