בלאט 21 פון 25
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 6:04 pm
דורך berlbalaguleh
נפה האט געשריבן:זייער שיין ר׳ בערל יישר כח
ואגב צ״ל: אסיא דמגן במגן מגן שוה
בבא קמא פה עמוד ב
נפה: ייש"כ. איך זעה טאקע אז דו ביסט א נפה. דו זיפסט אדורך א יעדעס ווארט מיט י"ג נפה. (י"ג אורות איז שוין דא). אויך קענמען דיך רופן הגהות הב"ח (השני)...!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 8:59 am
דורך berlbalaguleh
אין ענגלאנד איז די עלעקטריק דיסטריביושן סיסטעם א ביסל אנדערש ווי אין אמעריקע און קענעדע. אויסער דעם פאקט אז זייער סיסטעם לויפט אויף (עכט) 220 וואלטס. האבן זיי נאך א פאר משוגע'נע זאכן אין דעם סיסטעם (שאי אפשר להסביר על רגל אחת.). איינס פון די זאכן איז אז די גאנצע עלעקטריק ווייערינג פן א הויז לויפט (עפ"י רוב) אויף 2 ברעיקערס. און כדי צו פראטעקטן די אפלייענסעס וואס מ'פלאגט איין האט א יעדע אפלייענס אן עקסטער פיוז. אריינגעבויעט אין דעם פלאג. הקטן לפי קטנו. והגדול לפי גדלו. די קלענערע אפלייענסעס האבן א פיוז פון 3 אמפערס. וואס פראטעקט דעם אפלייענס. און די גרעסערע, אזוי ווי א רעפרידזשערעיטאר אדער פריזער האבן איינס פון 13 עמפס. ווייל מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף דעם ברעיקער. וואס האט די שטארקייט פון 34 עמפס. (פרעג מיך פארוואס.). ווייל ביז ער וועט שפירן אז ס'איז דא א פראבלעים אויף די ליין , וועט שוין די אפלייענס לאנג זיין פארברענט אדער געדעמעדזשט. זיי האבן נאך א משוגעת. זיי האבן אזוי ווי א דזשי. עף.איי. פראטעקטאר. נאר ס'גייט אויף דעם גאנצן. אדער דעם האלבן הויז. (נישט אזוי ווי אין אמעריקע אז מ'לייגט א דזשי.עף.איי. פלאג דארט וואו מ'דארף פראטעקשן). די פראבלעם מיט דעם איז אז אויב מאכט זיך א קאנדישן וואו ס'איז דא ערגעץ וואו א ליעקידזש (א סכנה) דארף מען אדורך זוכן צענדליגער פלאגס און לייטס. ביז מ'טרעפט דעם פעלער...!
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 6:00 pm
דורך טמיר
א סייט וואס האלט חשבון אויף די ip אדרעס (למשל א קליסיפייד סייט וואס לאזט נאר לייגן א באשטימטע צאל קלאסיפיידס). טאמער מען ניצט א vpn, קענען זיי נישט האלטן חשבון?
און אויב מען ניצט א פילטער אזוי ווי משומר, מיינט אז האט vpn?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 6:07 pm
דורך טמיר
איז נישט פשט אז די סייט כאפט אויף די איי פי פון די vpn? איז דאך ווייטער די זעלבע פראבלעם
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 7:12 pm
דורך פאליטיקאנט
טמיר האט געשריבן:איז נישט פשט אז די סייט כאפט אויף די איי פי פון די vpn? איז דאך ווייטער די זעלבע פראבלעם
אמת, אויב ניצט מען די זעלבע VPN, און די VPN איז סטעטיק, טוסטו טאקע גארנישט אויף.
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 7:34 pm
דורך טמיר
פאליטיקאנט האט געשריבן:טמיר האט געשריבן:איז נישט פשט אז די סייט כאפט אויף די איי פי פון די vpn? איז דאך ווייטער די זעלבע פראבלעם
אמת, אויב ניצט מען די זעלבע VPN, און די VPN איז סטעטיק, טוסטו טאקע גארנישט אויף.
א דאנק.
וואס ניצט משומר/ליוויג'ענט, סטעטיק אדער דינאמיק?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 8:12 pm
דורך פאליטיקאנט
טמיר האט געשריבן:פאליטיקאנט האט געשריבן:טמיר האט געשריבן:איז נישט פשט אז די סייט כאפט אויף די איי פי פון די vpn? איז דאך ווייטער די זעלבע פראבלעם
אמת, אויב ניצט מען די זעלבע VPN, און די VPN איז סטעטיק, טוסטו טאקע גארנישט אויף.
א דאנק.
וואס ניצט משומר/ליוויג'ענט, סטעטיק אדער דינאמיק?
