בלאט 21 פון 29

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:06 am
דורך סאנטיאגא
איינער האט די ארגינעלע מקור פון דעם ניגון? כ'קען נישט זעהן ר' יו"ט זאל דאס האבן פארפאסט, אוממעגליך. צוויי סברות. ערשטנס
ער איז נישט גענוג מוזיקאליש געווען צו קענען מאכן אזא אויסגעבויטע מעלאדיע ער איז דוקא געווען שלעכט אין pitch, און צווייטנס די pre chorus (די פאל וואס פירט אריין צום פזמון) איז זייער נישט אידיש
https://youtu.be/3tgiWMkFNuE

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2020 7:56 am
דורך טאמבל סאס
ברוך שכונת. כ'האב שוין לאנג געטראכט אזוי, אויף דעם ספעציפישן ניגון (מיין פעיוואריט אגב). די ווערטער פון די פיזמון גייען עפעס אזוי: א טובה טאהן א אידן, איז די בעסטע זאך. איי מאכן אים צופרידן, קען דאך אויפטאהן גאר אסאך... (דא קומט די שטיקל וואס איז די מערסט קונצליך) אים גיבן א הנאה'עלע טא די דא די דא, אים צו גיבן א הלוואה'לע טא רי רא רא רא רא...

אבער די 'פריטשערס צו די קאווייער' און 'זעלבסט בויך פאטשעריי' אטיטוד אין דער מעמד צו וואס דו לינקסט, גלייך איך נישט. ס'געט מיר די creeps.

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:07 pm
דורך מפיל קינד
דער אריינפיר קומט אויך פון ר' יו"ט?

די ניגון אליין ציט מיר נישט קיין סאך. און איך קען יא זען ר' יו"ט זאל דאס האבן פארפאסט. ער האט אסאך גאר ענליכע ניגונים, געבויט אויפן זעלבן מהלך. ווי איך האב געווארט און געווארט, שבת שבת קודש קומט דאך אויף דער וועלט, און אפי' יאקאב איז אויף דעם שניט.

ר' יו"ט אליין האט נישט פארפאסט אלע זיינע ניגונים, כ'מיין אז רוב ניגונים זענען פרעמדע און א חלק אייגענע.

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:44 pm
דורך טאמבל סאס
מפיל קינד האט געשריבן:דער אריינפיר קומט אויך פון ר' יו"ט?

די ניגון אליין ציט מיר נישט קיין סאך. און איך קען יא זען ר' יו"ט זאל דאס האבן פארפאסט. ער האט אסאך גאר ענליכע ניגונים, געבויט אויפן זעלבן מהלך. ווי איך האב געווארט און געווארט, שבת שבת קודש קומט דאך אויף דער וועלט, און אפי' יאקאב איז אויף דעם שניט.

.

אין הכי נמי, אפשר האט ער דעי אויך נישט פראפאסט?

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:55 pm
דורך הדסים
מען האט שוין גערעדט דא פון די ניגונים, איך האב געווארט האט מען געברענגט אויבן א ניגון (מיר האט זיך עס נישט געהערט די זעלבע, איך בין נישט קיין עקספערט אין נגינה). יאקאב איז צוזאמגעשטעלט, נאר די לעבעדיגע חלק (וואס ענדיגט מיט "יאקאב") איז ניי.

נשלח: פרייטאג יולי 03, 2020 7:54 pm
דורך דוראק
וואו איז די אָריגינאַלע ליד פון ר' יום־טוב?

נשלח: מוצ"ש יולי 04, 2020 10:50 pm
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאס האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:דער אריינפיר קומט אויך פון ר' יו"ט?

די ניגון אליין ציט מיר נישט קיין סאך. און איך קען יא זען ר' יו"ט זאל דאס האבן פארפאסט. ער האט אסאך גאר ענליכע ניגונים, געבויט אויפן זעלבן מהלך. ווי איך האב געווארט און געווארט, שבת שבת קודש קומט דאך אויף דער וועלט, און אפי' יאקאב איז אויף דעם שניט.

.

אין הכי נמי, אפשר האט ער דעי אויך נישט פראפאסט?

