בלאט 21 פון 24

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 1:40 pm
דורך berlbalaguleh
ישראלי האט געשריבן:נעבעך אדער בהמה זענען קיינמאל נישט אמת אבער אז איינער וויל מ'זאל וויסן אז ער איז נישט קיין מבין דבר מתוך דבר און מ'דארף אים מער מסביר זיין ווי א צווייטן וכדו' וואס איז דער פראבלעם?

ישראלי: ווייל דער וואס איז יא א מבין דבר מתוך דבר, פארשטייט אז דאס איז א דעגראדירנדער ניק...!

אז מ'רעדט שוין: בעל עגלה, איז בכלל נישט קיין דעגראדירנדער ניק. ניטאמאל א סימן פון עניוות. ווייל פונקט אזוי ווי ס'איז דא א שוחט און א מלמד און א מקווה איד אין א שטעטל, איז אויכעט דא א בעל עגלה.
אויך. דער בעל עגלה פארט ארום אין אלע גרויסע שטעט ווי ווארשע, לאדזש, לעמבערג און בודאפעסט און ער ברענגט אהיים פארשידענע גוטע און טייערע סחורות. ווי יאנעווער אתרוגים, צפת'ער, אדער ראחמיסטריווקער הושענות אדער הדסים. און ער טיילט עס אויס פאר זיינע גוטע פריינט. פארשטייצעך פאר א פאר זלאטעס אדער רייניש...!

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2016 12:02 pm
דורך אסף המזכיר
עזריאל21 זאל זיך ביטע איינשרייבן מיט אן אנדערע ניק, מיר האבן שוין אן עזריאל.

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 4:33 pm
דורך אסף המזכיר
היימישער אינגערמאן זאל זיך ביטע איינשרייבן מיט אן אנדערער נאמען, מיר האבן שוין א היימישע יונגערמאן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 8:09 pm
דורך אסף המזכיר
אלטער שייסער איז נישט א פאסיגע ניק.

נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 8:30 pm
דורך שבת אחים
אסף המזכיר האט געשריבן:זכור בונדעל זאל זיך ביטע איינשרייבן מיט אן אנדערע ניק, מיר האבן שוין א זכר באנדל.

אסף'ל טייערער! זיי נישט ברוגז ח"ו אבער מיר האט מען אויסגעלערנט אז מדארף האבן צוויי זכור באנדלעך לכל הדיעות איינס פאר זכור און איינס פאר שמור!
חוץ מזה קענסט מיר מסביר זיין וויאזוי איר באפרידיגט אייך בלויז אייו נישטיגען קליינעם זכור באנדעלע ? דיר איז איין זכר בונדעל גענוג???? איך געווענטליך דארף אפאר זכור בונדלעך ווען איך זעץ מיך שוין יא אראפ איבער א בארג זכור בונדלעך לכבוד דעם ספעציעלע מסיבה און די געהויבענע מאורע!

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 4:38 pm
דורך אסף המזכיר
סמבטיון הנהר זאל זיך ביטע איינשרייבן מיט אן אנדערע ניק, מיר האבן שוין א סמבטיון.

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 12:59 pm
דורך גאנצל
דער סמבטיון האט שוין לאנג איינגעשטילט מ'קען שוין פראבירן נאך איינס

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 1:45 pm
דורך אסף המזכיר
מי_כעמך זאל זיך ביטע איינשרייבען מיט אן אנדערע נאמען, מיר האבן שוין א מי כעמך.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 1:58 pm
דורך שמעקעדיג
מיר האבן שוין א מי כעמך 'ישראל', אפשר וויל יענער א מי כעמך 'הגויים'?

נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2016 4:28 pm
דורך אסף המזכיר
אפכא מסתברא זאל זיך ביטע איינשרייבען מיט אן אנדערע נאמען, מיר האבן שוין אן איפכא מסתברא.

נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2016 4:28 pm
דורך לית דין בר נש
מיר האבן סאך מער ווי איין!

נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:29 pm
דורך אסף המזכיר
קארני איז נישט קיין פאסיגע ניק.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 21, 2016 7:38 pm
דורך אסף המזכיר
בערעלע זאל זיך ביטע איינשרייבען מיט אן אנדערע נאמען.

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2016 10:52 pm
דורך אסף המזכיר
וואלף זאל זיך ביטע איינשרייבען מיט אן אנדערע ניק.
עעעההה איז נישט קיין פאסיגע ניק.
בכלל דארף מען שרייבען זאכליכע ווערטער ווען מ'שטעלט זיך פאר. נארישקייטן וועלן נישט דורכגעלאזט ווערן.

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2016 1:09 pm
דורך אסף המזכיר
מבקש שרייבר זאל זיך ביטע איינשרייבען מיט אן אנדערע נאמען, מיר האבן שוין א מבקש.

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 11:34 pm
דורך אסף המזכיר
boomboom21 איז נישט קיין פאסיגע ניק.

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 3:34 am
דורך אדונינו
שבת אחים האט געשריבן:
אסף המזכיר האט געשריבן:זכור בונדעל זאל זיך ביטע איינשרייבן מיט אן אנדערע ניק, מיר האבן שוין א זכר באנדל.

אסף'ל טייערער! זיי נישט ברוגז ח"ו אבער מיר האט מען אויסגעלערנט אז מדארף האבן צוויי זכור באנדלעך לכל הדיעות איינס פאר זכור און איינס פאר שמור!
חוץ מזה קענסט מיר מסביר זיין וויאזוי איר באפרידיגט אייך בלויז אייו נישטיגען קליינעם זכור באנדעלע ? דיר איז איין זכר בונדעל גענוג???? איך געווענטליך דארף אפאר זכור בונדלעך ווען איך זעץ מיך שוין יא אראפ איבער א בארג זכור בונדלעך לכבוד דעם ספעציעלע מסיבה און די געהויבענע מאורע!

קען ער זיך רופן שמור באנדל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 6:06 pm
דורך וואלווי
אדונינו האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
אסף המזכיר האט געשריבן:זכור בונדעל זאל זיך ביטע איינשרייבן מיט אן אנדערע ניק, מיר האבן שוין א זכר באנדל.

אסף'ל טייערער! זיי נישט ברוגז ח"ו אבער מיר האט מען אויסגעלערנט אז מדארף האבן צוויי זכור באנדלעך לכל הדיעות איינס פאר זכור און איינס פאר שמור!
חוץ מזה קענסט מיר מסביר זיין וויאזוי איר באפרידיגט אייך בלויז אייו נישטיגען קליינעם זכור באנדעלע ? דיר איז איין זכר בונדעל גענוג???? איך געווענטליך דארף אפאר זכור בונדלעך ווען איך זעץ מיך שוין יא אראפ איבער א בארג זכור בונדלעך לכבוד דעם ספעציעלע מסיבה און די געהויבענע מאורע!

קען ער זיך רופן שמור באנדל.


ווי אזוי האט דער זיידע ר' לייזער וואלף געזאגט? א וואנע מיט זכור באנדלעך.....

נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 12:48 am
דורך אסף המזכיר
בודעפעסט זאל זיך ביטע איינשרייבען מיט אן אנדערע ניק, מיר האבן שוין ליטוואק פון בודאפעסט.

נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 3:31 am
דורך טאמבל סאס
דו ווייסט, אין בודאפעסט געפינען זיך אלע סארט אידן. נישט נאר ליטוואקעס. בודאפעסט איז נישט א קאמערל ; )

נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 9:38 am
דורך בן אדם
סתם בודאפעסט איז נישט אינטרעסאנט, ס'דארף זיין אדער ליטוואק פון בודאפעסט אדער [tag]חסיד פון בודאפעסט[/tag] אדער עני אנדערע אינדענטיפיקאציע נאמען שייך.

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 11:50 pm
דורך אסף המזכיר
אויך מיר א דעה איז נישט קיין פאסיגע ניק.

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 2:55 pm
דורך אסף המזכיר
J hirmh איז נישט קיין פאסיגע ניק.