בלאט 21 פון 23
Re: Re:
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2024 12:39 pm
דורך מרדכי מרדכי
הייליג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:51 pm
שבת אחים האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 7:37 pm
מאטי האט געשריבן:שבת, כאפ א טשיל, כ'האב געשריבן אן אבזערוואציע נישט בעד נישט נגד. כ'האלט אז דאס איז די אמת'ע סיבה פארוואס סיי מענער סיי פרויען טוען וואס זיי טוען. במילא זענען די מקורות נישט נוגע.
זיי מסביר דיינע ווערטער
1)ס׳באדערט דיך נישט אז מ׳מאכט צונער די גאנצע שטאט? און מ׳פאפט אויס אלע מיידלעך מיט זיי איינרעדן שטותים און הבלים וואס איז נישט אין זייער אינטערעס?
2)אז היימישע יונגעלייט וואס פלאגן זיך אויף ברויט און דארפן חתונה מאכן יעדעס יאר א קינד דארפן באצאלן ממון דמים פאר גארנישט???
3)אז א מ׳קלאפט אראפ א געזונטע יונגע מיידל מיט שיינע האר און מ׳נעמט צו איר שיינקייט און אירע גלייכע רעכטן???
4)אז א פרוי קען זיך נישט שיין מאכן אינדערהיים פאר איר מאן ???
דיין אבזערוואציעס איז בערך ווי זאגן א אבזערוואציע אויף די אראבישע קולטורס וואס שלאגן זייערע פרויען און שניידן אראפ קליינערהייט זייערע *** !!! דעס איז זייער קולטור וואס ווילסטו פון זיי??? און האב נישט קיין טענות אויף העלבראנץ פארן חתונה מאכן פופצן יעריגע קינדער! דעס איז זייער קולטור נישט קיין חילוק פון די מקורות זענען! דעס איז בעיסיקלי וואס דו זאגסט!!!
ס'איז דאך דא א זוהר אז מ'טאר נישט גיין מיט אויפגעדעקטע האר קעגן די מזוזות?
וויאזוי קען מען זך אזוי ארומדרייען אינדערהיים?
ס'איז אויך דא א זוהר אז די האר פון בארד טאר נישט צורירן די האר פון פאות. ווי אזוי געט מען זיך א עצה?
Re: תגלחת נשים
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2024 6:22 pm
דורך אפשר לתקן
החקרן הגדול יחיאל גולדהבר האט געשריבן א מאמר וועגען תגלחת נשים [בערך א יאר צוריק] ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די גאנצע שערעריי ביי נשים און אלעס ארום, אויב איינער ווייסט וואו מען קאן דאס געפינען זאל ביטע שרייבן וואו, איך וועל אים זיין שטארק דאנקבאר [אל תמנע טוב ....]
Re: תגלחת נשים
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2024 6:28 pm
דורך צקון לחש
ער גייט נעבעך לעצטנס אריבער רדיפות, איך ווייס נישט צו ס'האט מיט דעם אדער פאר אנדערע דברי חכמה ואמת.
Re: תגלחת נשים
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:55 pm
דורך קלוגע יודל
וואו קען מען באקומען זיין מאמר?
Re: תגלחת נשים
נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 3:58 pm
דורך אקטיווע שרייבער
למעשה האט איינער ערגעץ אפגעשריבן אויף אידיש אדער לשה״ק א להלכה תשובה להיתר, איך דארף עס צו ווייזן פאר אפאר אידן
איינער קען ברעגען? כ׳דענק עס איז געווען אזאנס.
Re: תגלחת נשים
נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 4:21 pm
דורך סקעפטיקער
Re: תגלחת נשים
נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 4:33 pm
דורך שמן למאור
צקון לחש האט געשריבן: ↑
ער גייט נעבעך לעצטנס אריבער רדיפות, איך ווייס נישט צו ס'האט מיט דעם אדער פאר אנדערע דברי חכמה ואמת.
קום אריין מיט מער פרטים. ווער רודפ'ט? וואס טוען זיי?
Re: תגלחת נשים
נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 5:20 pm
דורך אקטיווע שרייבער
נאכנישט אינגאצן קלאר, דא איז געווען אין אידיש א באשרייבונג איינער האט עס?
Re: תגלחת נשים
נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 5:45 pm
דורך סקעפטיקער
Re: תגלחת נשים
נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 5:54 pm
דורך אקטיווע שרייבער
Re: תגלחת נשים
נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 5:54 pm
דורך אקטיווע שרייבער
ס׳דא אין א פי די עף?
Re: תגלחת נשים
נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 5:58 pm
דורך סקעפטיקער
נישט וואס איך ווייס
Re: תגלחת נשים
נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 6:36 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
צקון לחש האט געשריבן: ↑
ער גייט נעבעך לעצטנס אריבער רדיפות, איך ווייס נישט צו ס'האט מיט דעם אדער פאר אנדערע דברי חכמה ואמת.
