בלאט 21 פון 46
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 1:24 pm
דורך לית דין בר נש
יא! טוה עס אהן
נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:06 pm
דורך דריידל
אין די גמרא, ווייסט יעדער אז "הוא" שרייבט מען אויף א זכר און "היא" אויף א נקבה. בין איך לעצטענס אויפמערקזאם געווארן אז אין די תורה שטייט "הוא" סיי אויף א זכר און סיי אויף א נקבה, די חילוק איז נאר אז בלשון זכר איז די ו"ו א מילופים און בלשון נקבה איז דא א חירוק אינטער די ה"א.
ס'זענען דא עטליכע אויסנאמען ווי ס'שטייט יא "היא". א סירטש האט געטראפן אכט מאל די ווארט "היא" און צען מאל "והיא".
נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:12 pm
דורך כוכב
די נייע פירמע gevina איז אויך מהדרין און די איינרעדעניש אז סאיז קדם איז א קאווע שטיבל פראדוקציע.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:14 pm
דורך ישמעאל הכהן
מהדרין דיסטריביוט עס. אבער געהערט אז קדם שטייט אונטער די פרודאקציע.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:21 pm
דורך berlbalaguleh
ישמעאל הכהן האט געשריבן:מהדרין דיסטריביוט עס. אבער געהערט אז קדם שטייט אונטער די פרודאקציע.
יעצט קענמען שוין פארשטיין פשט אין פסוק, אדער אין די ברייתא פון "ר' ישמעאל אומר וכו'". שני כתובים המכחישים זה את זה, עד שיבא הכתוב השלישי (ע"י ר' ישמעאל) ויכריע ביניהם...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:22 pm
דורך [NAMELESS]
כוכב האט געשריבן:די נייע פירמע gevina איז אויך מהדרין און די איינרעדעניש אז סאיז קדם איז א קאווע שטיבל פראדוקציע.
viewtopic.php?p=230308#p230308
נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:01 pm
דורך שמעקעדיג
דריידל האט געשריבן:אין די גמרא, ווייסט יעדער אז "הוא" שרייבט מען אויף א זכר און "היא" אויף א נקבה. בין איך לעצטענס אויפמערקזאם געווארן אז אין די תורה שטייט "הוא" סיי אויף א זכר און סיי אויף א נקבה, די חילוק איז נאר אז בלשון זכר איז די ו"ו א מילופים און בלשון נקבה איז דא א חירוק אינטער די ה"א.
ס'זענען דא עטליכע אויסנאמען ווי ס'שטייט יא "היא". א סירטש האט געטראפן אכט מאל די ווארט "היא" און צען מאל "והיא".
מערקווירדיג!
אפשר געסטו א דוגמא אדער צוויי?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 3:10 pm
דורך דריידל
אן איטערעסאנטע דוגמא איז אין במדבר פרק ה' פסוק י"ד
וְעָבַר עָלָיו רוּחַ קִנְאָה וְקִנֵּא אֶת אִשְׁתּוֹ וְהִוא נִטְמָאָה אוֹ עָבַר עָלָיו רוּחַ קִנְאָה וְקִנֵּא אֶת אִשְׁתּוֹ וְהִיא לֹא נִטְמָאָה.
דא איז דא אין איין פסוק איינמאל מיט א יו"ד און איינס מיט א ו"ו
נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 8:33 am
דורך דריידל
די מקור פאר'ן באקאנטע ניגון פון שלמה קארלבאך אויף די ווערטער ונשגב ה' לבדו... ויותר יעקב לבדו, איז א מדרש פר' וישלח. די מדרש רעכענט אויס ענדליכע פסוקים וואס שטייט אויפ'ן באשעפער און אויף יעקב.
מי כאל ישורן ישראל סבא, מה הקב"ה כתיב בו ונשגב ד' לבדו, אף יעקב ויותר יעקב לבדו (בראשית רבה ע"ז, א)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 2:16 pm
דורך outspoken
I did not know that you could put a sign on a "URON KODASH
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 2:36 pm
דורך berlbalaguleh
outspoken האט געשריבן:I did not know that you could put a sign on a "URON KODASH
אוטספאקען: ייש"כ. ערשטנס. האבן זיי נישט גוט געספעללט דעם ווארט "ספינקא" ס'פעלט א יוד...!
והשנית. זיי מעיגן אלעס. און יענער איז דער שייגעץ. ר' יאנקעלע פון ארץ ישראל איז א שייגעץ ווייל ער האט גענימען געלט פון די מדינה... און זייי...?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 3:00 pm
דורך שמעקעדיג
ביי שרי האט מען אוועקגענומען די י' און געגעבן פאר הושע בן נון..... און זי האט געהייסן שרה, און ער יהושע.
אפשר האט מען גענומען די י' פון ספינקא, און עס געלייגט אין דיין תגובה, ביי ווארט "מעיגן".........
ליצנות אין א זייט, דער יו"ד איז דארטן במלוא הדרו, נאר אביסל צושטופט, ר' בערל איר דארפט זיך אנטון די גראבע זיידע גלעזער...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 3:09 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:ביי שרי האט מען אוועקגענומען די י' און געגעבן פאר הושע בן נון..... און זי האט געהייסן שרה, און ער יהושע.
אפשר האט מען גענומען די י' פון ספינקא, און עס געלייגט אין דיין תגובה, ביי ווארט "מעיגן".........
ליצנות אין א זייט, דער יו"ד איז דארטן במלוא הדרו, נאר אביסל צושטופט, ר' בערל איר דארפט זיך אנטון די גראבע זיידע גלעזער...