טאמבל סאס: ס'זעהט אויס אז דו האסט איהם נישט געקענט. (מסתמא היית איש זקן או אישה זקנה בגילגול אחר). ווייל איך האב איהם געקענט פערזענליך. און איך בין איהם נישט חושד אז ער האט פלאגיאירט די ניגונים.(גענוצט און נישט געגעבן קרעדיט פאר'ן מחבר.)

נשלח: זונטאג יולי 05, 2020 12:33 am
דורך מפיל קינד
הדסים האט געשריבן:מען האט שוין גערעדט דא פון די ניגונים, איך האב געווארט האט מען געברענגט אויבן א ניגון (מיר האט זיך עס נישט געהערט די זעלבע, איך בין נישט קיין עקספערט אין נגינה). יאקאב איז צוזאמגעשטעלט, נאר די לעבעדיגע חלק (וואס ענדיגט מיט "יאקאב") איז ניי.

יאקאב האט ר' יו"ט אליין פארפאסט, די לעבעדיגע חלק קומט פון ר' יעקב פאטאש - דער עכטער יאקאב.

נשלח: זונטאג יולי 05, 2020 12:34 am
דורך מפיל קינד
berlbalaguleh האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:דער אריינפיר קומט אויך פון ר' יו"ט?

די ניגון אליין ציט מיר נישט קיין סאך. און איך קען יא זען ר' יו"ט זאל דאס האבן פארפאסט. ער האט אסאך גאר ענליכע ניגונים, געבויט אויפן זעלבן מהלך. ווי איך האב געווארט און געווארט, שבת שבת קודש קומט דאך אויף דער וועלט, און אפי' יאקאב איז אויף דעם שניט.

.

אין הכי נמי, אפשר האט ער דעי אויך נישט פראפאסט?

טאמבל סאס: ס'זעהט אויס אז דו האסט איהם נישט געקענט. (מסתמא היית איש זקן או אישה זקנה בגילגול אחר). ווייל איך האב איהם געקענט פערזענליך. און איך בין איהם נישט חושד אז ער האט פלאגיאירט די ניגונים.(גענוצט און נישט געגעבן קרעדיט פאר'ן מחבר.)

ער האט געהעריג גענוצט וועלט'ס ניגונים. ער פלעגט עמטליך אזוי טון. רוב ניגונים איז געווען פשוטע פאלקס ניגונים פארן קריג, און א גרויסער טייל פון זיי האבן געהאט גויאישע מקורות. דאס הייסט נישט פלאגיאירט.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 11:41 am
דורך שבת אחים
ניגון רוז'ין - רבי שלמה קרליבך
https://www.youtube.com/watch?v=BziayMHPYAo

די ניגון שטאמט נאך פון די צייטן פון הרה״ק ר׳ ישראל רוזינער זצ״ל???

כהאכ מיך לעצטענס אנגעטשעפעט אין די ניגון און איך בין געווארן ממש עדיקטעט צו דעם.

הייבטס אן די קליפ ביי 1:18 איין שטיק דביקות!!!

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 3:01 pm
דורך [NAMELESS]
דער ניגון ווערט געזינגען אין א סך חסידישע מקומות, מיט שינויים (זייער פאפולער אויף לכה דודי). דאכצעמער אין בעלזא איז דאס פון די תמניא אפי חנוכה. אנדערע האבן דאס מקובל פון בית מדרשו של הבעש"ט.

אויף ווי ווייט איך ווייס איז דאס נישט מקובל אלץ א "רוזינע ניגון" אפילו אין די רוזינע הויפן. שלמה קרליבך האט זיך געדרייט אין וויען ביי די רוזינע רבי'ס און ווארשיינליך דארט צום ערשטן מאל געהערט דעם ניגון, איז דאס שוין פארבליבן ביי איהם אלץ "ניגון רוזין".

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 8:01 pm
דורך ישעיה
דאס האט דאך שלוימעלע (פון זושא שמעלצער) געזונגען אין די באקס וואס האט אים ארויפגעשלעפט... בררר.....

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 8:09 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שבת אחים האט געשריבן:כהאכ מיך לעצטענס אנגעטשעפעט אין די ניגון און איך בין געווארן ממש עדיקטעט צו דעם.

דא האסטו א שעה צייט נאר דעם ניגון...

https://www.youtube.com/watch?v=mqxvtn9QE2g

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 10:15 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: אזא דביקות און תענוג רוחני שפירט מען נישט נאר ביי אן אריגינאלן ניגון ווי דער...!