דורך וועלכע גרופע?
Re: תגלחת נשים
נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 7:04 pm
דורך צקון לחש
איך האב געהערט אז די חברה מחתּימי הרב(נ)ים האבן אנגעשפיצט זייערע וואפן אנטקעגן אים אין די לעצטע שטיק צייט, איך ווייס נישט מער פרטים, ה' יצילינו וישמרנו
Re: תגלחת נשים
נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 7:35 pm
דורך געדאנקן
גארנישט מיט די מחתימי הקולי קורא, בערך א יאר צוריק האט ר' ברוך זינגער ראש ישיבת אלכסנדר געהאלטן א שארפע דרשה קעגן אים.
Re: תגלחת נשים
נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 10:08 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
דאס איז ס'גאנצע?
ער קען זאגן אסאך שארפער קעגן ר' ברוך'ן...
Re: תגלחת נשים
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 8:36 am
דורך אלפא
זייער א קלארע מאמר.
איין אינטרעסאנטע נקודה בתוך הדברים, ער ברענגט פון געוויסע גדולים וואס האבן אנגעלייגט דעם מנהג פון זיך שערן אלס תקנת ועד ארבע הארצות, און ער איז מאריך מבאר צו זיין אז עס לייגט זיך נישט אויפן שכל לויט ווי ער ברענגט צו זיינע ראיות.
ער שפעקילירט נאר אז אפי' די גדולים וואס האבן געשריבן אז עס קומט פון די ועד ארבע הארצות האבן לכאו' געוויסט אז עס איז נישט אקוראט, און זיי האבן זיך תולה געווען באילן גדול (כמבואר בכמה מקומות דמותר לעשות..).
עס טראגט נאר מיין דמיון ווייטער, ווער ווייסט וויפיל 'הלכה למשה מסיני'ס און וויפיל 'דרבנן'ס וכו' וכו' זענען ברצון אדער במתעסק ארויפגעפאקט געווארן אויף פריערדיגע - מיטן סמך אז מ'זאל עס אננעמען?! (והה"ד כל המוסיף גורע..)
ומענין לענין האב איך פונקט אריינגעטראכט, צוויי גרויסע יסודות וואס זענען אוועקגעשטעלט געווארן אלס סיג וגדר אז אידישקייט זאל זיך האלטן און זיך נישט צושפליטערן - דעם איסור 'בל תוסיף' - וועלכע האט געזאלט אפהאלטן סיי וועלכע הוספה וועלכע וועט בעקפייערן, און די געדאנק פון לא תתגודדו - לא תעשו אגודות אגודות - וועלכע האט געזאלט צוריקהאלטן די ענדלאזע מיינונגספארשידנהייטן פון זיך מעניפעסטירן אויף צענדליגע באזונדערע וועגן.
און למעשה שטיי מיר דא אין יארע תש24 און אקוראט די צוויי זאכן זענען נישט געבליבן קיין זכר פון, סיי האבן מיר צענדליגע דרבנן'ס, גזירות, תקנות, הלכות, מנהגים, חומרות, און עניינים, וואס מיר 'דארפן' איינהאלטן כדי צו זיין נכלל בתוך עם ישראל. שוין אפגערעדט אז אין יעדע פון די זענען דא אומצאליגע חילוקי דעות און שיטות פונקטליך וויאזוי זיי דארפן ווערן אויסגעפירט, און אך און וויי פאר דער וואס טוט נישט פונקטליך וויאזוי מ'האט זיך געפירט אין 'זייערע מקומות'...
הספדים זענען איבעריג.
Re: תגלחת נשים
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 1:43 pm
דורך צקון לחש
אלפא האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 8:36 amעס טראגט נאר מיין דמיון ווייטער, ווער ווייסט וויפיל 'הלכה למשה מסיני'ס און וויפיל 'דרבנן'ס וכו' וכו' זענען ברצון אדער במתעסק ארויפגעפאקט געווארן אויף פריערדיגע - מיטן סמך אז מ'זאל עס אננעמען?! (והה"ד כל המוסיף גורע..)
רא"ש הל' מקוואות סימן א'
ומענין לענין האב איך פונקט אריינגעטראכט, צוויי גרויסע יסודות וואס זענען אוועקגעשטעלט געווארן אלס סיג וגדר אז אידישקייט זאל זיך האלטן און זיך נישט צושפליטערן - דעם איסור 'בל תוסיף' - וועלכע האט געזאלט אפהאלטן סיי וועלכע הוספה וועלכע וועט בעקפייערן, און די געדאנק פון לא תתגודדו - לא תעשו אגודות אגודות - וועלכע האט געזאלט צוריקהאלטן די ענדלאזע מיינונגספארשידנהייטן פון זיך מעניפעסטירן אויף צענדליגע באזונדערע וועגן.
