בלאט 21 פון 38
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 11:06 pm
דורך מנשה לוסטיג
אינטערעסאנט ער פארלאנגט נישט קיין נאמבער שלאס אויפן הויזן זיפער.. און אוודאי ער זאל האבן די נאמבער..
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:21 am
דורך petergrifin
רבותי איך האב שוין יארן געבעטן!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:27 am
דורך נולד מאוחר
למדן האט געשריבן:מיין שאלה איז אזוי לאמיר זאגן אז אסאך זאכן וואס נחום זאגט איז אמת
אבער ער באשמוצט מער אומשילדיגע ווי שילדיגע
נאר וועס דען די איינציגסטע טענה וואס איך הער דא , אז ווי נישט ווי טוט ער מער אויף ווי נישט
כדאי צי מאכן אזא קלעים דארף מען האבן די ריכטיגע נומבערס
פון ווי ווייסט דער עולם ווער און וויפל פון נחום'ס קרבנות זענען שולדיג און אומשולדיג?
איך זאג קלאר איך ווייס נישט, איין זאך ווייס איך צוויי פון נחומ'ס האטליין ווייס איך פורסט/סעקינד הענד אז סאיז נישט אמת.
כ' מיין דיר נישט פערזענליך איך האב דיר נאר געוואלט מסביר זיין אז דאס איז פון דיין פוינט אף וויו אנדערע קענען קלערן אנדערש
פערזענדליך וואס עפעס?
די מיינסט עס ערענסט אד די ווייסט פירסט הענד.אומשילדיגע?
כמיין השקפה ראשונה איז מיין מהלך, דיין צד איז א חידוש. חוץ אויב די ווייסט טאקע צוויי אומשילדיגע און קיין איין שולדיגע.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:30 am
דורך נולד מאוחר
איך פרעגן די קשיא וואס מאנכע פרעגן אויף קרויס.
דער עולם טנעה'ט ער איז נחום איז א חזיר. ווי אזוי קען זיין אז קיינער איז נאך נישט געקןמען קלעימען אונס פיתי שוגג מיזד זכר נקיבה. גארנידט
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:45 am
דורך נארמאלער
ער חזערט נישט און 11211 , סאיז נישט זיינס גלייכען ער נאחומ'ט ארום מעבר לים
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 2:19 pm
דורך נולד מאוחר
נארמאלער האט געשריבן:ער חזערט נישט און 11211 , סאיז נישט זיינס גלייכען ער נאחומ'ט ארום מעבר לים
הרוצה לשקר ירחיק עדותו
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 2:20 pm
דורך זר זהב
הרוצה לחזר ירחיק זוניתו
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 2:43 pm
דורך נולד מאוחר
זר זהב האט געשריבן:הרוצה לחזר ירחיק זוניתו
בקירב בשר וריחק מקום?
אם רואה אדם יצרו מתגבר עליו ילבש שחורים וילך.. ..
נישט געפערליך אז ער טייטש אפ שחורים רוסישע קוטשמע און חלט.
עט ליעסט די חז''ל איז ער מקיים מיטן גאנצן הידר.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 3:15 pm
דורך געפילטע פיש
הרואה יצרו מתגבר עלין ילך למקום שאין מכירין אותו...
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 4:17 pm
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:הרואה יצרו מתגבר עלין ילך למקום שאין מכירין אותו...
איין תגובה ציריק האב איך דאס געשריבן. אויב מיינסטו צי מתקן מיין לשון דאן האסטט עס אויך נישט ריכטיג.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 6:30 pm
דורך געפילטע פיש
נישט באמערקט דיין תגובה, זיי מיר מוחל.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 6:38 pm
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:נישט באמערקט דיין תגובה, זיי מיר מוחל.
