איך וויל האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 6:42 pm
די מושג פון א כולל איז א רעלאטיוו אינגע זאך.
אז מען כאפט א בליק אין די גמרא, זעט מען אז אלע תנאים ואמוראים האבן געטון השתדלות צו ברענגען ברויט אויפן טיש,
כאטשיג מיר האבן נישט דאס מינדעסטע השגה אין א תנא אדער אמורא, דאך קען מען זעהן וואס די סדר איז געווען אפילו ביי זיי. פארשטייט זיך אז זיי האבן געלערנט פיל מער שעות ווי סיי וואספארא כולל אינגערמאן הײנט צו טאָגס, אבער דאך זענען זיי געווען דער וואס האט געשפייזט דאס געזינדל אונדערהיים,
אז א פרוי זאל ארבייטן, נישט געווען אזא מציאות בכלל.
פאר א סיבה האט דער אייבישטער געגעבן א קללה פאר אדם הראשון בזעת אפיך תאכל לחם און פאר חוה בעצב תלדו בנים, פארוואס האט נישט חוה באקומען די זעלבע קללה ווי אדם'ן? אלא מאי ווייל די וועלט האט א סדר, די מאן ארבעט, און די פרוי ברענגט קינדער אויף די וועלט, און ציעט זיי אויף.
( דרך אגב פרויען זענען בכלל נישט ארויס געגאנגען פון דערהיים און יענע צייטן)
אזוי אויך אין אלע דורות האט מען געוויסט, אז דער מאן איז דער וואס ברענגט פרנסה אינדערהיים, און די בני בית גיבט זיך אפ מיט די קינדערליך.
חוץ א רב וואס האט באקומען א וועכנטליכע געהאלט פון די קהילה, האט געקענט זיצן און לערנען.
די ערשטע כולל אין די וועלט איז געווען כולל חבת ירושלים, וואס איז געגרינדעט געווארן דורך א קבוצה פוילישע אידן בני עליה אין ירושלים, וואס האבן געוואלט מקדיש זיין זייער גאנצע לעבן פאר די תורה,
און זיי זענען אויסגעהאלטן געווארן דורך די נדבות פון די פוילישע אידן.
א שטיק צייט נאכדעם איז נאכגעקומען די זעלבע זאך פאר די אונגערישע אידן מיט'ן נאמען כולל שומרי החומות.
און ביידע שטייען נאך היינט אויפן זעלבן ארט אין אלט שטאט ירושלים עיר הקודש.
פון דארטן און ווייטער, האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן די מושג פון א מסגרת פאר אידן בני עליה וואס ווילן זיך מקריב זיין זייער לעבן פאר די תורה. און וואוילע אידן מיט א ברייט הארץ לאזן זיך קאסטן צו ארויסהעלפן די אונגעלייט.
נאך די מלחמה יאהרן, ווען די שארית הפליטה האט געלאנדעט אויף די אמעריקאנע בארטענס,
איז געקומען דער הייליגער סאטמארער רבי ז"ל, און האט מיט מסירות נפש אנגעהויבן אויפשטעלן א פרישע דור פון ערליכע אידן,
ער האט אויפגעשטעלט מוסדות התורה, און אפילו מחדש געווען די ערשטע היימישע סקול פאר מיידלעך,
אבער א כולל האט ער נישט געוואלט אויפשטעלן, זאגענדיג "איך דארף ערליכע בעלי בתים".
נישט ווייל ער האט נישט געהאלטן פון אזא מושג פון אינגעלייט וואס זיצן און לערנען,
והא ראי' ווען ער האט אויפגעשטעלט קרית יואל האט ער פארלאנגט איינער פון די ערשטע זאכן, אז ס'זאל זיין א קבוצה פון חשובע אינגעלייט, וואס זאלן זיצן און לערנען, זאגענדיג אז בני תורה זענען מגין אויף א שטאט.
נאר וואזשע דען? ער האט געהאלטן אז עס איז נישט געמאכט פאר די געווענטליכע המון עם, נאר פאר די אינגעלייט וואס זענען באמת גרייט זיך אוועק צו געבן זייער לעבן פאר די תורה.
למעשה שפעטער הערענדיג אז אינגעלייט גייען אוועק לערנען אין פרעמדע פלעצער, איז ער שוין יא גרייט געווען צו עפענען א כולל, אבער בתנאי אז ס'זאל זיין אויסגעשטעלט אויף א וועג אז די אינגעלייט וואס קומען דארט, זאלן זיין באמת גרייט זיך אוועקצוגעבן פאר די תורה,
למשל ער האט געוואלט אז סדר זאל זיך אנהייבן 9 אינדערפרי,
ווייל ער האט געהאלטן אז כולל איז נאר געמאכט פאר די סארט אינגעלייט וואס זענען באמת גרייט דערפאר.
