שרייבען האט געשריבן:
מיט די חלק פון סעלף לאוו, פון ווי נעמסטו אז אונזער קאמיוניטי איז מער געשלאגן ווי אנדערע?
פון די וואס ווייסען.
דאס איז אויך זייער פשוט, ווי מער סטריקט מ'איז, אלס שווערער איז צו פילן סעלוו לאוו (פארשטייסט אז איינער פון לב טהור האט ווייניגער סעלף לאוו). דאס מיינט נאך נישט אז מ'קען נישט האבן סעלף לאוו ווען מ'האט ריסטריקשאנס, דרכיה דרכי נועם. וואס דען, קוק אריין אין די תורה וועסטו זעהן שטייט זייער אסאך מאל, אז דער אייבערשטער וויל פון אונז איז צו אים דינען מתוך אהבה. מיין אהבה צו גאט איז אזוי שטארק אז
איך וויל עפעס טוהן פאר אים, אדער איך פארשטיי אז אויב איך טוה די עבירה גייט קראנק ווערן מיין נשמה, ממילא
וויל איך עס נישט טוהן .
ליידער אסאך פון אונזערע עלטערען האבן נישט מחנך געווען די קינדער אויף די וועג, נאר מיט מער א געצווינגענע מהלך,
למשל אז דיין בחור וויל נישט אויף בלייבן אויף תיקון ליל שבועות, וועלן רוב טאטעס געבן א פסק פארן קינד, דו שעמסט זיך נישט, א חסידישע בחור שלאפט שבועות, ווי איז דאס געהערט געווארן, אפילו דעי ליידיגייער איז געווען אין שוהל, וואס וועט שוין אויסוואקסן פון דיר וכו'.
פארשטייסט אז ער הרג'עט יעצט זיין סעלף לאוו?
איך האב געזאגט פאר מיין זוהן, איך פארשטיי דו ביסט זייער מיד, גיי שלאפן, דער אייבערשטער איז נישט אזוי שלעכט, ס'איז נאר א מנהג, אנשטאט דעם דערצייל אז ס'שטייט גרויסע זאכן מיטן אויפבלייבן לערנען שבועות ביינאכט,
אזוי מיט יעדע זאך, די יודישקייט טאהר נישט זיין א סתירה מיט סעלף לאוו, דאס מיינט אויך נישט אז מ'דארף לאזן די קינדער טוהן וואס מ'וויל, אבער מ'דארף קודם וויסן וואס איז הלכה, א חומרה, א מנהג, וכו'
שנית, די פעיר פרעשור וואס הערשט אין אונזער קאמיוניטי איז א שטארקע שטער צו סעלף לאוו, אויך די לעבנס שטייגער ספעציעל אין די שטאט,
טראכט אריין וויפיל מאל שפּילט א בחור באל, וויפיל מאל גייט ער שווימען, גייט אויף וויקאציע איינמאל א יאר, אין יעדע קאלידזש גיט מען די סארט זאכן.
ווען א בחור קומט צו שידוכים וועט ער געווענטליך נישט האבן די ברירה וועלכער מין לעבנס שטייגער ער וויל לעבן, איך רעד נאר פון תורה'דיגן, פרומער מער בעל-בתיש וכו' ער קען נאר מתפלל זיין אז זי זאל זיין אויף די זעלבע פעידש.
די זעלבע מיט צניעות. אויב ווייסט זיין טאטע ווער זיין צדיק'ל איז, וועט ער קען זיין יא אויסקלויבן א מיידעל וואס טוט זיך אהן שיין, אפי' ס'איז נישט לױט וויאזוי די משפחה גייט אנגעטאן, וואס טוט זיך אויב די בחור בלאפט, וועט ער מוזן שלום מאכן מיט די מצב, פארוואס?? וואס הייסט, אזוי איז עס..
אוי וויי איין רגע איך בין פארפארן, וואס איז נאר געווען דיין שאלה