איך בין דיר מוחל אבער כ'וויל זאלסטו מיר מסביר פארוואס מיר וואלטן געשטאנען בעסער אן נחום ווי מיט?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 8:45 pm
דורך אוהב דעת
חברה לעבטס נישט אין קיין טעות, נחום איז clean from head to toe - דער DA האט עם קודם געוואלט אראפברענגען, זיי האבען די וועלטס געלט און ריסארסעס, זיי האבען גארנישט געקענט טרעפן, יעצט אז זיי האבען נישט קיין ברירה, זיי האבען געזען אז אונז זעמער בהמות אונז לאמער עם ארום טאנצען, נעמט ער קער פון אונז, ער האט אונז געגעבן א שענס פון איבער 20 יאר קער צונעמען פון אונזערע משוגעים...
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 11:23 pm
דורך איחוד פעלד
אויב נחום איז מזנה מיט פרויען אין אוקריינא ווי מענדלאוויטש זאגט, כל הכבוד, מיט גרויסע, אדרבה!!!!!!!
הגם איך ווייס נישט פארוואס אים שמעקט נישט די היגער זונות, אבער על טעם וריח אין להתווכח.
און אז מענדלאוויטש זאגט אזוי, מן הסתם איז עס אמת, פארוואס זאל ער עפעס אויפמאכען מעשיות אויף נחום סתם אזוי?? איז ער דען א שקרן??
די האקערס אויף נחום הערען נישט אויף מיט תירוצים אויף זיינע צען טויזענט רופערס,
א. זיי זענען בחורים. (סא וואט? דאס מיינט אז אז זיי גייען אלע ווערען אינגעלייט איין טאג!!).
ב. זיי זענען די זעלבע מענטשען וואס רופען אפאר מאל, ממילא האט ער פיל ווייניגער. (זאל זיין, האט ער די העלפט, אויך מער ווי עני אנדערע בשר ודגים וואס איז דא היינט צו טאג, וועלכע נאך מענטש האט פינעף טויזענט צוהערער אויף אידיש?? אפילו דער גרויסע סאטאמארע רבי אפילו ער רעדט צו אן עולם אזוי גרויס, הערען זיי אים נישט אויס...........).
ג. זיי זענען נישט אנהענגערס, זיי האבען סתם ליב זיין ניבול פה און ליצנות. (לכאורה מאכט עס נאר ערגער די מצב, כ'מיין, אנהענגערס איז איין זאך, אבער צעהן טויזענט אידען וואס האבען ליב ניבול פה....... איז דאך עס ממש עקבתא דמשיחא).
צום שלוס, נחום ראזענבערג איז דא, דערווייל פייפט אויף אלע, רעדט וואס ער וויל, און ... און .... דער עולם הערט אים אויס מיט דורשט...
איז וואס קען מען טוהן?
גארנישט, הערט אים אויך אויס און גיט א שמייכל.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 11:27 pm
דורך נולד מאוחר
נחום טוט אן עמעזינג דזשאב די חזירים ציטערן
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 12:30 am
דורך געפילטע פיש
נולד מאוחר האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:נישט באמערקט דיין תגובה, זיי מיר מוחל.
איך בין דיר מוחל אבער כ'וויל זאלסטו מיר מסביר פארוואס מיר וואלטן געשטאנען בעסער אן נחום ווי מיט?
