בלאט 21 פון 21

נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 6:35 pm
דורך diff
סקוקט מיר אויס מוויל בעיקר די פרומע זאלן מאכן ביזנעס ווי אלע, רבינו האט אויך דאס געוואלט

ישראבלאף

נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:16 pm
דורך געוואלדיג
די ליצנות איז גרויס,
מען באריכטעט מיט די שארפסטע טערמינען אויף ערנסטע הפגנות קעגן ארעסטירן אומשולדיגע בחורי חמד וואס זייער איינציגע חטא איז לימוד התורה און נישט גיין אין מיליטער, אבער אביסל שפעטער אינעם רעפארט ווערט פארציילט לפי תומם וויאזוי זיי זענען געכאפט געווארן, אין א קאר פארנדיג פארוויילן ביי ים המלח.
http://m.ch10.co.il/news/397561/#.WeUAHp8pDqA

#_באפקעס...

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעצט איז דאך בין הזמנים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:52 pm
דורך קורקלענד
און אז מען כאפט זיך ארויס פון ביהמ''ד פאר א טאג צוויי מיינט עס אז מ'דארף אויפגעבן די גאנצע תורה?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:19 pm
דורך געוואלדיג
ריכטיג, אבער ווען מען ארעסטירט איינעם נעבן ים המלח איז זייער חטא נישט לימוד התורה, והבן.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 7:20 pm
דורך [NAMELESS]
אינטרעסאנט. זיי ווייסען אז ווען א בחור פארט כאפן א טבילה אין ים המלח איז א סימן אז ס'פעלט עם אין לימוד התורה...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 4:32 pm
דורך אישתישבי
https://www.yahoo.com/news/hardline-rel ... 12265.html

די קאמענטס דארט זענען געפערלעך, אונז זענען אזוי באשטינקען.

Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 1:54 am
דורך טרויבן88
http://m.ch10.co.il/news/398623/
די משטרה טויגט אויך...

C/P דער איד

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 8:48 am
דורך יאסל ראקאווער
רמלה – א ריכטער אין ציווילן בירגער-געריכט אין רמלה, מדינת ישראל, האט נעכטן ארויפגעלייגט א פרעצעדענטלאזן קנס פון 600,000 שקלים לטובת דעם חרד"ק יהודה גליקמאן, געוועזענער סגן מפקד ממ"ח – מדור בני הישיבות תל השומר, וואס האט גע'טענה'ט אז ער האט געליטן רדיפות אלס רעזולטאט פון אקטיוויטעטן דורך ערליכע עסקנים פון די ליטווישע קרייזן, און מיט דעם פרובירט דאס געריכט אפצושרעקן דעם ערליכן אידנטום אין דער מלחמה קעגן גזירת הגיוס.

נאך א דיון פון 10 שעה אין געריכט פאריגן דאנערשטאג וירא, איז נעכטן אווענט ארויסגעגעבן געווארן דער אורטייל אז דער חשוב'ער עסקן הרב יחיאל בלויא הי"ו, רעדאקטאר פון 'קו הגנה' טעלעפאן ליניע קעגן גזירת הגיוס, דארף באצאלן 100,000 שקלים פאר'ן פארשעמען דעם גליקמאן אויפ'ן טעלעפאן ליין, און די צוויי אנדערע חשוב'ע עסקנים - הרב שלמה פיין הי"ו, מנהל ת"ת נפש החיים עטה"ק און הרב יונה מערצבאך שליט"א, חבר הועדה להצלת עולם התורה - דארפן באצאלן יעדער באזונדער 200,000 שקלים פאר'ן פובליצירן דאס ביכל 'הציידים', וואו ס'איז פארעפנטליכט געווארן דער נאמען און די פרטים פונעם חרד"ק גליקמאן, אין צוגאב דארפן די עסקנים באצאלן נאך ארום 100,000 שקל פאר די אויסגאבן וואס ס'האט געקאסט פאר גליקמאן דער משפט און די לאיערס (ווידער פאר'ן עסקן הרב שלמה פיין הי"ו דארף גליקמאן באצאלן ארום 15,000 שקלים וויפיל ס'האט אים געקאסט דער לאיער).

דער ריכטער האט זיך פארלאזט אויף די עדות פון גליקמאן כמעט מיט פארמאכטע אויגן, און עס דראעט אצינד א גרויסע סכנה אז אויך די אלע איבער 50 נעמען וועלכע ווערן דערמאנט אינעם ביכל הציידים וועלן פאדערן די חשוב'ע עסקנים אייניגע סומעס.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 1:45 pm
דורך Gimpel
בעריש גראס לאנדאן צאלט עס

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 1:49 pm
דורך תנחום
סאטמאר וועט נישט נעמען קיין געלט פון די מדינה אבער וועלן געבן וויפיהל ס׳לאט זיך...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 2:28 pm
דורך Gimpel
די פלג נעמט פין מדינה