שמעקעדיג: ביסט גערעכט. איך האב געקוקט מיט א מעגניפייאינג גלעס. דער יוד איז צושטופט פונ'ם פא-נון. פ"נ. מ'קען לערנען פשט פה נטמן דער יוד....

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:50 pm
דורך ונבנתה העיר
סאטי, א מנהג אין אזיע אז אן אלמנה נעמט זיך דאס לעבן ביי איהר מאנ'ס לויה.
נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 1:07 am
דורך chusid
איך האב נישט געוואוסט אז איך בין פסול לעדות אויף למעשה, איך האב געמיינט עס איז נאר א ראבינאוויטש סלאגאן.....
נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 8:05 am
דורך דריידל
ס'דא אן עצה אז בשעת'ן זיין אן עד זאל מען מפקיר זיין די אייפון
נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 7:23 pm
דורך פליקער
שמעקעדיג האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:אין די גמרא, ווייסט יעדער אז "הוא" שרייבט מען אויף א זכר און "היא" אויף א נקבה. בין איך לעצטענס אויפמערקזאם געווארן אז אין די תורה שטייט "הוא" סיי אויף א זכר און סיי אויף א נקבה, די חילוק איז נאר אז בלשון זכר איז די ו"ו א מילופים און בלשון נקבה איז דא א חירוק אינטער די ה"א.
ס'זענען דא עטליכע אויסנאמען ווי ס'שטייט יא "היא". א סירטש האט געטראפן אכט מאל די ווארט "היא" און צען מאל "והיא".
מערקווירדיג!
אפשר געסטו א דוגמא אדער צוויי?
ווען איך בין אנגעקימען צים פסוק און פרשת וישב ביי די פרשה פון תמר, כי ראתה כי גדל שלה והוִא לא נתנה לו לאשה, האב איך מיר געפלעטערט אויפן מוח, ווי קומט אריין והוא מיט א "ו", אבער דערנאך בין איך געוואויער געווארן פינעם חיליק וואס [tag]דריידל[/tag] האט ערקלערט פאר [tag]שמעקעדיג[/tag] והוִא אדער והוּא אלע מאל ווען עס שטייט מיט א מילופים איז עס א לשון נקבה, אויך ווען עס שטייט והיא, לדוגמה עטליכע פסוקים ווייטער הוִּא מוצאת והיא שלחה אל חמיה לאמר, איז ביידע לשון נקבה, פארוואס שטייט איינמאל מיט א ו און איינמאל מיט א י איז העכערע זאכן, אדער נאך א דוגמה און פרשת חיי שרה ותמת שרה בקרית ארבע הוִא חברון, איז אויך לשון נקבה, אזוי ווי דער כלל איז א שטאט ווערט אנגעריפן בלשון נקבה, אדער און פרשת וירא ווען עס שטייט והוּא ישב פתח האהל כחם היום, דארט שטייט טאקע בלשון זכר.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 7:41 pm
דורך [NAMELESS]
chusid האט געשריבן:איך האב נישט געוואוסט אז איך בין פסול לעדות אויף למעשה, איך האב געמיינט עס איז נאר א ראבינאוויטש סלאגאן.....
האלב גירושין זענען פסול? דאס מיינט אז יעדער סעקאנד מערידזש איז א אשת איש?
אבער נישט געפערליך ווייל אויף די ערשטע קידושין האט אויך די עדות געהאט א סמארט פאון מילא איז מעיקרא נישט געווען קיין קידושין.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 7:42 pm
דורך מנחם
איך האב נישט געוויסט ביז היינט אז ביי 'פליקער' פארנעמט דקדוק אן ארט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 4:24 pm
דורך שמן זית
עזריאל האט געשריבן:chusid האט געשריבן:איך האב נישט געוואוסט אז איך בין פסול לעדות אויף למעשה, איך האב געמיינט עס איז נאר א ראבינאוויטש סלאגאן.....
האלב גירושין זענען פסול? דאס מיינט אז יעדער סעקאנד מערידזש איז א אשת איש?
אבער נישט געפערליך ווייל אויף די ערשטע קידושין האט אויך די עדות געהאט א סמארט פאון מילא איז מעיקרא נישט געווען קיין קידושין.
די היתר איז דאך נאר אויף די וואס האבן חתונה געהאט שוין אין די סמארט פאן עפאכע...
די וואס האבן חתונה געהאט פארדעם, האב איך זייער מורא עס איז נישט קיין כשר'ע גט...
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 4:34 pm
דורך שמן זית
לפי"ז קומט אויס, אז די אלע וואס האבן חתונה געהאט פאר די סמארט פאנס, און זיך געגט, און נאכאמאל חתונה געהאט, דארף מען איבערגעבן פאר הרב מ'שפעטיווקא אז זיי וואוינען מיט א אשת איש...
און די וואס האבן חתונה געהאט מיט עדים מיט סמארטפאנס, דארף מען איבערגעבן פאר קיט"ל ק"י אז די קינדער זענען ממזרים....
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 4:43 pm
דורך שמעקעדיג
מנחם האט געשריבן:איך האב נישט געוויסט ביז היינט אז ביי 'פליקער' פארנעמט דקדוק אן ארט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 4:58 pm
דורך שמן זית
גראדע, ביי די פסוק פון ועבר עליו וגו' ווי מ'רעדט פון סוטה פלעג איך מיר אלס וואונדערן פארוואס עס שטייט והוא מיט א ווא"ו, ביז איך האב געטראפן עפעס א גמרא (כ'געדענק שוין נישט יעצט וואו) וואס דרש'נט עפעס דערויף.
יעצט ווער איך דא געוואר אז עס איז רוטין, און עס איז דא הסבר דערויף! כ'בין געהעריג שאקד....
#כ'שעם מיך..