ווי אין מיינע ווערטער זעסטו אז איך האלט אזוי?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 12:49 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:א באלעבאס האט געהאט מיט זיך א געטרייען בער, וואס האט אים פרובירט אפצוהיטן פון אלדאס בייזן. איין טאג האט דער באלעבאס געכאפט א דרימל אויף זיין בעט, און א פליגעלע איז ארומגעפלויגן אויף זיין נאז און געשטערט דעם רואיגן שלאף. דער בער האט נישט געקענט דאס צוקוקן, האט ער באשלאסן צו הרג'ענען דעם פליג. ער איז צוגעגאנגען מיט א רציחה, און געגעבן מיט זיינע לאפעס אזא מעכטיגן זעץ, אז דער באלבוס זיינער איז נסתלק געווארן אויף דער סעקונדע, ויצאה נשמתו בבום, אבער דער בער האט זיך נאכנישט בארואיגט, ער האט ווייטער געהאקט מיט אלע כוחות, זיכער צו מאכן מיט זיין "געטריישאפט" און מיט זיין "שכל" אז עס בלייבט נישט קיין שריד ופליט פון דעם פליג, תמחה את זכר הפליגעלע, אלזא האט ער געהאקט און געזעצט ווייטער אן רחמנות, און דער באלעבאס איז שוין געווען איין שטיק קאלוזשע בלוט מיט א געשפאלטענעם מח רח"ל, דער בעט אין וואס ער איז געשלאפן איז שוין געווען חרוב ונחרב, און אפילו דער ערד אונטער דעם בעט האט זיך שוין געוואקלט, די גאנצע שטאק האט זיך געשאקלט, די יסודות הבנין איינגעבראכן, וינועו אמות הסיפים, אבער דער בער - והוא בשלו. ער האקט ווייטער. און אך ורק "בלויז פארן טובה" פון זיין באלעבאס.
אין די מיען-טיים איז זיך צוזאמענגעלאפן א גרויסער עולם, וואס האבן געטראכט אפשר קען מען נאך עפעס העלפן, זיי קוקן צו מיט אנגסט, שאק און שוידער ווי עס ווערט א חורבן, אבער קיינער וואגט נישט צו גיין נאנט צו דעם צעווילדעוועטן בער, ס'איז דאך א סכנה פארן אייגן לעבן. האבן אלע פארבראכן מיט די הענט, און געשאלטן דעם בער, און געהאפט ער זאל אייננעמען א מפלה במהרה.
איז דארט געווען איין איד, א "נולד מאוחר", וואס האט זיך געדרייעט צווישן דעם עולם, וואס זענען געווען נולדי מקודמים, (אדער מלפניהם, יור טשויס...) און רופט זיך אן מיט א חכמה: איך פארשטיי נישט וואס ענק רעגן זיך אזוי? זענט עטץ מודה אז דא איז געווען א פליג? דארף מען פראטעקטן א בעה"ב מיט א געטריישאפט? ער מיינט דאך נאר דעם טובה אז פליגן זאלן זיך נישט דרייען דא!!
והנמשל מובן. אנשטאט בער, לייגט אריין א שלאנג, נח"ש. והמבין יבין.
דו הייבסט אן אינמיטן די מעשה, אין דעם שטאט ווי אונזער באלעבאס מיט'ן געטרייע בער האבן געוואוינט איז געווען א שרעקליכע צרה, געווען איז אין עק פון שטאט א נעסט מיט גיפטיגע פליגן, וואס א ביס פון זיי האט געמיינט יארן יסורים אין בעסטען פאל, און א שטייטע פיינפולע טויט אין ערגסטן פאל, די שטאטס מענטשען האבן נישט געוויסט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט דער מכה, די פריצים פון שטאט האבן אראפגערופן די גרעסטע ספעציאליסטן פון די גאנצע וועלט, מ'האט פראבירט מיט גיטן, מיט בייזן, מ'האט צוהאקט דעם נעסט, פארברענט, געשפריצט בליטש, ס'האט גארנישט געהאלפן, מ'האט גוזר תענית געוועזן, גערופן די וועלטס בארומטע עין הרע אויסלעשער, לשון הרע פארשפרעכער, חי רוטל, תהילים כולל, אפילו א מנין ביים כותל פערציג טעג ביי קופת העיר, אבער די גזירה האט נאך אלס געהאנגן העכער יעדעמס קאפ. מאמעס האבן געציטערט צו לאזן די קינדער גיין אין גאס, ווען מ'האט נאר געזען אדער געהערט א פלוג איז מען געגאנגען אין בונקער זיך באהאלטן, אבער הזבובים בשלהם, ס'האלט אין איין פאלן קרבנות ל"ע. פייוול די בעקער האט דערלייגט א זון, חייקל בעל העגלה האט א קינד וואס וויל נישט עסן, נישט טרונקען, נישט לעבן ל"ע, ר' פרץ די דיין אין אלטן שול האט זיין גלענצענדן בן יחיד'ל וואס האט געשמ'ט אלס עילוי אויך ליידער פארלוירן, ער איז אראפ פון זינען פון איין ביס, און ליידער ארויס לתרבות רעה.
