בלאט 21 פון 37

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 3:06 pm
דורך מאטי
בקצו קען מיינען די געווענדליכע צייט וואס רוב מענטשן לעבן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 3:31 pm
דורך שמעקעדיג
איך הער, אבער מי לא בקצו קוקט אויס ווי עפעס א שרעקעדיגע זאך אויף וואס מען רייסט איין, בשעת עס איז בכלל נישט שייך צו איינרייסן לכאורה לפי הנ"ל.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 7:28 pm
דורך מאטי
אויב מיינסטו אז ס'איז נישט שייך, וועגן דעם "עד יום מותו תחכה לו," קען זיין אז עד יום מותו... מיינט; אז ס'איז פשוט נישט שייך קאליע צו מאכן אויף אזוי ווייט נישט צו קענען תשובה טון, אפילו ס'איז ח"ו נגזר געווארן טויט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 8:20 pm
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:ערבי ימים נוראים,

מי בקצו ומי לא בקצו – וואס מיינט ומי לא בקצו? יעדער מענטש האט דאך אנגעשריבן פון אויבן ווילאנג ער דארף לעבן, און דאס איז יענעמ'ס ריכטיגע "קצו", אפילו ער שטארבט ח"ו יונג ווערט עס נישט דאדורך "לא בקצו"!

איי וועסטו טענה'ן שמא החטא גורם, און דעריבער שטארבט מען יא פריער? איז די שאלה, דו זאגסט דאך ווייטער "ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו", איז דאך משמע אז מען שטארבט נישט פריער צוליב די זינד, נאר דער ארך אפים ווארט מיט געדולד ביזן לעצטן טאג!

[tag]שמעקעדיג[/tag] אשריך!! מ'זעהט אז די ווערט ח"ו נישט נכשל מיט די טריפה'נע דף...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 11:58 am
דורך ביבער
ווער קען מיר העלפן מיט א פראקטישע היתר צו גיין אין שויער יום טוב? יעצט ווען ס'קומען די 3-טעג-יום טוב'ס איז עס מיר קריטיש וויכטיג.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:13 pm
דורך petergrifin
אין א שויער מײן איך מעגסטו גײן. פאר שעמפו בעט אן ישראלי זאל דיך אן גיסן..

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:23 pm
דורך געפילטע פיש
צו וואס פעלט דיר אויס א היתר ווען ס'איז מתחילה נישט אסור בזמננו וואס נעמען א שויער יעדן טאג איז א דבר השוה לכל נפש? מער מענטשען נעמען שויערס יעדן טאג ווי מענטשען וואס רויכערן, אבער אונזער קליינע ביצים'דיגע פוסקים קענען נאר אפדעיטן די "שוה לכל נפש" קאטעגאריע לחומרא.

אונזערע הייסע וואסער איז מים שהוחמו בהיתר, קודם כל איז עס קוים א גרמא דגרמא אז מיטן ארויסנעמען וואסער פונעם בוילער מישט זיך אריין אביסל קאלטע וואסער, צווייטענס איז די וואסער וואס מ'נוצט ביים שויער א תוצאה פון די וואסער וואס מ'האט אויפגעקאכט ווען מ'האט גענוצט די ווארעם וואסער בהיתר צו וואשן דישעס וכדו'. דריטענס פאר די וואס וואוינען מיט גוים אין איין הויז קען מען תולה זיין אין דעם אויך. פערטענס, א מצטער, אזויווי רוב פון אונז וואס קענען נישט פארטראגן צו גיין דריי טאג אן א שויער, איז מותר זיך צו וואשן אפילו אום שבת.

וכך הוה.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:32 pm
דורך דריידל
איך האב געהערט אז נישט אייביג מעג מען אנצינדען הייס וואסער יו"ט, ס'ווענד זיך וואספארא באילער מ'האט. אויב איז דא א hot water tank מעג מען אויב נישט דעמאלטס איז מותר נאר אויב ס'איז דא א pilot.

לגבי זיך וואשן די גוף מעג מען נאר אבר אבר אבער נישט איגאנצן אויף איין מאל

כתבתי להלכה, ולמעשה יעשה שאלת חכם

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 1:48 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'איז מיר איבערגעבליבן פון לעצטען שבת חריין, ס'האט וויניגער, מעג איך עסן ראש השנה כדי נישט עובר זיין אויף בל תשחית?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 2:22 pm
דורך געפילטע פיש
דריידל האט געשריבן:איך האב געהערט...
...כתבתי להלכה

איך הער...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 3:30 pm
דורך דריידל
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'איז מיר איבערגעבליבן פון לעצטען שבת חריין, ס'האט וויניגער, מעג איך עסן ראש השנה כדי נישט עובר זיין אויף בל תשחית?


קאווע, איך בעט דיך זאלסט עס נישט טון. לעצטעס יאר האסטי דיך בע'נער'ישט און קוק אן וואסערע זויערע פנים דיין אוואטער האט.

זאלסט האבן א זיס פרייליך יאר!

