בלאט 202 פון 214

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:52 pm
דורך בני אהרן
איך בין גיבוירן אין וויליאמסבורג. גילערנט אין סאטמער חתונה גיהאט קיין בארא פארק. איך דריי איך אין באבוב. איך םרויביר צו טראכטין ארויס פין די באקס, וואס פארדעים האב איך ליב צו נאשען פין קאווע שטיבל.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 6:20 pm
דורך אמבקש
א גוטן אייך:
די ניק וואס איך האב זיך אויסגעקלויבט, איז מבקש, ווייל אויב וואלט איך געמיזט ענטפערן פאר איינעם אין בלויז איין ווארט וויאזוי וואלט איך באשריבן מיין יעצטיגע פארש/וויסנשאפט פאזיציע אין מיין לעבן, וואלט איך ג'ענפערט "א מבקש".
איך בין נישט ניי צו קאווע שטיבל בכלל. איך שפאציר שוין ארים דא יארן לאנג. צו זעהן די תגובות איז מיר לעצטנס וויכטיג געווארן, פראביר איך זיך רעגאסטרירן, האפנטליך מיט הצלחה.
א דאנק
מבקש

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 6:21 pm
דורך פוליש אמבאסאדאר
א חסידישע יונגערמאן פון בארא פארק מיט אביסל איבריגע צייט . זיכט זיך אויסצוברייטערן די ידיעות
מער ווי די צנזור קאנטראלירטע מידיע ערלויבט.
איך האף צו צוגעבן צו די פארום פון מיין עקספיריענס און נאליזש .
דאס אלעס וואס איך האב צו זאגן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 6:21 pm
דורך וואס זאגסטו
יאך בין א שומר תורה ומצוות וואס 'דארף אלעס מיטהאלטן' אבער נישט קיין מוילמאכער. ווי ס'שיינט איז קאווע שטיבל א פיין מקום דערפאר. איך בין א דרייסיגער מיט נישט קיין שלעכטע פעדער. און מיט מח קעמערלעך וואס האבן ליב צו פראסעסירן אינטרעסאנטע אינפא.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 6:21 pm
דורך דער עקס
איך בין א סטאנדארט חסידישער אינגערמאן פון ערגעצווי אין אייראפע.

איך גלייך צו ליינען אסאך און בארייכערען מיינע ידיעות און פארברייטערן מיין פערספעקטיוו.

בדיעבד קען איך צומאל אויך שרייבן און צולייגן מיינע צוויי פרוטות.

עס געפעלט מיר די אפנקייט און אייגנארטיקייט פון דעם קאווע שטיבל. איך האף זיך צו מאכן באקוועם און טרעפן דא מיין פלאץ.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 6:22 pm
דורך פידל
א פשוט'ע אינגערמאן אין לאנדאן.
לערנט אין כולל און שפילט אויפן פידל.
גלייכט מוזיק און נאך אסאך נושאים.

האפט צו קענען שרייבן איבער מוזיק און נאך וויסנשאפטליכע נושאים אויף וועלכע עס איז דא ווייניג אידישע ליטעראטור (דערווייל).

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 6:22 pm
דורך חכמה-3
שלום וברכה טייערע חבירים
זענען מיר דא אריינגעסיינט צו זיך אויסשמיסען איבער אקטועלע נושאים העומדים על הפרק
איז זענען מיר דא צו הערן און שערן, און אביעלע די קאפ זיך אויסליפטערן וואס טוט זיך און אינזער היימישע וועלטעלע שטיבעלע

איך מאך מיר באקוועם
טון מיר אן די סיעט בעלטס און גייען מיר אויף א רייזע באנאזאם
אונז האמיר אינזער אייגענע צוויי דריי סענס צוצילייגן וואס מען וועט הנאה האבען בעזה"ש

