בלאט 21 פון 214

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 12:17 pm
דורך משהגרונם
אין קאווע שטיבעל אין א עולם התיקון. דארט ווערט ארום גערעדט אלע ענינים בנוגע חריידישע געזעלשאפט אין א אפענע גייסט. שוין לאנג וואס איך ווערען א שרייבער און נישט בלויז א ליינער. ברוך השם איך האב מיר גענומען די קאראדזש צו אנהייבען שרייבען אויך. ווי אויך פלאניר איך צו שרייבען און מתקן זיין טעותים פין אנדערע שרייבער וואס איך מערק אהן כסדר. יישר כח.

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 12:18 pm
דורך מרקד אתלת
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר און קאווע שטיבל, ווייל איך האב ליב קאווע, און ווייל עס איז א געשמאקע פלאץ
אינטרעסען:נייעס
מצב: מצב רוח
יארגאנג: בן שלשים ל...
חסידות: ?
טאלאנטן: קנאה תאוה וכבוד
שאיפות: למלא חובתי בעולמי

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 12:18 pm
דורך יאפטציק
איך האב ליב צו דינען דער אייבשטער מיט מיין רמ"ח איברים ושס"ה גידים מיט מסירות נפש ביז מיין לעצטע טראפ בליט ווייל און דעם איז נישט ןןערט צו לעבן אויף דעם וועלט ווי שטייט אין די ספרים הקדושים פון רבותינו הקדשים יבדל"ח וזי"ע

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:14 pm
דורך שמעקעדיג
מרקד אתלת האט געשריבן:טאלאנטן: קנאה תאוה וכבוד

נייס, אין וועלכע יוניווערסיטעט האסטו זיך געלערנט די טאלאנטן?

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:16 pm
דורך מרקד אתלת
קנאה און ישיבה קטנה
תאוה אין ישיבה גדולה
כבוד אין כולל

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 4:09 pm
דורך בן נריהו
א תנ"ך איד בינעך. לא חכים ולא טיפש, לא אריך ולא גוץ. סתם ככה. די שאיפות זענען פון די געווענדליכע מיט וואס מען טרוימט נאך זיי ביינונזע. טאלאנטען איבעריגע זיינען פאר מיר פון הימעל נישט באשטימט געווארן, און עס פעלט זאך נישט אויסעט.

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 5:20 pm
דורך לוי
שלום עליכם, טייערע אידן. כ'בין א געטרייער לייענער און פייערדיגער אנהענגער פון קאווע שטיבל שוין א לענגערע צייט, און כ'האב מיך בארעכנט אז עס איז צייט זיך איינצוהאנדלען א ניק. געווענליך בין איך היבש פארנומען, און כ'בין גארנישט אזוי זיכער אויב כ'וועל טאקע קענען שרייבן, אבער כ'האף אז ביום מן הימים וועל איך קענען שרייבן און מהנה זיין.

מענטשן זענען זיך טועה מיט מיין נאמען, וויל איך שוין יעצט קלאר מאכן וויאזוי מען לייענט דאס. מיין נאמען לייענט מען נישט "לייווי", נאר "לוי" - Loy.

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 11:48 am
דורך א איד
משהגרונם האט געשריבן:שוין לאנג וואס איך ווערען א שרייבער און נישט בלויז א ליינער. ברוך השם איך האב מיר גענומען די קאראדזש צו אנהייבען שרייבען אויך. ווי אויך פלאניר איך צו שרייבען און מתקן זיין טעותים פין אנדערע שרייבער וואס איך מערק אהן כסדר. יישר כח.


וועל איך שוין מתקן זיין אין דיין תגובה עפעס, שוין לאנג וואס איך וויל ווערן - קוראזש און נישט קאראדזש

וועלקאם העיר און גיי אן מיט דיין ארבעט ווייטער

נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 1:38 pm
דורך כוכב
באגריסען וויל איך - חשוב'ער ניק - ידען און קענער שיינט ער צו זיין געוויס - הנאה האבן יעדער וועט.
זיין נאמען ארויסגעבען פאר אלעמען - [tag]בן נריהו[/tag] אידישיסטישע אידיש איך גלייך עס - אויך צו מאכן שטרעכעלעך.

נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 1:48 pm
דורך בן נריהו
כוכב האט געשריבן:באגריסען וויל איך - חשוב'ער ניק - ידען און קענער שיינט ער צו זיין געוויס - הנאה האבן יעדער וועט.
זיין נאמען ארויסגעבען פאר אלעמען - [tag]בן נריהו[/tag] אידישיסטישע אידיש איך גלייך עס - אויך צו מאכן שטרעכעלעך.

