וואס קען מען שוין שרייבן פון א קיבארד? מען דרוקט סך הכל קנעפלעך און עס טייפט, ניין? טעות! קיבארדס פאר ענדרויד זענען שוין היינט שטארק פארגעשריטן. ביז א שטיק צייט צוריק האב איך נישט געגליכן גוגל'ס אייגענע קיבאורד, נאר גענוצט דריטע-פארטי קיבאורד'ס צוליב פארשידענע סיבות; אבער רוב פון די סיבות זענען לעצטנס מער נישט פעליג, גוגל האט מיט די לעצטע אפדעיט (ארום 2 וואכן צוריק) אריינגעלייגט שטארקע כוחות צו ברענגען די קיבאורד צו איינע פון די סאמע בעסטע קיבאורדס וואס איז נאר פארהאן אויף ענדרויד, און ס'בלייבט כמעט נישט איבער קיין אויסרייד פארוואס צו נוצן א צווייטע. כאטש עס פארבלייבט נאך פלאץ פאר תיקונים.
לאמיר אדורכגיין די בעסטע פונקציעס, רוב פון וועלכע איר האט מסתמא נישט געוואוסט.
יעדער איז געוויס באוואוסטזיניג צום פאקט אז מען קען "סווייפן", סיי ענגליש און סיי אידיש/לשה"ק. רוב מאל דארף מען ניטעמאל ענדיגן דאס גאנצע ווארט! כידוע טוט דאס שטארק פארגרינגערן און פארשנעלערן דאס טייפן. בפרט מיטן אויטא-קארעקט וואס העלפט ארויס מתקן זיין די טעויות הדפוס (חוץ ווען נישט..) ביז די לעצטע אפדעיט פלעגט גוגל אונטערשטרייכן א רויטע ליניע אונטער א נייע אומבאקאנטע ווארט, און מען האט דאס געקענט מעניועלי צולייגן צום "יוזער דיקשאנערי" צו סעיוון פאר קומענדיגע מאל. מיטן לעצטיגן אפדעיט וועט גוגל זיך אליינס לערנען די ווערטער שטילערהייט אין די בעקגראונד, אן מוזן דרוקן "add to dictionary". פארשטייט זיך אז מען קען אלעמאל אראפנעמען א נישט-ריכטיג ווארט וואס איז בטעות אריינגעפאלן. א נייע גרינגע וועג צו פארמעקן אן אומריכטיג געסעיווטע ווארט, איז לאנג-פרעס (האלט אן לאנג) דעם אומריכטיגן ווארט, און שלעפ עס ארויס פון די ליסטע, און עס וועט אריינפאלן אין שאול תחתית.
ביז היינט, אויב האט איר געשריבן א נייע ווארט און דער אויטא קארעקט האט עס געטוישט צו עפעס אומפאסיג, האט איר געקענט דרוקן "בעקספעיס" און גוגל האט כאילו 'חרטה געהאט' פון זיין תיקון און צוריקגעלייגט וואס איר האט געטייפט. אבער דאס האט געארבעט נאר תוך כדי דיבור; אויב האט איר שוין געדרוקט נאך א אות נאכדעם, איז געווען פארפאלן. דער אריגינעלער ווארט איז פארשוואונדן במקום אשר לא יזכרו ולא יפקדו. מיטן נייעם אפדעיט, קענט איר סיי ווען אימער קליקן אויף די 'פארראכטענע' ווארט צוריקצוברענגען אייער אריגינעלע ווארט, עס וועט ערשיינען צווישן די ליסטע פון תיקונים. דאס איז א געוואלדיגע תיקון וואס איז געווען (עכ"פ ביי מיר) איינע פון גוגל קיבאורד'ס גרעסטע חסרונות.
דער יוזער דיקשאנערי – ד.ה. די אלע ווערטער וואס דער גוגל קיבאורד לערנט זיך צו מיט דער צייט, ווערט געסעיווט אין א פייל. גוגל האט אצינד צוגעלייגט דעם אפציע "סינק עקראס דעווייסעס". דהיינו, אויב האט איר עטליכע טעלעפאנען, טאבלעטן, אדער קויפט איר א נייעם פאון, מוז מען נישט גיין איבערלייגן די אלע ווערטער פון דאסניי, נאר די דיקשאנערי ווערט כמו- יוניווערסל פאר אלע דעווייסעס אונטער דיין אקאונט.
001.jpg
נאך א געוואלדיגע מעלה איז צוגעקומען אז מען קען רוקן דעם קארסור דורכ'ן ספעיסבאר, און לאמיך עקספלעינען. איינע פון די גרעסטע ציין ווייטאג בשעת'ן טייפן אויף א סקרין, איז צו קענען אנשטעלן דעם קארסור גענוי אויף א געוויסן פלאץ. צב"ש איר האט געוואלט שרייבן דעם ווארט "ראובן", און בטעות געשריבן "רובן", יעצט ווילט איר צולייגן דעם א' צווישן דעם ר' אונעם ו'. פרוביר אהינצושטעלן דעם קארסור, גוד לאק! קענסט קליקן אבער דער קארסור (מלשון curse) איז לכאורה פארשאלטן געווארן נאך מששת ימי בראשית אז ער וועט שטענדיג גיין מיט עטליכע אותיות אפגערוקט רעכטס אדער לינקס, איבעראל נאר נישט ווי מען ברויך. קראכן זאלסטו! אצינד האט גוגל געמאכט א פונקציע אז מען קען סווייפן אויפן ספעיס-באר, אויב סוויפסטו רעכטס, וועט זיך דער קארסור מיטרוקן רעכטס; וכן לינקס. עס איז געוואלדיגע הילף בשעת מען איז אין טראבל מיט דעם קארסע"ר און די געדולד האלט אט אט ביים פלאצן.
וואס טוט זיך אויב איר ווילט טייפן אפאר אותיות אין קעפס? למשל NY? קענט איר סווייפן פונעם SHIFT קנעפל ביז דעם אות, און דער אות ערשיינט בגדול.
ווילסט אויסמעקן מערערע ווערטער? סווייפ פונעם X, דער DEL קנעפל.
נאך א חידוש אין די נייע אפדעיט איז אז איז פאראן די אפציע צו האבן קליינע סימבאלן העכער יעדע אות, וואס מען קען נוצן דורך לאנג-דרוקן דעם קנעפל (א זאך וואס רוב אנדערע קיבאורדס האבן שוין געהאט יארן). זעה בילד.
002.jpg
גוגל'ס קיבארד פארמאגט נאך נישט קיין עקסטערע רייע אויבן פאר נומבערס – א זאך וואס אנדערע האבן שוין יא – אבער ביי געוויסע פלעצער וועט יא ערשיינען א באזונדערע רייע מיט נומערן – ווי למשל אויב דארפסטו ערגעץ ענטערן א פעסווארד. עס איז א שטיקל פליאה פאר מיר. זייער אסאך טינט איז שוין פארגאסן געווארן איבער דעם פראבלעם.
גוגל האט אויך צוגעלייגט מערערע THEMES, און איר קענט זיך אויסוועלן וועלכע קאליר איר גלייכט. ווי אויך צי איר ווילט בארדערס ארום יעדן קנעפל אדער ליבערשט בארדערלעסס. אויב ווילט איר נאך מער, קענט איר לייגן אייער אייגענע בילד פאר די בעקגראונד.
#יאכלו ענוים