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:32 am
דורך מענדל בייליס
איך בין א פשוט'ער איד. איך גלייך צו ליינען און בארייכערן מיינע ידיעות און מהלך המחשבה. נאכ'ן דא ליינען א לענגערע צייט האב איך באשלאסן צו עפענען א ניק צו פארגרינגערן דאס ליינען און אפשר צומאל אויך אריינרעדן אינעם שמועס אויב דער אייבערשטער וועט חונן דעת זיין.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:46 am
דורך גברא דלא עביד
איך האלט שוין מיט די לעצטע שטיק צייט דא, אבער אן קיין רעגיסטראציע קען מען נאר זעהן כטיפה מן הים. איך האף צו קונה זיין אסאך דא איו דער איינציגסטע פלאץ ווי וויכטיגע נושאים קענען ווערן אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת אהן אימת הקהל והצענזור.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:51 am
דורך באַקוועם
העלא איך וואוין אין ברוקלין איך האב קיינמאל נישט געשריבן אין פובליק, אפשר יעצט וועל איך עס אבער איך האב אסאך צו זאגן איך בין אויפגעוואקסן אין א גרויסער קהילה איך האף צו הנאה האבן פון דעם קאווע צימער

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 7:25 pm
דורך בגתן
איך זוך א באטעמטע פלאץ, זיך אויסצולפוטערן מיינע מידע ביינער און אויסגעמוטשטע מח ,איך האף איהר זאלט הנאה האבן פון מיר און מיינע צוויי צענט

בעזר השם האף איך צונאגן עפעס גוטס און אייך מהנה זיין , וואו איהר וועט זיך גוט באקענען מיט בגתן

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 7:26 pm
דורך איוואן די שיכור
א גיטען מיין נאמען איז איוואן די שיכור, איך האב מחליט געווען צי קימען דא אויף קאווע שטיבל צוליב וואס איך האב זייער הנאה צי בייקימען די נייעס אויף א יודישע אין אויסגעהאלטענע פארנעם, אין איך קוק פאראויס צי הנאה האבן פין אייך, אין איך האף אז איהר וועט הנאה האבן פין מיר, א דאנק.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 7:26 pm
דורך איש מרדכי
איך בין א רעגעלע יונגערמאן אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג חתונה געהאט צי בארא פארק, איך פראביר צי זיין ווי מער סקעפטיש אויף אלעס וואס איך הער אין לייןת
נישט גלייבן איין זייט אויב ס'דא נאך א זייט וואס שרייט אנדערש, בקיצור די שטיבל דא האט ברוך השם א רעקארד נישט צי אראפשלייכענען א תגובה נאר ווייל די פירערס האלטען אנדערש.

פארדעים בין איך דא!

העלאו

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 7:26 pm
דורך ישמחמשה
איך וואוין אין בארא פארק. זייער אפט פיל איך אז איך בין אחיין אין מיין געדאנקן. עס אינטערעסירט מיר צו ליינען וואס אנדערע טראכטן וועגן פארשידענע טעמעס. יישר כח פאר די געלעגנהייט צו ליינען און צו לערנען.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 2:07 pm
דורך אייזיק שפירא
שלום וברכה אלע חשובע שרייבער און ליינער

אזוי ווי אלע מעמבער'ס, וויל איך אויך ווערן א מעמבער דא אין קאווע שטיבל
און איך האף אז די הנהלה וועט מיך אנעמען, און אקטיוויזירן מיין ניק.

צום ווידער זעהן, בס''ד ווען איך וועל ווערן אנגענימען

החותם בשם, אייזיק שפירא

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 2:07 pm
דורך חכם מכל האדם
א היימישע ליינער. מיט אינטערעסע אין נייעס און

באשרייבינגען. איך האב הנאה פון דעי אשקול. איך שעץ

זייער גוטע שרייבער. און וויל מיטהאלטן די נושאים. ביטע מיך געבן צוטריט צום פלאץ

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 2:08 pm
דורך בדרך אפשר
א גוטן יעדער איינער, מחשבה איז א שטארקע זאך מיט א מוראדיגע כח וואס דעיס קען מען פארשטיין אביסל פון צווישן די קאווע שטיבל ווענט, וואס משום זה איז עס נאר ״בדרך אפשר״ ואני אקטן גלייך מחשבה ,איך מיין סאיז שוין 40 ווערטער,הצלחה רבה

