בלאט 21 פון 50

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 9:36 pm
דורך קינות גירושין
זייער גוט אונזער תורות ווערן פארשפרייט בחוצה, לאמער זיי מחזק זיין זאלען זיי טאן כרצונם הטוב, ווי אזוי זיי פילן סאיז בעסט פאר זיי

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 9:51 pm
דורך פישלע העררינג
אויב א מאמענט שרייבער באקומט באצאלט פאר זיין שרייב ארבעט, איז עס נישט עטיש צו בארגן פון שטיבל וואס א צווייטע האט געשריבן, ואיך אדם עושה סחורה בפרתו של חברו.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 9:56 pm
דורך אליצפן
יאיר האט געשריבן:
אליצפן האט געשריבן:מאמענט שרייבער זענען סיריעל פלעגאריזירער.
איך האב זיי שוין אסאך מאל געכאפט נאכשרייבן גאנצע שטיקער פון אנדערע ביכער און אויסגאבעס.
דא האב איך געשריבן ווי ווי זיי האבן נאכקאפירט א גאנצע ארטיקל פון דעיל קארנעגי'ס ביכל.
איי געס ס'נישט גרינג צו מאכן וואך איין וואך אויס א גאנצע אויסגאבע פון פרישע חומר..

טרעף מיר איין אידישער שרייבער וואס קאפירט נישט גאנצע שטיקער פון אנדערע ערטער.

דער שרייבער דארט באטיטול'ט זיך אלס א LMHC וואס מיינט אז ער האט גראדואירט קאלעדזש, און ער וואלט געמעגט וויסן בעסער ווי פלאגאזירן איינס פון די מערסטע באקאנטע בוכער אין דער וועלט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:23 pm
דורך פליקער
אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט באמערקט ווי די מאמענט האט קאפירט מיין ארטיקל גירוש וויליאמסבורג כמעט ווארט פאר ווארט, און זייער דירות אפטיילונג בערך סוכות צייט, איך קען נישט זאגן אז עס שטערט מיך, אבער זיי מעיגן וועין געיבן א HT פאר פליקער פון ק"ש פאר די אינפארמאציע.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:14 am
דורך יאיר
שמעקעדיג האט געשריבן:די מאטעמאטיק ארטיקל 2 וואכן צוריק איז געווען כמעט גענוי ווי יאיר'ס אשכול.

דאס איז באמת נישט אזא גרויסע טענה, ווייל יעדע מאטעמאטיק טעקסט בוך הייבט אן בערך די זעלבע. אזוי לאנג ווי יענער האט נישט גענוצט מיין עלעוועיטער וואס איך האב געבויט מיט שווייס און בלוט קען מען נישט עכט אנווייזן מיט די פינגער און זאגן אז יענער שרייבער האט עס פלאגיאיזירט דוקא פון מיר.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:14 am
דורך יאיר
פליקער האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט באמערקט ווי די מאמענט האט קאפירט מיין ארטיקל גירוש וויליאמסבורג כמעט ווארט פאר ווארט, און זייער דירות אפטיילונג בערך סוכות צייט, איך קען נישט זאגן אז עס שטערט מיך, אבער זיי מעיגן וועין געיבן א HT פאר פליקער פון ק"ש פאר די אינפארמאציע.

איך מיין דו האסט עס טאקע דערמאנט אין דעם מאמענט אשכול.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 6:13 pm
דורך איחוד פעלד
hasidic (@hasidic1) tweeted at 4:38 PM on Wed, Dec 03, 2014:
‏שאקינג
מאמענט שרייבערלעך שרייבען אויך אויף קאווע שטיבעל
גאנטצע פערעגרעפס געשריבען ווארט ביי ווארט אויף ביידע פלעצער
http://t.co/YcqiTRbiFW
(https://twitter.com/hasidic1/status/540258818345947136)

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 6:42 pm
דורך מאטי
דער וואס ווייסט רעדט נישט דער וואס רעדט ווייסט נישט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 6:48 pm
דורך פישלע העררינג
איך וואלט געזאגט אז זיי שרייבן דא קודם, טעסטן די וואסערן, הערן וואס דער עולם קאמענטירט, און נאכדעם ארבעט מען עס איבער פאר דער מאמענט. בעצם איז עס דער זעלבע מאן דאמר. תנא בתרא היינו תנא קמא.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 7:29 pm
דורך בשבילי!
אויפן קאווער זע איך אז זיי האבן אן אויבערוויו מיט איינעם שטויבער ''צום ערשטן מאל''. סתם שקר
איך געדענק ליינען א שמועס מיט אים אין איינע פון די מאגאזינען ערגעץ וואו אין די לעצטע צוויי יאר.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 7:43 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז געוועהן אין המודיע. מסתמא מיינען זיי צו זאגן אז ס'איז די ערשטע מאל אין אידיש.
(אבער ס'האט עכט נישט צוטוהן מיט דעם אשכול)

