בלאט 204 פון 213

נשלח: דאנערשטאג יולי 22, 2021 11:50 pm
דורך אישתישבי
ונהפך הוא האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:If it’s a rational epistemological method for ascertaining “knowledge” in that regard, and there is inherently no avenue for evidentiary claims or counterclaims (which can be conceded has more warrant), is that not reason enough? You can advance a Wittgensteinian argument “Whereof one cannot speak, thereof one must be silent”, but that would preclude both arguments for and against - which seemingly leave the theist at his status quo (if he is silent by acknowledging its limits).
First of all, it isn't like it's widely accepted. And no, it wouldn't leave us at status quo, it would mean, there's no reason to believe in Fidelism, then there's no reason to believe free will is intrinsically good, which would leave open my original question, "why did God create evil?"

Sent from my SM-G781U using Tapatalk

ווער בין איך אריין צו רעדען אין אזא געהויבענע שמועס. אבער צו פארענטפערען דער מורא'דיגע צ"ע פין פון ונהפוך, פארוואס האט דער אויבערשטער באשאפען שלעכטס? ובורא רע זאגט דער פסוק.

איז דאך באקאנט דער מעשה מיט דער ר"ר זושא, דער מגיד האט געשיקט איינער וואס האט נישט פארשטאנען דער חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה, ווי אזוי איז דאס מעגליך? האט דער ר"ר זושא געזאגט אז ער פארשטייט אויך נישט, וואס איז דאס רעה בכלל?

און לכאורה איז שווער אויף דער ר"ר זושא, א"כ אז עס איז נישטא קיין רע, פארוואס זאגט דער גמרא זעלבסט חייב וכו' על הרע? עס איז דאך נישטא קיין רע!

אבער נלע"ד אז דאס זאגט דער גמרא לויט דער ר"ר זושא, חייב אדם זיך אויסצוארבעטען, אז ער זאל איינזעהן אז עס נישטא קיין רע. און דעמאלס איז עס כשם שמברך על הטובה.

און ווען דער תורה זאגט ראה נתתי לפניך את המות ואת הרע, ובחרת בחיים, מיינט עס צו זאגען אז דו זאלסט איינזעהן אז עס איז נישטא קיין רע דורך דיין בחירה אין טוב.

האמיר דא א גאנצע אנדערע פשט און בחירה, און שלעכטס, וקושיא מעיקרא ליתא.

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: פרייטאג יולי 23, 2021 12:31 am
דורך תוהו ובוהו
אישתישבי האט געשריבן:און לכאורה איז שווער אויף דער ר"ר זושא, א"כ אז עס איז נישטא קיין רע, פארוואס זאגט דער גמרא זעלבסט חייב וכו' על הרע? עס איז דאך נישטא קיין רע!

מ'קען נישט פרעגן אויף ר' זושא פון א גמרא, ער נעמט דאך זיינע זאכן פון דארט ווי די גמרא נעמט ותנא הוא ופליג.

נשלח: פרייטאג יולי 23, 2021 8:48 am
דורך אישתישבי
תוהו ובוהו האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:און לכאורה איז שווער אויף דער ר"ר זושא, א"כ אז עס איז נישטא קיין רע, פארוואס זאגט דער גמרא זעלבסט חייב וכו' על הרע? עס איז דאך נישטא קיין רע!

מ'קען נישט פרעגן אויף ר' זושא פון א גמרא, ער נעמט דאך זיינע זאכן פון דארט ווי די גמרא נעמט ותנא הוא ופליג.

גוט געזאגט.

אבער אויף א פסוק אויך?

נשלח: מאנטאג יולי 26, 2021 5:17 pm
דורך דוראק
אפשר זאָל אַ מנהל צוזאַמענשטעלן אַלע הודעות פון דער איצטיקער איבערשרײבעניש בענין צדיק וטוב לו און זיי אַרײנשטעלן אין אַ באַזונדער אשכול?

נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 6:53 am
דורך berlbalaguleh
דוראק: דאס איז אן ארבעט פאר דעם מהר"ם (מלובלין) אדער מהרש"א. ניט פאר א מנהל פון א אינטערנעט וועב זייט...!

נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 2:30 pm
דורך וואלווי
אויב ר חיים קאניעווסקי, ר' יעקב מאיר שכטר, וכדו' וואלטן געוואוינט דא אין בארא פארק, וואלטן געלד געבערס נאכאלטס אויס געטוהן די טעניס שארטס, אנגעטוהן מיט שיינע הוט וכו', און געצאלט גרויסע געלטער זיך צו לאזן כאפן בילדער מיט זיי...?

נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 3:03 pm
דורך בן נון
וואלווי האט געשריבן:אויב ר חיים קאניעווסקי, ר' יעקב מאיר שכטר, וכדו' וואלטן געוואוינט דא אין בארא פארק, וואלטן געלד געבערס נאכאלטס אויס געטוהן די טעניס שארטס, אנגעטוהן מיט שיינע הוט וכו', און געצאלט גרויסע געלטער זיך צו לאזן כאפן בילדער מיט זיי...?

אויך וויל איך וויסן פארוואס ווען איך גיי קיין מירון טרעף איך נאר אמעריקאנע אידן אזוי אויך ביים כותל און קבר דוד
אבער ווען איך גיי צו די סטעטשא אוו ליבערטי אדער די עמפייער סטעיט בילדינג אויב טרעף איך א איד איז עס דייקא א ישראלי
פארוואס ווען איך בין און אויסלאנד פונקט דעמלטס כאפט מיר א תשיקה צו גיין צו די זאא(טיר גארטן) בעת וואס ווען איך בין אינדערהיים בין איך קנאפע אינטערעסירט און בראנקס זאוו?
איך ווינדער מיך פשט וואס איז די לאגיק ביהיינד איט

נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 3:11 pm
דורך וואלווי
בן נון האט געשריבן:

די אמת'ע תירוץ איז, אז דארט ווי א מענטש וואוינט און דארף גיין ארבייטן איז נישטא קיין געהעריגע ליידיג צייט אדער אפילו אינטערעסע צו פארברענגן צו פול, און אודאי איז נישט דא די ערדזש צו "אריינכאפן". משא"כ אויף וואקאציע אין א פרעמד לאנד איז די גאנצע זיין דארט נאר פאר פארוויילינג

נשלח: דאנערשטאג יולי 29, 2021 7:04 am
דורך berlbalaguleh
בן נון האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:אויב ר חיים קאניעווסקי, ר' יעקב מאיר שכטר, וכדו' וואלטן געוואוינט דא אין בארא פארק, וואלטן געלד געבערס נאכאלטס אויס געטוהן די טעניס שארטס, אנגעטוהן מיט שיינע הוט וכו', און געצאלט גרויסע געלטער זיך צו לאזן כאפן בילדער מיט זיי...?

אויך וויל איך וויסן פארוואס ווען איך גיי קיין מירון טרעף איך נאר אמעריקאנע אידן אזוי אויך ביים כותל און קבר דוד
אבער ווען איך גיי צו די סטעטשא אוו ליבערטי אדער די עמפייער סטעיט בילדינג אויב טרעף איך א איד איז עס דייקא א ישראלי
פארוואס ווען איך בין און אויסלאנד פונקט דעמלטס כאפט מיר א תשיקה צו גיין צו די זאא(טיר גארטן) בעת וואס ווען איך בין אינדערהיים בין איך קנאפע אינטערעסירט און בראנקס זאוו?
איך ווינדער מיך פשט וואס איז די לאגיק ביהיינד איט

בן נון: מ'קען זאגן בדרך צחות. ווייל ווען דו ביסט אין די בראנקס כאפט דיך נישט אן קיין חשק/תאוה צו גיין זעהן די חיות אין זאא. ווייל דארט דרייען זיי זיך ארום אויף די גאסן...!

נשלח: זונטאג אוגוסט 01, 2021 9:11 pm
דורך סעגאל
יעצט דארף שבת אחים שרייען אז די ביסט א ראסיסט. אין די בראנקע איינוואנער אין זייערע בראדערס זענען נישט קיין חיות.

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: פרייטאג אוגוסט 06, 2021 6:05 pm
דורך מאנטריאל
איז דא אזא מציאות אז א גוף פון א צדיק האלט זיך מאכן שטארבן אזוי ווי מען פארציילט אויף ר יוחנן סלאנימער אויכעט אויפן רבי ר מיילעך

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: פרייטאג אוגוסט 06, 2021 6:06 pm
דורך מאנטריאל
*נאכן שטארבן

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

נשלח: זונטאג אוגוסט 08, 2021 12:25 am
דורך בן נון
איך בין שטארק נייגעריג פון ווי קומט די זאך פון נישט ארויס זאגן א מחלה נאר זאגן יענע מעשה וכו’ איז עס א נייע משגעת
סאיז באקאנט אז געוויסע זאגן נישט ארויס די ווארט מעסער דאכצך עפעס אזא סארט חסידישע קפידא אבער ביי קענסער איז עס געווארן נחלת הכלל אשטייגער ווי חיים יענקל איז נעבעך אוועק פון יענע מעשה ל”ע

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: זונטאג אוגוסט 08, 2021 12:59 am
דורך תוהו ובוהו
אפשר קומט עס פון the-one-who-shall-not-be-named פון הארי פאטער..