אן עהרע עס איז מיר - דאס וואס דו שרייבסט. דיין באריסונג - באוויליגט עס איז.

נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 2:08 pm
דורך פנחס
דערווייל האב איך נאך נישט די ווערטער און מחשבה וואס מיטצוטיילען, האפענטליך מיט די צייט וועט עפעס אריינקימען.
דערווייל האב נישט עכט וואס מיטצוטיילען מיטען ציבור.

נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 2:08 pm
דורך ריפארטער
דא איז א אפענעם פארום ווי מען קען זיך ערלויבען צו ליינען און באשרייבען פארשידענע נייעס אין די אידישע וועלט און פארברענגען אין א היימישע אטמאספערע, איך ליין שוין דא א לענגערע צייט אבער יעצט קען איך באשטיין אטיילצונעמען אין די דיסקוסיעס וואס ווערען אויסגעשמועסט אין די פארומס.

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 12:41 pm
דורך מיימון
דוקטורים טוען כסדר אופקומען מיט פרישע אנטדעקונגען ווי געזונט קאווע איז צווישן דעם אז דאס העלפט אויסקלארן דעם מח ווי אויך טוט דאס העלפן זיך אפרייניגן פון איבריגע און צוגעלייגטע ענינים דעריבער אחרי הרבה מחשבה החלטנו אראפצוקומען אונטן אין קאווע שטיבל זיך מאכן א פיינע ווארעמע קאווע אזש סוועט גיין א רויעך והעשן מבטל הקליפות כידוע ונזכה לקיום הנבואה ומלאה הארץ דעה בקרוב ממש

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 12:42 pm
דורך מוח
און איך זיך זיך צו קענען רעדען מיט מענטשן זאכן וואס איך קען נישט רעדען מיט א יעדען איינעם אן דעם וואס איך זאל דארפן זאגן ווער איך בין און צו קענען ליינען וואס אנדערע זאגען אן דעם וואס איך זאל מוזן וויסן ווער עס איז

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 5:21 pm
דורך מי בן שיח
מי בן שיח שושן חוחים, ווער פארשטייט?

רעדט מען פון רויזן אדער דערנער?

נאר דער דארן איז אמאל א רויז און דער רויז א דארן. ווענדט זיך ווי דער חמור שטייט איין...
אמאל שמעקט ער און אמאל שטעכט ער...

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 5:23 pm
דורך עולם חסד יבנה
דאס איז א חסידישע פלאץ צי פארברענגן ווען מהאט נישט צייט צי כאפן די מקוה נייעס איך בין א יוד אזוי ווי אלעמען אין איך האב זייער זייער שטארק ליב צי שיקן אין באקימען נייעס אויפן אימייל

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 5:24 pm
דורך ואי בעית אימא
איך בין א פלענע יונגערמאן אין וויליאמפעסט בערך 30 יאר איך האב ליב צו דוסקוסירן ענינים העומדים על הפרק אין צו הערן אסאך מיינונגען אויף פארשידענע נושאים ממילא האב איך געפילט אז עס וואלט געווען כדאי מיטצוהאלטן וואס טוט זיך אין קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 2:43 pm
דורך מור וקציעה
להחזיר עטרה ליושנה ולפעול למען רשימת ידידינו ר' אליהו ישי בראשות הגר''מ מזוז שליט''א , על אף שבעבר הצהרנו סלידה מהתחברות לימין הקיצוני מ''מ סללנו דרך עממי של כבוד ומסורת ואהדה גלויה לחיילנו המוסרים נפשם למענינו, אבל למרבה הצער נשיא המכהן לראש המועצת [אשר טיפחנו וריבינו] הרב שלום כהן שליט''א שינה קו לחלוטין וכמעט שמזדהה עם חוגי הקנאים, ולא נח דעתו עד שערעור על היתר המכירה שביססנו על אדני פז ובררנו שזה היתר לכתחילה על פי רבותינו הפוסקים הספרדים [והגם לכבוש את המלכה עמי בבית ] ואיככה אוכל וראיתי באבדן מולדתי , לכן שמח לבי לשמוע על המפלגה החדשה בראשות הגר''מ מזוז שממשיך במסורת אבותינו בגאון ובעוז , ומעומק הלב אבקש מכל מי שמסורת ספרד יקר בעיניו לשים פתק יחד-קץ בקלפי והכל בדרכי נועם, ומשמים יתברכו בכל הברכות הכתיבות בתורה,
והעושה שלום במרומיו הוא יעשה עלינו אמן