כ'מיין זיי נוצן אפי' נישט קיין VPN. נאר זיי פילטערן אלעס [בעיקר] אויפ'ן דעווייס אליין (MDM) שלא כדרך אנדערע פילטער'ס ווי נעטספארק וכדו' (עס נוצט די VPN טעכנאלאגיע פון די דעווייס, אבער עס טוישט נישט די איי פי).
קענסט עס בודק זיין:
-זוך אויף גוגל My Ip address אדער גיי צו דעם וועבזייטל
https://whatismyipaddress.com.
-נעם א סקרינשאט אדער שרייב אראפ די איי פי.
-צינד אן פליגער מאוד אדער ריסטארט די פאון.
-זוך נאכאמאל דיין איי פי, זע אויב עס האט זיך געטוישט.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 8:58 pm
דורך נפה
.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 10:26 pm
דורך berlbalaguleh
.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 12:10 am
דורך נפה
.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 12:46 am
דורך קורקלענד
.
נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2022 1:50 am
דורך וואלווי
וואס האט ליובאוויטשער רבי געהאט אין די גרויסע פעיפער בעג ווען ער פלעגט ארויסגיין פון 770?
נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2022 7:12 am
דורך הוגה
וואלווי האט געשריבן:וואס האט ליובאוויטשער רבי געהאט אין די גרויסע פעיפער בעג ווען ער פלעגט ארויסגיין פון 770?
בריוון און קוויטלעך. ע"פ רוב זענען די בילדער אויפן וועג צום אוהל פון דער שווער.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2022 8:43 pm
דורך Chasidishmashpia
ווי שטייט אין דגל אז חייב לטהר עצמו ברגל גייט ארויף אויף ריקודים לקראת כלה?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2022 9:10 pm
דורך תוהו ובוהו
Chasidishmashpia האט געשריבן:ווי שטייט אין דגל אז חייב לטהר עצמו ברגל גייט ארויף אויף ריקודים לקראת כלה?
דגל מחנה אפרים.jpg
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2022 9:29 pm
דורך Chasidishmashpia
יישר כח
זאלסט זיין געבענטש.
(איך האב עס געזוכט אין פרשת בא ולא מצאתיו.)
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 6:19 pm
דורך Chasidishmashpia
מען זאגט נאך פון בית אהרן א רקידה איז גרעסער ווי תפילה ווייל רקידה איז מיט די גאנצע גוף משא"כ תפילה. איז טאקע דא אזא בית אהרן? און אויב יא ווי?
נשלח: זונטאג אקטאבער 02, 2022 5:49 am
דורך מאנרא יונגערמאן
וואס דארף איך נאכקומען צו קענען אנקומען צו די פארמאכטע אפטיילונג אין קאווע שטיבל
נשלח: זונטאג אקטאבער 02, 2022 1:47 pm
דורך Chasidishmashpia
מאנרא יונגערמאן האט געשריבן:וואס דארף איך נאכקומען צו קענען אנקומען צו די פארמאכטע אפטיילונג אין קאווע שטיבל
וואס איז די פארמאכטע אפטיילונג? VIP?
נשלח: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:12 pm
דורך berlbalaguleh
ס'איז נישט אזא מציאה ווי דו מיינסט. ס'האט זיך אריגינאל אנגעהויבן אלס א הילף פאר מענטשן וועלכע האבן געוויסע פראבלעמען. נאר ס'איז דא איינער (אדער מער) וועלכער רופט זיך אנאנים. און ער געט ארויס אלע זיינע פערווערסיעס אין דעם אשכול.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 6:17 pm
דורך מתבודד
ווייסט איינער וואס געוויסע טוען מיט א פארגרעסערונג-גלאז בשעת’ן קויפן א אתרוג??..
איז עס א מנהג חסידים? האבן עס שוין די ראשונים געטון?
בין איך יוצא אויב מיינע אויגן האבן נישט געקוקט אויפן אתרוג דורך אזא גלאז?...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 7:01 pm
דורך berlbalaguleh
מתבודד: פאר'ן באשעפער ביסטו זיכער יוצא. נאר פאר די אויפטוערס אין ביהמ"ד וועלכע גייען ארום באקוקן א יעדנ'ס אתרוג. און זיך בארימען ווי שיין און ריין זייער'ס איז. לעומת די אלע אנדערע. נו, פאר עפעס האט ער דאך אויסגעגעבן א טויזנטער (וואס ער האט נישט.).
נשלח: פרייטאג אקטאבער 07, 2022 8:21 am
דורך מתבודד
berlbalaguleh האט געשריבן:מתבודד: פאר'ן באשעפער ביסטו זיכער יוצא. נאר פאר די אויפטוערס אין ביהמ"ד וועלכע גייען ארום באקוקן א יעדנ'ס אתרוג. און זיך בארימען ווי שיין און ריין זיער'ס איז. לעומת די אלע אנדערע. נו, פאר עפעס האט ער דאך אויסגעגעבן א טויזנטער (וואס ער האט נישט.).
דערמאנסט מיר פון שולי ראנד’ס
אושפיזין