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2020 7:32 pm
דורך סאנטיאגא
הדסים האט געשריבן:מען האט שוין גערעדט דא פון די ניגונים, איך האב געווארט האט מען געברענגט אויבן א ניגון (מיר האט זיך עס נישט געהערט די זעלבע, איך בין נישט קיין עקספערט אין נגינה). יאקאב איז צוזאמגעשטעלט, נאר די לעבעדיגע חלק (וואס ענדיגט מיט "יאקאב") איז ניי.

איך האב געווארט איז קלאר א גניבה, ס'קומט ארגינעל פון א רוסישער אַפערא זינגער מיטן נאמען "קאנסענטענטין פלוזניקאוו" ער האט עס אביסל פארדרייט אז ס'זאל נישט זיין אזוי אבוויעס די מעלעדי, אזוי ווי מרדכי האט געטוהן מיט "ווי גליקליך איז דער" און "בלאז דעם שופר.." אבער די קארדס איז דארט, א ניגון קען מען נאך באבערן אבער קארדס איז שוין נישט אזוי גרינג...

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2020 7:34 pm
דורך סאנטיאגא
טאמבל סאס האט געשריבן:אבער די 'פריטשערס צו די קאווייער' און 'זעלבסט בויך פאטשעריי' אטיטוד אין דער מעמד צו וואס דו לינקסט, גלייך איך נישט. ס'געט מיר די creeps.

כ'פארשטיי נישט קיין מילה וואס דו רעדסט

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2020 7:37 pm
דורך סאנטיאגא
הדסים האט געשריבן:מען האט שוין גערעדט דא פון די ניגונים, איך האב געווארט האט מען געברענגט אויבן א ניגון (מיר האט זיך עס נישט געהערט די זעלבע, איך בין נישט קיין עקספערט אין נגינה). יאקאב איז צוזאמגעשטעלט, נאר די לעבעדיגע חלק (וואס ענדיגט מיט "יאקאב") איז ניי.

די ניגון וואס איך האב צוגעברענגט איז דא אן ארגינעלע? כ'בין אביסל פויל צוריקצומישן אלע בלעטער מ'וועט נאך אנקומען

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2020 7:55 pm
דורך סאנטיאגא
מפיל קינד האט געשריבן:דער אריינפיר קומט אויך פון ר' יו"ט?

די ניגון אליין ציט מיר נישט קיין סאך. און איך קען יא זען ר' יו"ט זאל דאס האבן פארפאסט. ער האט אסאך גאר ענליכע ניגונים, געבויט אויפן זעלבן מהלך. ווי איך האב געווארט און געווארט, שבת שבת קודש קומט דאך אויף דער וועלט, און אפי' יאקאב איז אויף דעם שניט.

ר' יו"ט אליין האט נישט פארפאסט אלע זיינע ניגונים, כ'מיין אז רוב ניגונים זענען פרעמדע און א חלק אייגענע.

הער מיך אויס, דערווייל האלט אין איין אפירקומען זאכן וואס ער האט בכלל נישט געמאכט און דער המון שווערט זיך אין די היימישקייט און ערליכקייט דערפון אזוי ווי דער כל נדרי ליד וואס יעדער אשכנזישער איד עכ''פ קען, און ס'איז נישט זיינס, עגעין איך בין נישט געוואקסן אויף זיינע זאכן, אבער איך צווייפל שטארק ווי מוזיקאליש דער איד איז געווען, א פיינער poet דאס יא. מיין טעאריע איז אז ער האט קיין איינס נישט געמאכט ס'איז נאר נישט געווען קיין יוטוב אין יענע צייטן איז עס לכתחילה אריבער...

כ'גלייב נישט מרדכי ווערדיגער וואלט גענומען א ניגון וואס איז אין 1979 אריינגעוועלט געווארן פערדע צו די געווינער פון Eurovision די ניגון אידן אידן - וואלט ער געוויסט אז ס'וועט קומען א טאג וואס יעדער וועט קענען טרעפן דעם מקור אונטער 10 סעקונדעס...