(טרעף מיר היינט א אינגערמאן וואס איז אין כולל 10)
וואס האט אבער פאסירט פון דא און ווייטער, רייסט באמת ביים הארץ.
ס'איז געווארן אזא נידעריגע מאדע, אז א יעדע אזוי גערופענע נארמאלע עוורעדזש אינגערמאן ברויך גיין אין כולל פאר אזא צוויי דרייַ יאהר מינומים,
יעצט אמת אז ס'איז דא א פראצענט אינגעלייט, וואס מען קען זיך ווירקליך אויסדריקן אויף זיי אז זיי זענען תורתם אומנתם.
אבער לאמיר זיך נישט פאפן, רוב עולם איז נישט דעיס!
נאר וואס דען?
זיצן זיך אין עיר התורה וויליאמסבורג צענדליגע ליידיגע זעק מיט שלייקעס אויף זייערע גראבע באכער, מיט אפאר טאלער און די זייט שטייטצעך,
און זיי האבן אפגעמאכט אז זיי קענען צולייגן צו זייער ליסט פון תוואת, אנ'יידעם א בן תורה.
דא קומט אבער די גרויסע פראבלעם, ער וויל דאך נישט קיין איידעם וואס זאל נישט פארשטיין צו זיינע בארביקיוס.
האט מען געטראפן א לעזונג!
מען האט איינגעפלאנצט א נייע מין סארט געוויקס פון א אינגערמאן, וואס רופט זיך א תורה וגדולה אינגערמאן,
וואס באמת איז דאס אזא געבארגטע ווארט,
ווייל אמאל האט תורה וגדולה געמיינט איינער וואס איז א תלמיד חכם און א עושר,
היינט מיינט תורה, אז ער האט געלערנט אין א פריוואטע ישיבה ווי יעדער בראשט די פיאות צו די שטערן ווי ווינדא שעידס, און אז ער ווייסט וועמענס זוהן ר' יאשע בער סאלאווייטשיק איז געווען.
(פארשטייט זיך ער רופט עס אן סאלאוועיטשיק)
ווי אויך מיז ער האלטן אויף אפאר שטיקלעך ויואל משה אז ס'איז זייער דחוק אין פסוק. ודי.
און גדולה מיינט, אז ער פארט דריי מאל א יאהר אויף וואקאציע, זיצט אויסגעלייגט אויף די ביטשעס א דריי פערטל יאהר,
כאטשיג ער האט נאר די אויסגעדראשענע 6,000 דאלער וואס זיין ווייב האט אריין געברענגט פון פאר די חתונה.
און פארשטייט זיך אז ער ער גייט אויך מיט א שיינע אויסגעביגלטע רעקל.
איך האב זייער זייער ליב דעי אינגערמאן, אבער צו אלע צרות פארוואס אין די וועלט ברויך ער זיצן אין כולל?
בשעת וואס זיין ווייב רייסט זיך יעדן טאג ארויס, צו גיין ארבעטן, אלעס פאר איר חשובע מאן, וואס הארעוועט אויף תורה,
פאפט ער ביז 10:30, גייט שנעל פאנטשן אין כולל,
זעצט זיך אריין אינעם הייסן בור, גייט נאך פאר א ציגארעטל אין א קאפי פאר די מוחין, און דאווענט ביי די דעילי קאמאן קאור מנין,
קומט אן אין כולל 12:15 כאפט א שמועס און גראדע אויך א שטיקל לערן מיט א פרישטאג אינדערמיט.
רבש"ע וואס אין די וועלט זיכט דער עלעמענט אין כולל?
ער גייט צו יעדע אינטעראעימענט וואס איז נאר דא ביי כלל ישראל,
דרייט זיך ארום ביי יעדן דורשו סיום און ביי יעדע ביזנעס עקספא, ווי א גאנצע מחותן, ווייל ער האט באקומען פון זיין שוואגער 5 פרי טיקעטס, פאר זיך און פאר די קרא.
און זיין שווער וואס האט נישט קיין השגה וואס דאס ווארט בבלי באדייט, טוהט זיך נאך אויף וואספארא חשובע בן תורה ער פארמאגט אין זיין באזיץ,
א בן תורה איז ער? ער איז א בן שטרוי זאק!
ס'איז גארנישט ראנג מיט אים. ער איז פלעין א נארמאלע אינגערמאן וואס איז נישט גרייט באמת צו לעבן א לעבן פון פרישות, זיך צו אויסשטעקן פון די וועלט אינגאנצן, און זיין נאר פארנומען מיט די תורה, פונקט ווי רוב אינגעלייט זענען נאך נישט אויף די דרגה!
