בלאט 21 פון 21
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 7:17 am
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: און וואו דער העיליגער נאדיפאלי'ער רבי וועט זיין דעם שבת (חנוכה) ווילסטו נישט וויסן. אדער מודיע זיין פאר'ן עולם. די חסידיו ומעריציו שטייען שוין גרייט. און ווארטן בכליון עיניים צו וויסן וואו דער העיליגער רבי וועט זיין דעם שבת.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 04, 2021 8:31 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: ייש"כ פאר'ן לייק. מיט גרויס פרייד קענען מיר מודיע זיין אז די נאדיפאלי'ער רבי שליט"א האט דעם שבת קודש געפראוועט כדלהלן...פרייטיג צו נאכטס האט ער געפיהרט טיש אין בעטלאן (פארשטייצעך נאך ברהמ"ז און קריאת שמע שעל המטה)...! שבת קודש אינדערפריה (אויב 11:20 הייסט נאך אנדערפריה) האט ער געפראוועט תפילת שחרית און הלל, און קריאת התורה און מוסף. (אתה ירצת) אין ביהמ"ד ד'אויק גלען. העומד תחת נשיאותו של המרא דאתרא הרהגה"צ (מורה מורינו ר' יואל בן מורה מורינו ר' משה מאיר) שליט"א. קידושא רבה איז געפראוועט געווארן אנהייב קריאת התורה. כמנהג וותיקין של אנשי קהילתנו הקדושה...! ווער וועיסט וואו אין בארא פארק אדער פלעטבוש געפינט זיך די (ריזיגע) גאס אויק גלען בולעווארד...?!
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 04, 2021 8:44 pm
דורך נפה
דו וואוינסט אין מאנסי?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 04, 2021 8:54 pm
דורך berlbalaguleh
יא. די פארגאנגענע 2 יאר, ב"ה...! געמופט אהער לעיר הטעירעה והחסידות ג' שמות תש"פ לפ"ק...! אונזער מרא דאתרא שליט"א קענסטו אויך...?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 04, 2021 8:58 pm
דורך נפה
נישט צו גוט אבער שוין געזען אפאר מאל
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 04, 2021 9:06 pm
דורך berlbalaguleh
נפה: ער האט אלע מעלות. אויסער א גרויסער תלמיד חכם איז ער (באמת) אן עניו. ער זיצט נישט מזרח . אויסער אויב ס'איז נישט דא אן אנדער פלאץ. ער געט אייביג אוועק ששי. ווען מ'וויל איהם מכבד זיין ששי (אין בין דארט א שטיקל גבאי שני. לאל) דארף מען עס מאכן קונצליך אז ער זאלל נישט כאפן אז מ'גייט איהם מכבד זיין...!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2022 11:46 pm
דורך מר. קלונימוס