און אפילו אויב האט ער יא געמאכט אייגנס איז ער געווען בעאיינפלוסט פון רוסישע מארשן און טענץ פון די דארטיגע בארס. נאך אזויפיל ווי די היינטיגע מחברים זענען פון אמעריקען פאפ

נשלח: מוצ"ש יולי 11, 2020 10:35 pm
דורך berlbalaguleh
סאנטיאגא: דערצייל מיר נישט קיין מעשיות אז מרדכי (בן דויד) ווערדיגער, בשעת ער האט אריינגעלייגט די ליריקס ..."אידן"... אין דעם פאפולערן סאנג פון דייטשלאנד האט נישט געוואוסט פון וואו דער ניגון קומט.

נאר ס'פאסט זייער גוט אריין. און ס'איז אינספירירענד...!

דאס ווייזט איין זאך. אז א ניגון. פון סיי וואו ס'קומט האט אין זיך א חלק הרוחני. וועלכע קען מעורר זיין די נשמה פון א מענטש. (איד אדער גוי).

איך בין אינספייערד פון א פאפולערן (גוי'אישן) סאנג. געזונגען דורך דזשאן דענווער..."קאנטרי ראודס"...! ווייל די ליריקס זענען זייער שטארק נאסטאלגיש. און ס'רעדט פון דעם פשוט'ן לעבן. אזוי ווי א סאך "קאנטרי מיוזיק" סאנגס...!

אין אידישע ניגונים, בין איך שטארק אינספייערד פון ניגון..."אילן, אילן"...איך האלט אז דאס איז איינס פון די שענסטע און טיעפסטע פאעטרי. וואס דער מקור איז דאך אין די גמרא...!

נשלח: זונטאג יולי 12, 2020 12:28 am
דורך שבת אחים
ריכטיג האט געשריבן:דער ניגון ווערט געזינגען אין א סך חסידישע מקומות, מיט שינויים (זייער פאפולער אויף לכה דודי). דאכצעמער אין בעלזא איז דאס פון די תמניא אפי חנוכה. אנדערע האבן דאס מקובל פון בית מדרשו של הבעש"ט.

אויף ווי ווייט איך ווייס איז דאס נישט מקובל אלץ א "רוזינע ניגון" אפילו אין די רוזינע הויפן. שלמה קרליבך האט זיך געדרייט אין וויען ביי די רוזינע רבי'ס און ווארשיינליך דארט צום ערשטן מאל געהערט דעם ניגון, איז דאס שוין פארבליבן ביי איהם אלץ "ניגון רוזין".


וועלכע רוזינער רבי׳ס האבן געוואוינט אין וויען? נאכן קריג???

נשלח: זונטאג יולי 12, 2020 2:35 am
דורך [NAMELESS]
צווישן די צוויי מלחמות האבן א כמעט אלע רוזינע רבי'ס געוואוינט אין וויען (אויס מורא פון די רוסן וואס האבן נאך געהאט חשבון מיט זיי, אזוי הייסט עס עכ"פ). שלמה קרליבך'ס פאטער האט א שטיק צייט געדינט אלץ רב אין וויענער אומגעגענט, און זיינע קינדער האבן דארט זיך געדרייט ביי רביים.

נשלח: זונטאג יולי 12, 2020 11:54 am
דורך שבת אחים
ריכטיג האט געשריבן:צווישן די צוויי מלחמות האבן א כמעט אלע רוזינע רבי'ס געוואוינט אין וויען (אויס מורא פון די רוסן וואס האבן נאך געהאט חשבון מיט זיי, אזוי הייסט עס עכ"פ). שלמה קרליבך'ס פאטער האט א שטיק צייט געדינט אלץ רב אין וויענער אומגעגענט, און זיינע קינדער האבן דארט זיך געדרייט ביי רביים.


איך באוואונדער אייער ידענות! נישט קיין חילוק פון וואס מ׳רעדט זענט איר אינדערהיים... איך קען נאר בעיקר די היסטאריע פון וויזניץ און ניטאמאל אלע דיטעילעס. איך דארף נאך אסאך ליינען צו וויסן אלעס פון די גזע פון קאסוב-וויזניץ.

נשלח: זונטאג יולי 12, 2020 1:07 pm
דורך איך אויך
נעוואדע, שלמה'לעס וועלטס באקאנטע 'משה'לע גוט שבת' ניגון האט ער דאך אויך געהערט אין ווין ווי ער פארציילט אליינס באריכות.