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 7:03 pm
דורך בנציב
כזיך צו ווערן בּאהאוונט אין נושאים וואס זענען נישט אויסגעשמועסט אין אלגעמיינע אידיש געשריבן ליין מאטריאל/וועבסייטס, אויך גלייך איך צו זעהן מיינונגען וואס טשעלענד'ן מיין דיפאלט בליק אויף אידישקייט, ווי אויך ווייס איך אז שרייבערס דא האבן אפט געשמאקע קאמישע געשרייבעריי

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 7:05 pm
דורך זינגעלע
א גוטן, מיין נאמען איז זינגעלע. איך וואוין אין די שטאט מאנסי, איך ארבעט ב"ה רוב טאג אין א ארבעט וואס איך בין ב"ה זייער צופרידן. אין מיין זייטיגע צייט האב איך ליב צו פארברענגען מיט חברים און גוטע פריינד, און דעריבער בין איך זייער 'עקסיידעד' זיך אנצושליסן אין 'קאווע שטיבל' וואו כ'וועל קענען געשמאק פארברענגען מיט אנדערע אידן אויף געשמאקע און לייכטע פארנעם. כ'קען קוים ווארטן!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 7:05 pm
דורך אשרי העם
איך שרייב זיך איין דא אויף די פלאטפארמע קאווע שטיבל ווייל איך בין א ידען נפלא און איך זיך די מח מיינע זאל ווערן רייכער מיט נאך ידיעות
און איינוועגס מיט טיילן מיינע ידיעות פאר אנדערע

וויסן זאלן ענק אז ווען משיח וועט קומען וועלן אלע פארומס און אנליין גרופעס אינטערגיין

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 7:08 pm
דורך קרעטשניף-פאפא
אין די כולל וואו איך האב אמאל גלערנט, האב איך אלעמאל געשמועסט מיט די אנדערע חברא איבער אסאך טעמעס וואס מען רעדט דא, און זיי האבן מיר כמעט ארויסגעווארפן בשביל דעות כוזבות...
אז אמרתי הנה באתי לאתרא קדישא הדין, עם ת''ח מכל אתר ואתר, להגיע לנקודת האמת, לאמיתה של תורה

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 7:09 pm
דורך חס ושלום
א גוטן.

איך בין נישט ניי דא אינעם שטיבל, אבער פאר עפעס א סיבה קען מיין ארגינעלער ניק מער נישט אריינלאגן, נאר ביים פרובירן אריינצולאגן קומט ארויף אן מעסעדזש (איבערגעזעצט פון א צוברכענע לשה"ק מיט די ספרדישע הברה. איין מינוט. פון וואו ווייס איך מיט וועלכע הברה ס'איז? נעווער מיינד) "דיין ניק ארבעט נישט יעצט אויפ'ן מאמענט. אויב דו שטויסט זיך אן מיט שווערעקייטן ביים אריינלאגן, דאן טו זיך פארבונדן מיט'ן הויפט אדמיניסטראטאר פון קאווע שטיבל".

וועט איר פרעגן פארוואס איך פארבינד זיך נישט מיט אים? ווייל איך ווייס נישט וויאזוי! און מיין איינציגסטע וועג צוריק אריינצוקומען איז צו עפענען א נייע ניק.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 7:11 pm
דורך אפרים
לשעבר היה חבר בכת לב טהור. ויצא משם משם לפני שנתיים. כהיום גר בניו יורק. עם הרבה מידע אמיתי על הנושא הזה. ועל כל המשוגעים שם. מבקר תמידי בקהילת אור חדש של הגרים בגוטמאלה ומשתתף בסיפורים המעניינים שלהם. בקיצור סיפורים מעניינים של גואטמלה...