דאס מאכט נישט קלענער דער פארלוסט פון אונזער בעל המעשה, די בער סוחר, אבער דאך שטילערהייט האט יעדער א שטיקל דאנקבארקייט פאר אונזער בער, וואס טאקע וויבאלד ער האט נישט קיין שכל, און האט געהארגעט זיין אייגענע באלעבאס, אבער דאך איז אין שטאט דא איין טויטליכע פלוג ווייניגער...
עד כאן קיבלתי המעשה.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:04 am
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:נישט באמערקט דיין תגובה, זיי מיר מוחל.
איך בין דיר מוחל אבער כ'וויל זאלסטו מיר מסביר פארוואס מיר וואלטן געשטאנען בעסער אן נחום ווי מיט?
ווי אין מיינע ווערטער זעסטו אז איך האלט אזוי?
רשע רוצח האב איך משמע געווען
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:08 am
דורך געפילטע פיש
רשע רוצח איז נישט קין סתירה מיט געשטאנען בעסער אדער נישט, א רשע און רוצח איז ער פאר'ן נישט גוט אויספארשען א מעשה פאר ער זאגט א נאמען אויפן האטליין. די בער איז פאקטיש א רוצח, ער האט געהארגעט אן אומשולדיגער מענטש, אבער פאקטיש האט ער קער גענומען פונעם פליג און די שטאט איז סעיפער מיט איין פליג ווייניגער.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:10 am
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:רשע רוצח איז נישט קין סתירה מיט געשטאנען בעסער אדער נישט, א רשע און רוצח איז ער פאר'ן נישט גוט אויספארשען א מעשה פאר ער זאגט א נאמען אויפן האטליין.
אקעי . ווייסטי פון א פאל וואס ער האט באשולדיגט אן אומשילדיגן מענטש אלץ רעזאלטאט פון נישט גוט אויספארשן?
איך פרעג סתם.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:17 am
דורך געפילטע פיש
ניין. איך האב עס געזאגט מיט די הנחה אז ס'איז אזוי, אזוי שמועסט מען, און אזוי האב איך געהערט פון באקאנטע, אז מ'קען עם פארקויפן לאקשען און ער טרונקט עס מיט דורשט, אפשר גאר א קלא דלא פסיק.
דו ווייסט אז ער פארשט יא אויס?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:24 am
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:ניין. איך האב עס געזאגט מיט די הנחה אז ס'איז אזוי, אזוי שמועסט מען, און אזוי האב איך געהערט פון באקאנטע, אז מ'קען עם פארקויפן לאקשען און ער טרונקט עס מיט דורשט, אפשר גאר א קלא דלא פסיק.
דו ווייסט אז ער פארשט יא אויס?
ניין. איך ווייס אז ער טוט א וויכטיגער ארבייט און אפי' סזאל ארויסקומען אביסעל שאדן דערפון איז עס נאך אלץ ווערט, אזוי ווי די פליג משל.
איך זע דער עולם אפי' דא און שטיבל שעלט, איך ווינדער מיר צי ס'איז ווייל ער לאכט פון רבנים וואס ציען מיטן פלייצע און טוען גארנישט איבער די פראבלעם,אדער איז טוט ער טאקע אזויפיל שאדן?
איך קען צוויי חזירים וואס ער האט פיין מסדר געווען זיי ציטירן.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 9:48 am
דורך איינער
קופערניקוס האט געשריבן:נעה, דיר זאגט ער אזוי, מיר עט ער נישט האבן די גאטס, לאמיר זעהן געפילטע זאל זיך וואגן?!
איך וועל מיך יא וואגן. אריינצומישען "היטלער", אפילו זייער לייכט, איז זייער נישט אויפן פלאץ, צוליב פארשטענדליכע סיבות.