סא אלמעכטיגער גאט וואס אין די וועלט איז די משוגעת אז יעדער מיז גיין אין כולל?
און ס'גייט נאך ווייטער פון דעם אזוי ווי ס'איז שוין געווארן די נארמאליטעיט אז יעדער שמאגעגי גייט אין כולל, האט מען אנגעהויבן אריין בראקן אין די תמומותדיגע קעפ פון די מיידלעך אין סקול, אז א נארמאלער אינגערמאן גייט אין כולל,
אויף אזוי ווייט אז מען קען שוין היינט געבן א דרשה אין סקול צו מחזק זיין, די וואס זייער מאן גייט גיין ארבעטן.
שומו שמיא..... ווי לעב מיר אונז אנשטאט מען זאל געבן א דרשה פאר די מיידלעך וואס זייער מאן גייט לערנען, אז זיי זאלן וויסן עס צו מחשיב זיין, גיבט מען דרשות, אז א יעדע פרוי וואס איר מאן גייט ארבעטן זאל זיך פילן אז איר מאן איז נעבעך שוואכלעך.
אמת. ס'איז דא א געוויסע פראצענט אינגעלייט, וואס אויב זיי גייען גלייך גיין ארבעטן, גייען זיי זיך גלייך אויפרייסן. און ס'איז דא א שטיקל טובה אויב זיי זיצן אין כולל אביסל,
אבער איך מיין אז ס'איז א גרעסערע פראבלעם, ווען סטאדעס פון הינדערטער אינגעלייט, ווערן פאראורטיילט צו זייער שרעקליכע שיקזאל פון ליידיג גיין פאר איטליכע יאהר, בלויז פאר זייער שווער'ס תאוות,
וואס אויף דעם שטייט דאך שוין בטלה מביאה לידי שעומים,
חז"ל האבן זייער גוט פארשטאנען די חרבן, וואס געשעט פון גיין ליידיג!
טרעף מיר איין נארמאלע ארבייטער וואס ארבעט נישט ל"ג בעומר, כ"א כסליו, אדער אוסרו חג.
טרעף מיר איין נארמאלע ארבייטער וואס דאווענט שפעטער ווי 9.
טרעף מיר איין נארמאלע ארבייטער וואס עסט יעדע דינסטאג סעודות הושע בן באירי פאר צוויי שעה.
חוץ פון דעם פארוועם מיינסטו איז דא אזא זאך ווי א קיאסק? אדרבה כאפ נאר א שפאציר צווישן די קיוביקלס, און זאג מיר צו די זעסט נאך מענטשן חוץ כולל אינגעלייט, וועלכע ארבייטער האט דען נישט קיין אייגענע קאמפיוטער?! האפענטליך זיצט ער נאר אויף ארי' סאמעט און מיסטער ביעסט....ודי
פארוועם איז אייוועלט געמאכט מיינסטו? טרעף מיר איין ארבייטער וואס ווייסט וואס אשכול מיינט.
פארוועם איז ai טעקסט געמאכט געווארן? קיין איין ארבייטער ווייסט נישט דערפון!
און אפילו די אינגערמאן וואס הייסט שוין יא אז ער ניצט אויס די צייט, אויב זאל ער מאכן אן אויפריכטיגע חשבון, וועט ער זען אז ער לערנט נישט מער ווי 3 שעה א טאג! נו רבש"ע ווער נעמט אחריות אויף די איבעריגע שעות?
וואלט ווען נישט בעסער געווען ווען דער עוורעדזש אינגערמאן גייט ברענגען פרנסה ווי א נארמאלע מענטש?!
גלייב מיר ער וואלט מיט זיין שיעור צופרי און ביינאכט אסאך מער געלערנט ווי אין כולל!
און ער וואלט געהאט אסאך מער סיפוק פון זיין טאג!
און זיין שלום בית וואלט פיל בעסער געווען, ווען ער קומט אהיים נאך אגאנצן טאג עפעס אויפטון!
איך זאג נישט אז מען זאל פארמאכן די כוללים ח"ו, אוודאי איז דא אסאך אינגעלייט וואס ניצן באמת אויס די צייט.
איך זאג נאר אז מען זאל ארויספירן דריי פערטל אינגעלייט פון דארט,
און מען זאל אויפהערן מיט די אלע סאסייעטי פראבלעמען...........
אוי טאטע זיסער עד מתי,
זאג שוין לכוללנו די,
און די אינגערמאן פון כולל ארויס גיי,
פארן ליידיג גיין זאג שוין ביי,
אז נישט וועסטו נאך אויסקוקן ווי זיי.........
הצלחה