בלאט 21 פון 21

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 7:40 pm
דורך שמעקעדיג
ייש"כ קעלנער!
ייש"כ קאפקעלע פארן בעטן! און פארן בעטן שיין!

עס וואלט געדארפט זיין א מאקסימום וויפיל פיקסעלס יעדע בילד קען צייגן אויפן בלאט (אין דער ברייט), צוליב וואס פיל מאל איז עס אזוי ברייט אז אלעס אנדערש ווערט פארקלענערט און די טעקסט כמעט אומלעזבאר, בפרט אויף די פיצינקע סקרינ'ס פון סעלפאנ'ס. דהיינו, אויב לאדענסטו ארויף גאר א ברייט בילד, זאל עס צייגן נאר א חלק, און ווען מען קליקט אויפן בילד זאל זיך עס לשעה פארגרעסערן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 3:31 pm
דורך קעלנער
אויב איר פילט אז די סייט ארבעט היבש שנעלער ווי ביז היינט איז עס נישט קיין פאנטאזיע. מיר זענען אריבער צו א שנעלערן סערווער.

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 3:38 pm
דורך אפטעמיסט
זיך טאקע געוואונדערט. נעכטן באמערקט אז ס'איז עפעס גאר שנעל. ווי לאנג גייט עס שוין אן?

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 3:45 pm
דורך קעלנער
נעכטן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 4:04 pm
דורך Ben-Shishim
קעלנער האט געשריבן:אויב איר פילט אז די סייט ארבעט היבש שנעלער ווי ביז היינט איז עס נישט קיין פאנטאזיע. מיר זענען אריבער צו א שנעלערן סערווער.


Yes , the speed has greatly improved. Thanks

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:14 pm
דורך ראשעקאל
איך זעה אז די vimeo ווידיאוס וואס מ'קען ארויפלייגן זייער גרינג דורך טעפעטאק ווערן יעצט אטאמאטיש עמבעדעד!!

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 1:14 pm
דורך געוואלדיג
איך האב באמערקט אז עס איז שוין פאראכטן געווארן די פראבלעם אז פון פעידזש 1 האט מען נישט געקענט דרוקן צו וועלכע פעידזש מען האט געוואלט נאר דורך דרוקן נעקסט, מען קען שוין צוריק געהעריג גיין צו וועלכע פעידזש מען וויל פון די ערשטע, א דאנק.

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 11:28 am
דורך קאפיטאן
קאווע שטיבל וועט זיין פארשפארט ]פאר צייטווייליג היינט מיטאג פון 12:30 נאכמיטאג פאר בערך א האלבע שעה, צוליב א טעכנישע אפדעיט.
מיט אנטשולדיגונג.

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 11:29 am
דורך קאפיטאן
קאווע שטיבל וועט זיין פארשפארט פאר צייטווייליג היינט מיטאג פון 12:30 נאכמיטאג פאר בערך א האלבע שעה, צוליב א טעכנישע אפדעיט.
מיט אנטשולדיגונג.

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 11:57 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
דא ערגעץ ווי מקען אויפ פיקען oxygen פאר דער האלבע שעה