שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 20, 2015 10:28 am
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
אין קאווע שטיבעל אין א עולם התיקון. דארט ווערט ארום גערעדט אלע ענינים בנוגע חריידישע געזעלשאפט אין א אפענע גייסט. שוין לאנג וואס איך ווערען א שרייבער און נישט בלויז א ליינער. ברוך השם איך האב מיר גענומען די קאראדזש צו אנהייבען שרייבען אויך. ווי אויך פלאניר איך צו שרייבען און מתקן זיין טעותים פין אנדערע שרייבער וואס איך מערק אהן כסדר. יישר כח.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 33
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 17, 2015 10:54 pm
- האט שוין געלייקט: 13 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר און קאווע שטיבל, ווייל איך האב ליב קאווע, און ווייל עס איז א געשמאקע פלאץ
אינטרעסען:נייעס
מצב: מצב רוח
יארגאנג: בן שלשים ל...
חסידות: ?
טאלאנטן: קנאה תאוה וכבוד
שאיפות: למלא חובתי בעולמי
אינטרעסען:נייעס
מצב: מצב רוח
יארגאנג: בן שלשים ל...
חסידות: ?
טאלאנטן: קנאה תאוה וכבוד
שאיפות: למלא חובתי בעולמי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מרקד אתלת, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 11
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 4:28 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
שלום עליכם, טייערע אידן. כ'בין א געטרייער לייענער און פייערדיגער אנהענגער פון קאווע שטיבל שוין א לענגערע צייט, און כ'האב מיך בארעכנט אז עס איז צייט זיך איינצוהאנדלען א ניק. געווענליך בין איך היבש פארנומען, און כ'בין גארנישט אזוי זיכער אויב כ'וועל טאקע קענען שרייבן, אבער כ'האף אז ביום מן הימים וועל איך קענען שרייבן און מהנה זיין.
מענטשן זענען זיך טועה מיט מיין נאמען, וויל איך שוין יעצט קלאר מאכן וויאזוי מען לייענט דאס. מיין נאמען לייענט מען נישט "לייווי", נאר "לוי" - Loy.
מענטשן זענען זיך טועה מיט מיין נאמען, וויל איך שוין יעצט קלאר מאכן וויאזוי מען לייענט דאס. מיין נאמען לייענט מען נישט "לייווי", נאר "לוי" - Loy.
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל
משהגרונם האט געשריבן:שוין לאנג וואס איך ווערען א שרייבער און נישט בלויז א ליינער. ברוך השם איך האב מיר גענומען די קאראדזש צו אנהייבען שרייבען אויך. ווי אויך פלאניר איך צו שרייבען און מתקן זיין טעותים פין אנדערע שרייבער וואס איך מערק אהן כסדר. יישר כח.
וועל איך שוין מתקן זיין אין דיין תגובה עפעס, שוין לאנג וואס איך וויל ווערן - קוראזש און נישט קאראדזש
וועלקאם העיר און גיי אן מיט דיין ארבעט ווייטער
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 299 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1513 מאל
דוקטורים טוען כסדר אופקומען מיט פרישע אנטדעקונגען ווי געזונט קאווע איז צווישן דעם אז דאס העלפט אויסקלארן דעם מח ווי אויך טוט דאס העלפן זיך אפרייניגן פון איבריגע און צוגעלייגטע ענינים דעריבער אחרי הרבה מחשבה החלטנו אראפצוקומען אונטן אין קאווע שטיבל זיך מאכן א פיינע ווארעמע קאווע אזש סוועט גיין א רויעך והעשן מבטל הקליפות כידוע ונזכה לקיום הנבואה ומלאה הארץ דעה בקרוב ממש
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 2
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 03, 2015 10:30 am
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 03, 2015 2:27 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל
להחזיר עטרה ליושנה ולפעול למען רשימת ידידינו ר' אליהו ישי בראשות הגר''מ מזוז שליט''א , על אף שבעבר הצהרנו סלידה מהתחברות לימין הקיצוני מ''מ סללנו דרך עממי של כבוד ומסורת ואהדה גלויה לחיילנו המוסרים נפשם למענינו, אבל למרבה הצער נשיא המכהן לראש המועצת [אשר טיפחנו וריבינו] הרב שלום כהן שליט''א שינה קו לחלוטין וכמעט שמזדהה עם חוגי הקנאים, ולא נח דעתו עד שערעור על היתר המכירה שביססנו על אדני פז ובררנו שזה היתר לכתחילה על פי רבותינו הפוסקים הספרדים [והגם לכבוש את המלכה עמי בבית ] ואיככה אוכל וראיתי באבדן מולדתי , לכן שמח לבי לשמוע על המפלגה החדשה בראשות הגר''מ מזוז שממשיך במסורת אבותינו בגאון ובעוז , ומעומק הלב אבקש מכל מי שמסורת ספרד יקר בעיניו לשים פתק יחד-קץ בקלפי והכל בדרכי נועם, ומשמים יתברכו בכל הברכות הכתיבות בתורה,
והעושה שלום במרומיו הוא יעשה עלינו אמן
והעושה שלום במרומיו הוא יעשה עלינו אמן
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 1:53 am
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
ווי באוויסט אינעם אידישען אידונטום איז קאווע שטיבל א היימישע פארברענגס ארט ווי מקען זיך אויסגעיבן אין פארברענגען נאך א טאג שווערע ארבעט אין בכלל אין די היינטיגע וועלט ווי נעבעך נעבעך מעמוטשעט זיך מיט די גאנצע עולם האינטערנעט איז אייביג גוט צו האבן אזא ווינקעל ווי מקען פארברענגען בכשרות שוין אין איך האף אז ס'איז שוין פערציג ווערטער
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 10, 2015 11:18 am
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 5
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 10, 2015 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 13 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל
קרוץ מחומר איז טראדיציאנאל געגלייבט אין זיין א קרוץ מחומר כפשוטו; איז אין יעדער טעאריע אדער היפאטעז וואס זאל יא אדער נישט אדער האלב זיין אקוראט כאטש עפעס ענליך דערצו.
קרוץ איז א בתוך-עמי-אנכי-יושבת'ניק פאר וועמען ס'קען זיך אמאל גליסטן א שטיקל פון דעם "והם עמלים", אפגעזען די אנגעבליכע קאנסעקווענצן. בקיצור, א מענטש ווי אלע און א איד ווי טייל.
קרוץ איז פאזאטיוו אז בזה המקום וועט ער קענען אראפציען דעם שמאלקעפיג-געשמאלצענעם מויל-שלאס וואס ליגט אויף זיין פיסקעלע פארקלעבט זינט דעם כשם שנכנס, און אנהייבן טרינקען ווי א מענטש – צו גאר זויפן ווי א סובא אויף צו קענען משלים זיין דעם דעפיציט הגדול והנורא – פון די מייענות לויטערע און דייטפולע ידיעות וועלכע פליסן דורך די פילע צווייגן פון תורה, חכמה ומדע.
קרוץ איז א איד מיט א נטיה צו שרייבן שטותים. קומט אבער צום לייענען וויל ער זיך אנטרעפן נאר מיט תוכן און נאך פון א הויכן קאליבער. אנדערש איז, אדער בעסער געזאגט "וועט זיין" אין דער דאזיגער קהילה. אויף דעם פלאץ האפט ר' קרוץ צו צעברעכן זיין טבע. ער קוקט ארויס צו צושטעלן מאמרים שיש בהם תוכן וחומר; חומר לאו דוקא קרוצים אבל דוקא לאו שטותים. קרוץ לשיטתו אז שרייבן ליהנות ניתנו, און ער האפט אז פונקט ווי ער האט און וועט הנאה האבן פון אנדערע קרוצים המרקדים במקום הזה – זאל זיין קרוצים מחומר צי קרוצים ממינים שונים – אזוי אויך וועט ער קענען מהנה זיין די וועלכע זענען אים מהנה. אלץ כמובן אויף וויפיל די צייט וועט דערלויבן.
א ספעציעלער אינטערעס האב קרוץ צו אלגעמיינער און צו אידישער ליטעראטור; וויסענשאפט, תורה, סוב-תורה, היסטאריע און טעאלאגיע. אחרון חביב האב דער יעניגער פון חומר אן אינטערעס צו דער היימישער געזעלשאפט – א פארצווייגט געביט צו וועלכן ער האט אייגנטליך נישט אזא גרויס נייגער בתורת ידיעה, אבער איז פארט א תחום וואס ער האלט נאנט צו זיין הארץ ברצון צי באונס – און דאס צוליב די זעלבסט-פארשטענדליכע טעכנישע אומשטענדן אין וואס עס געפינט זיך גופו בוודאי, נפשו ורוחו קצת בספק וקצת במקצת, אבל לא נשמתו.
#שלום-עליכם

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום קרוץ מחומר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.