ערענסט גערעדט, איז עס מסתמא די עלטסטע וועג פון דילען מיט שרעקעדיגע מיסטישע מושגים (ע''ע סמאל ולילית)

נשלח: זונטאג אוגוסט 08, 2021 10:43 am
דורך הקטן
אל תפתח פה לשטן
דאס רעדט פין זאגן עפעס שלעכט אויף זיך אדער אויף אן אנדערן, נישט אוועקשטיין פין א ווארט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 9:23 am
דורך Nanach
ווען האט זיך אנגעהויבן די זאך אז פרויען דארפן גיין מיט סליפס? ווער האט עס איינגעפירט?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 11:59 am
דורך אינדיבידואל
איך ווייס נישט אויב עס באלאנגט דא , אבער איך האב נישט געטראפן קיין אנדערע אשכול ,איך זיך א ביך וואס איז מסביר אריסטו׳ס פיזיקס , וואס איז בעיקר focused אויף מסביר זיין דו פילוזאפישע מושגים , אין דירעקט נישט קיין מתרגם אדער פראבירט צו שרייבן אויף זיין סגנון

Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 1:21 pm
דורך קאך_לעפל
האסט געשעקט ביי הצלחה ספרים סטאר?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 9:38 pm
דורך berlbalaguleh
קאך לעפל: ייש"כ. איך זוך אויך א בוך אדער ספר וואס איז מסביר אלע שיטות פון פילאזאפיע. נאר צוערשט דארף איך מיך ספראווען וויאזוי צו באצאלן די רענט, מארגעדזש און קאר ליעס. און נאך 500 אנדערע וויכטיגע עניינים.

אויך. מיין ווייב לערנט דעם דף היומי.... א יעדן טאג קומט זי און זי זאגט אז זי דא(ר)ף דאס און די אנדערע...!
ווען איכ'ל פארטיג ווערן מיט אלע מינדערוויכטיגע פראבלעמען וועלל איך מיך (בלי"נ) נעמען צו חקר'נען פילאזאפיע...! וואס אריסטו האט געזאגט. צי ער איז גערעכט געווען. אדער נישט. און וואס דער רמב"ם זאגט אין מורה נבוכים...!

אדערוויילע (כלשון הרב דוראק שליט"א) באדערט מיך נישט די אלע פראגעס...!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 9:44 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ר׳ בערל: איר זענט דאך שוין קעניינעהארע א בן שבעים, אם לא עכשיו אמתי? וואס וועסטו טוהן ווען דו וועסט ארויפקומען אויבן נאכ׳ן 120 און אריסטו זצוקללה״ה וועט דיר פארהאלטן פארוואס דו האסט נישט געלערנט זיינע ספרים, וואו וועסטו זיך פארשטעקן פאר בושה?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 9:50 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: איכ'ל איהם שיקן צו די באנק. און די קאר ליעסינג קא...!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 1:27 pm
דורך וואלווי
וועלעכע פון די מתי מצוה פון די לעצטע פאר צרה'טע יאהר א האלב האט מעורר געווען די וויכטיגע אגענדעס פון ר' אהרן ט"ב, ר' אברהם שארר, סאדיגורער רעבעצין, חברים, וכו' צו ארויפשפרינגן אין איין וואך צו ראטעווען "אנדערע" פון פארפארן מדרך הישר...?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 1:31 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ר׳ בערל: איר זענט דאך שוין קעניינעהארע א בן שבעים, אם לא עכשיו אמתי? וואס וועסטו טוהן ווען דו וועסט ארויפקומען אויבן נאכ׳ן 120 און אריסטו זצוקללה״ה וועט דיר פארהאלטן פארוואס דו האסט נישט געלערנט זיינע ספרים, וואו וועסטו זיך פארשטעקן פאר בושה?
חיים גראדע וועט עם אריינוויקלען אין אויבערראק[emoji23]

Sent from my SM-G991U using Tapatalk