און למעשה שטיי מיר דא אין יארע תש24 און אקוראט די צוויי זאכן זענען נישט געבליבן קיין זכר פון, סיי האבן מיר צענדליגע דרבנן'ס, גזירות, תקנות, הלכות, מנהגים, חומרות, און עניינים, וואס מיר 'דארפן' איינהאלטן כדי צו זיין נכלל בתוך עם ישראל. שוין אפגערעדט אז אין יעדע פון די זענען דא אומצאליגע חילוקי דעות און שיטות פונקטליך וויאזוי זיי דארפן ווערן אויסגעפירט, און אך און וויי פאר דער וואס טוט נישט פונקטליך וויאזוי מ'האט זיך געפירט אין 'זייערע מקומות'...
Re: תגלחת נשים
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 2:30 pm
דורך כרם זית
די אינטערעסאנטע זאך איז אז אין די זעלבער דף (חגיגה ג) פון וואו דער רא"ש ברענגט זיך א ראיה אז הלכה למשה מסיני קען מיינען א דין דרבנן וואס איז ברור כמו הללמ"מ, ווערט אויך געברענגט די באקאנטע דרש צו בארעכטיגן תורה שב"פ עה"פ (קהלת יב) דִּבְרֵי חֲכָמִים כַּדָּרְבֹנוֹת וּכְמַשְׂמְרוֹת נְטוּעִים בַּעֲלֵי אֲסֻפּוֹת נִתְּנוּ מֵרֹעֶה אֶחָד.
Re: תגלחת נשים
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 11:05 am
דורך אלפא
אלפא האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 8:36 am
עס טראגט נאר מיין דמיון ווייטער, ווער ווייסט וויפיל 'הלכה למשה מסיני'ס און וויפיל 'דרבנן'ס וכו' וכו' זענען ברצון אדער במתעסק ארויפגעפאקט געווארן אויף פריערדיגע - מיטן סמך אז מ'זאל עס אננעמען?! (והה"ד כל המוסיף גורע..)
בית יוסף הלכות נדה
סי' קפד.
איך ווייס נישט צו עס איז שוין דא ערגעץ אן אשכול ווי אלע אזעלכע מראי מקומות ווערן מלוקט. עס איז אבער דא אסאך דורכאויס ש"ס, ובפרט אין תוס' אויף געוויסע פלעצער. (דאכט זיך ס'אויך דא עפעס אזא מאירי).
אבער בעיקר רעד איך פון די פעלער ווי עס איז נישט קלאר אז מ'מאכט עס אלס אסמכתא וכדו', נאר טאקע אין פלעצער ווי מ'נעמט אן מיט א זיכערקייט אז עפעס איז מקובל (לדוגמא די י"ג מידות שהתורה נדרשת, אדער געוויסע ספעציפישע גזירה שוה'ס וואס דארפן צו הייסן מקובל) און עס איז יתכן אז עס איז נישט מער ווי אזא צובראכענע טעלעפאן געשיכטע ווי איינער זאגט עס נאך פונעם צווייטן און מיט יעדע דור קומט נאר צו איין האר ביז עס ווערט א גאנצע בארד - איינער זאגט ער האט עס געהערט פון זיין רבי אליין די צווייטע לייגט שוין צו אז יענעם'ס רבי האט עס זיכער מקובל פון העכער, א דריטע ברענגט שוין א ראי' אז עס איז זיכער מקובל ממשה מסיני, און ביז וואס ווען ווער איז עס שוין א באשטעטיגטע דאורייתא...
Re: תגלחת נשים
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:17 pm
דורך בן נח
אפשר לתקן האט געשריבן: ↑
החקרן הגדול יחיאל גולדהבר האט געשריבן א מאמר וועגן תגלחת נשים [בערך א יאר צוריק] ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די גאנצע שערעריי ביי נשים און אלעס ארום. אויב איינער ווייסט וואו מען קאן דאס געפינען זאל ביטע שרייבן וואו, איך וועל אים זיין שטארק דאנקבאר [אל תמנע טוב ....]
ר' יחיאל האט מיר פארציילט באלד 15 יאר צוריק, אז ער האט א מאמר גרייט אבער ער וויל עס נישט ארויסגעבן...
Re: תגלחת נשים
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:58 pm
דורך בר גיורא
ס'איז שוין לאנג נישט קיין מאמר. ס'האלט שוין ביי כמעט 250 זייטען.
איך האב עס דורכגעליינט א האלבע יאר צוריק און ס'איז גרייט להוצאה. ס'האט אפילו באקומען א הסכמה פון איינער פון די סאטמערע דיינים אין וויליאמסבורג..
ס'איז אבער דא א טשאלמער אין סאטמאר ירושלים וואס איז ארום געגאנגען פארשאפן חתימות פאר א חרם, אז ר' יחיאל איז א כופר ומין, און סטראשעט אים עס צו מפרסם זיין אויב די ספר קומט ארויס.
אויב איינער האט א לעזונג...
Re: תגלחת נשים
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:58 pm
דורך אוהב ספרים
ער קען עס דרוקן בעילום שם המחבר. או מיט פסודענעם וכו'.