שושן פורים האט געשריבן:גערעכט טאקע אז די צופרידנהייט איז לאו דוקא די סיבה פאר פרייליכקייט, עס איז געשריבן געווארן אין אזא מאמענט אוו ריעלייזעשן פון די פסיכאלאגישע בענעפיטן פון א מענטש וואס מאכט התבודדות און גלייבט באמת אין דעם.
היכל הקודש קען זיין א קולט אבער גארנישט מער פון סיי וועלכע אנדערע קהילה קדושה בישראל, סך הכל דארט שטארצט עס מער ארויס ווייל עס איז דיפערענעט און יעדע ריר איז פאבליק.
ניין. עס איז מער פון דיפערענט.
די מיידל קוריקיולום איז ממש נול מיט א חשבון אז זי זאל בלייבן שטעטלדיג.
מיך באדערט וויאזוי זיינע מענטשן פארענטפערן עס אז אויב לערנט מען צו א הויעכע לעוול פארן די מיידלעך אפ ווייל זיי קענען נישט די לימודים און נאכדעם ווערן זיי צובראכן און דאס איז די גורם פאר otd.
סעי וואט?
ווען עס איז ווען זיינע לערנינג דיסעיבעלד חברה וואס רעדן אזוי וואלט איך עס נאך אראפגעשלינגען. אנשטאט צו פעיסן די דיסעביליטי און ארויפברענגען די קינדער געבסטו זיי א פלאץ ווי זיי קענען שיינען. אקעי. אויך א מהלך.
אבער איך האב עס געהערט פון זיינע מענטשן וואס זיי אליינס האבן דירעקט גוטע קעפ זיי און זייערע געשוויסטער האבן גוט געקענט אין שולע און האבן מצליח געווען און זייערע אייגענע קינדער וואלטן אויך מצליח געווען.
עט ליסט געב זיי א טשענס!
אבער ניין.
שימל אפ אין ברסלב ליבערטי אן קיין שום אינטעלעקטשויעל סטימיולעישן ווייל דו ביסט א מיידל און די הייליגע ראש ישיבה האט אזוי געזאגט, נו ווי קען מען זאגן אנדערש.
ווילסט אוועקנעמען האומווארק? אקעי.
ווילסט נישט זיי זאלן קענען די קעניגן אויסענווייניג. אקעי.
אבער וואס איז ראנג מיט לערנען היסטאריע מיט מיידלעך?
וואס איז ראנג מיט לערנען א גוט שטיקל עלזשעברע מיט א מיידל וואס אינזשויט עס?
דו אליינס זאגסט אז וויליאמסבורג איז יעדער אין די סעים באקס, פארוואס ריפיעטסטו די זעלבע זאך מיט לייגן אלע קינדער אין איין באקס און זיי בארויבן פון א מינימאלע עדיוקעישן?
האלטסט אז מען טאר נישט לערנען די אלע זאכן? אקעי.
לערן זיי אויס צו לערנען אינעווייניג.
אבער למען השם. טו עפעס מיט זיי!
די מיידלעך האבן חתונה און האבן קינדער ווען זיי זענען טינס. איך ווייס אז אין אלע קהילות מאכט מען חתונה יונג, אבער דא איז נאך דריי יאר פריער און די ענדלאזע פרעדיגן.
זיי האבן חתונה מיט איין ערלויבטע און געפרעדיגטע געפיל- העפי.
ביסט נישט העפי? ווער העפי!
און דעס איז נאר איין חלק און נאר וועגן די מיידלעך.
עס איז דא סאך מער.
עס איז דא דארט מער פון איין קאפל וואס באהאלט זיך פון די רעגירונג צוליב זייער טין מעריטל סטעטוס.
זייער אסאך האבן אפגעהאקט פון זייערע פאמיליעס.
איך דארף מאכן א לענגערע באשרייבונג פון וואס איך האב אלץ בייגעוואוינט.
עס איז זייער נויאנסד און the devil is in the details.