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 2:43 pm
דורך אשכול
ווי באוויסט אינעם אידישען אידונטום איז קאווע שטיבל א היימישע פארברענגס ארט ווי מקען זיך אויסגעיבן אין פארברענגען נאך א טאג שווערע ארבעט אין בכלל אין די היינטיגע וועלט ווי נעבעך נעבעך מעמוטשעט זיך מיט די גאנצע עולם האינטערנעט איז אייביג גוט צו האבן אזא ווינקעל ווי מקען פארברענגען בכשרות שוין אין איך האף אז ס'איז שוין פערציג ווערטער

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 2:47 pm
דורך פריילעך
א גוט יאר צו מיינע געטרייע חבירים איר האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל וועגן איך זע און דעם וועבזייטעל זייער אסאך ידיעת וואס מ'קען ערייכען און אין דעי צייט וויל איך מיך באדאנקען פאר די שאפערס און די הנהלה און זיי בענטשן מיט א ברכה אז זאלען מצליח זיין און וואס זיי קערן זיך

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:30 pm
דורך קלאמפיצער רבי
איך פארש יחוס אין היסטאריע אין איך האב ליב צוזאגען מיין דעה. עס זעט אויס אז עס איז דא אסאך גוטע ידיעות דא.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:31 pm
דורך קרוץ מחומר
קרוץ מחומר איז טראדיציאנאל געגלייבט אין זיין א קרוץ מחומר כפשוטו; איז אין יעדער טעאריע אדער היפאטעז וואס זאל יא אדער נישט אדער האלב זיין אקוראט כאטש עפעס ענליך דערצו.

קרוץ איז א בתוך-עמי-אנכי-יושבת'ניק פאר וועמען ס'קען זיך אמאל גליסטן א שטיקל פון דעם "והם עמלים", אפגעזען די אנגעבליכע קאנסעקווענצן. בקיצור, א מענטש ווי אלע און א איד ווי טייל.

קרוץ איז פאזאטיוו אז בזה המקום וועט ער קענען אראפציען דעם שמאלקעפיג-געשמאלצענעם מויל-שלאס וואס ליגט אויף זיין פיסקעלע פארקלעבט זינט דעם כשם שנכנס, און אנהייבן טרינקען ווי א מענטש – צו גאר זויפן ווי א סובא אויף צו קענען משלים זיין דעם דעפיציט הגדול והנורא –  פון די מייענות לויטערע און דייטפולע ידיעות וועלכע פליסן דורך די פילע צווייגן פון תורה, חכמה ומדע.

קרוץ איז א איד מיט א נטיה צו שרייבן שטותים. קומט אבער צום לייענען וויל ער זיך אנטרעפן נאר מיט תוכן און נאך פון א הויכן קאליבער. אנדערש איז, אדער בעסער געזאגט "וועט זיין" אין דער דאזיגער קהילה. אויף דעם פלאץ האפט ר' קרוץ צו צעברעכן זיין טבע. ער קוקט ארויס צו צושטעלן מאמרים שיש בהם תוכן וחומר; חומר לאו דוקא קרוצים אבל דוקא לאו שטותים. קרוץ לשיטתו אז שרייבן ליהנות ניתנו, און ער האפט אז פונקט ווי ער האט און וועט הנאה האבן פון אנדערע קרוצים המרקדים במקום הזה – זאל זיין קרוצים מחומר צי קרוצים ממינים שונים – אזוי אויך וועט ער קענען מהנה זיין די וועלכע זענען אים מהנה. אלץ כמובן אויף וויפיל די צייט וועט דערלויבן.

א ספעציעלער אינטערעס האב קרוץ צו אלגעמיינער און צו אידישער ליטעראטור; וויסענשאפט, תורה, סוב-תורה, היסטאריע און טעאלאגיע. אחרון חביב האב דער יעניגער פון חומר אן אינטערעס צו דער היימישער געזעלשאפט – א פארצווייגט געביט צו וועלכן ער האט אייגנטליך נישט אזא גרויס נייגער בתורת ידיעה, אבער איז פארט א תחום וואס ער האלט נאנט צו זיין הארץ ברצון צי באונס – און דאס צוליב די זעלבסט-פארשטענדליכע טעכנישע אומשטענדן אין וואס עס געפינט זיך גופו בוודאי, נפשו ורוחו קצת בספק וקצת במקצת, אבל לא נשמתו.

#שלום-עליכם

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:32 pm
דורך מה הוא
איך מאך אסאך מאל א סטאפ דא אין שטיבל און איך האב זייער הנאה פון די אלע ענינים וואס ווערן דא אויסגעשמועסט און וויאזוי מען פארברענגט דא אזוי שיין און איך פיל אסאך מאל אז איך דארף אריינווארפן אן הגה וכדומה דעריבער קום איך זיך מיטטיילן מיט אייך דא.