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 8:21 pm
דורך בשבילי!
ניין אין אידיש, נישט אין המודיע. אפשר אין בליץ

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 3:08 pm
דורך שמעקעדיג
אויף אייוועלט:
עס קורסירט א שמועה אז די מאמענט שרייבער ציטירן נאך עד היום ציטאטען פון אויפגעקלערטע שרייבער אויף די געוועב,
עס וואלט ראטזאם געווען ווען דער בעל ה'מאגאזין טוט קלארשטעלן ברבים און בהסכמת הרבנים מפרסם זיין צו די שמועה איז שקר


נישט אז ער האט עס אליינס דא געזעהן...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 3:29 pm
דורך פליקער
אוי דאס איז נישט געוועין דער ציל, זיי צי באגראבן, אלע שרייבער'ס גליטשען אויפן טוב, באמבלען נאך אלע מעשות הן של אמת והן נאוולעך, איז א שרייבער אויפן געוועב ערגער ווי נעשענעל דזיאגרעפיק

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 5:39 pm
דורך zurich
בשבילי! האט געשריבן:אויפן קאווער זע איך אז זיי האבן אן אויבערוויו מיט איינעם שטויבער ''צום ערשטן מאל''. סתם שקר
איך געדענק ליינען א שמועס מיט אים אין איינע פון די מאגאזינען ערגעץ וואו אין די לעצטע צוויי יאר.

יא וואו?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 5:53 pm
דורך בשבילי!
נו אדרבה איך טשאלענזש דעם עולם ליינער זאלן זיך דערמאנען וואו. איך געדענק עס אויך 100%

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 6:21 pm
דורך zurich
בשבילי! האט געשריבן:נו אדרבה איך טשאלענזש דעם עולם ליינער זאלן זיך דערמאנען וואו. איך געדענק עס אויך 100%

ביסטו זעכער שטויבער?? אדער אפשר מיינסטו אהרן פריעדמאן? ווייל שטויבער איז מער א שטילערע מענטש

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 6:24 pm
דורך בשבילי!
יא שטויבער!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 6:32 pm
דורך בשבילי!
קעי איך דערמאן זיך ס'געווען נאך די קלעצקי פרשה האט ער געגעבן אן אינטערוויו פאר א אידישן מאגאזין וויאזוי אומצוגיין רעדן מיט די קינדער און נאך.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 6:40 pm
דורך קרעקער
גירעכט
איך געדענק 100 % אז סאיז געוועהן דעמאלס אין בליץ
סנישט די ערשטע מאהל מאמענט נעמט ארטיקלען וואס סשוין געוועהן אין בליץ (אדער אנדערע פלעצער) מייזליש פון קול ברואים ועוד הרבה
אבער איך האלט נישט ס איז אזא גרויסע עוולה

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 6:44 pm
דורך בשבילי!
איך זאג נישט אז ס'איז די זעלבע ארטיקל ווי דארט, כ'ברענג נאר אז ס'נישט 'דאס ערשטע מאל', כלשון ה'מאמענט, וואס שטויבער רעדט פאר א פובליקאציע.
שוין, שכח

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:30 am
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:אויף אייוועלט:
עס קורסירט א שמועה אז די מאמענט שרייבער ציטירן נאך עד היום ציטאטען פון אויפגעקלערטע שרייבער אויף די געוועב,
עס וואלט ראטזאם געווען ווען דער בעל ה'מאגאזין טוט קלארשטעלן ברבים און בהסכמת הרבנים מפרסם זיין צו די שמועה איז שקר



יא, אכן נודע הדבר, זיי ציטירן טאקע ציטאטן פון אויפגעקלערטע אויף די געוועב!
און דא האט איר א בילד:

.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 12:46 pm
דורך petergrifin
עס עקלט די צדיק אין פעלץ הנהגה פון די חברה. זײ האבן די אײגענע שרײבער גראדע גוטע שרײבער און װי מאנכע דא רופן זײ אן גלחים פירן זײ א הײליגע קאמף צו האלטען די אינטערנעט רײן... אבער די זעלבע צדיקים לײנען זיך אן מיט אלע מיני ביכער און מאגעזינען און װעב זײטליך און נאכדעם טײטשען זײ עס איבער אויף אײװעלט. סארא מין עקל. װאס, די טוטס עס זיכער כדי די צאן קדשים זאלן האבן װאס לײנען? יוא פרואד יוא!!