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 10:30 pm
דורך נולד מאוחר
מעג מען זיך באדען אדער שויערען shower יו''ט?
אויב יא נאר פניו ידיו ורגליו, אבר אבר, אדער די גאנצע גוף?
איז דאס לכתילה מותר אדער נאר א איסתיניס מעג?
איז דאס אנגענימען אין הלכה אז היינט הייסט רחיצת כל הגוף א דבר השוה לכל נפש, אנדערש ווי סשטייט אין שלחון ערוך?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 10:58 pm
דורך [NAMELESS]
פניו ידיו ורגליו איז זיכער מותר מיט הייס וואסער די גאנצע גוף איז שוין א פראבלעם אז די וועסט פרעגן א דיין וועט ער דיר לכאורה זאגן אז אויב די ביסט א אוסטינות (וואס לכאורה קען רוב מענטשן זאגן אז יא) וועט זיין מותר ממדריגה למדריגה וויפיל עס פעלט זיך אויס
1 כל הגוף אבר אבר

2 כל הגוף מיט לוילעך וואסער
3 כל הגוף מיט הייס וואסער
(א שויער איז גרינגער ווי א וואנע ועי אגרות משה ח''ד סימן עד)
אבער קיינער האט נישט די גאטס ארויסציקימן מיט א היתר גורף פאר גאנץ כלל ישראל אזויווי קיינער האט נישט די גאטס צי אסר'ן רייכערן לגמרי
אידן פלעגן טענ'ן אז די אלע וואס ווילן אסר'ן רייכערן יו''ט מיינען בעיקר מתיר צי זיין רחיצה ביו''ט
(רב עובדיה האט מער מתיר געווען בענין זה ווי אנדערע אבער עס איז דא אין דעם חילוקים צווישן ספרדים הנוהגין כב''י ואשכנזים הנוהגים כרמ''א וואס די רמ''א האט מער מחמיר געווען

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 11:53 pm
דורך נולד מאוחר
ס'איז טאקע אינטערסאנט אז רייכנען הייסט מער שוה לכל נפש פון רחיצה, ווען די פאקט איז פונקט פארקערט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 12:25 am
דורך [NAMELESS]
לויט ווי איך פארשטיי ווייסט יעדער אז רחיצה איז מער שוה לכל נפש מען האט נאר נישט די גאטס צי טוישן א פסק פון שו''ע

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:32 am
דורך [NAMELESS]
מען זאגט והיה ביום ההוא יתקע 'בשופר גדול'
מען בעט תקע 'בשופר גדול'
וואס איז די מעלה פין א גרויסע שופר? מען וועט הערן בעסער?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 11:24 am
דורך נולד מאוחר
גרויס מיז נישט מיינען אין סייז.
יו"כ איז א גרויסע טאג מיינט אז סהאט מער ווי 24 שעה?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 11:28 am
דורך [NAMELESS]
נא זיי מסביר וואס איז די גרויסקייט פין יענעם שופר?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:12 am
דורך [NAMELESS]
גראדעמעכעלע האט געשריבן:מען זאגט והיה ביום ההוא יתקע 'בשופר גדול'
מען בעט תקע 'בשופר גדול'
וואס איז די מעלה פין א גרויסע שופר? מען וועט הערן בעסער?

איך האב מקיים געווען דעם יגעתי אין כהאב געטראפן פונעם מהריל אז ער שרייבט אויף דעם א אינטערעסאנטע לשון 'מה שהפוקרין הם פוקרין לאמור מהו שופר גדול' אין ער איז מסביר אז די מציאות פין א איל איז אז די רעכטע שופר איז גרעסער פונעם לינקן שופר אין ביים מעמד הר סיני האט השי''ת געבלאזן מיטן לינקן-קלענערן שופר אין ביי די גאולה העתידה גייט ער בלאזן מיטן רעכטן-גרעסערן שופר ממילא בעטן מיר תקע בשופר גדול בלאז שוין מיטן גרעסערן שופר
אין בשם דעם חת''ס האב איך געזען אז וועט עס וועט קימן די זמן פונעם גאולה העתידה וועט השי''ת ציזאמנעמען די אלע תקועות וואס אידן האבן געבלאזן אין מיט דעם כח וועט ער זיי אויסלייזן אין דאס מיינט שופר גדול

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 1:21 pm
דורך געפילטע פיש
דרושים תקוע בכסא באחד כמו אחד בירכותיהם, פארשטייסטו שוין פארוואס סייז מאכט אויס?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:40 pm
דורך [NAMELESS]
נא! עשי''ת....
כ'האף אז די האסט נישט אינזין געהאט די כוונה ביי די תקיעות

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:22 pm
דורך געפילטע פיש
פארוואס נישט? ס'ווערט געברענגט אז שופר איז מכוון כנגד מילה, און די קול זך איז זיכוך מידת יסוד וכו'.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:53 pm
דורך [NAMELESS]
ווייל מען זעט אז ווען די טראכסט פין די רמזים שטעלט זיך עס נישט אפ ביי מילה אין מידת היסוד עס גייט ווייטער ומכאן ריאה לענין די אלע טענות וועגן אכשיר דרא אז אמאל ווען מען האט גערעדט פין געוויסע נושאים האט עס נישט אוטאמאטיש געברענגט געוויסע מחשבות