בלאט 204 פון 214

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 8:05 pm
דורך בשמחה
א גוטן מיינע טייערע חברים. עס איז מיר א כבוד אייך צו באגריסן, איך האב א געפיל צו שרייבן, ממילא ווען א פריינד מיינער האט מיר איבערגעגעבן וועגן אזא זאך פון קאווע שטיבל, האב איך מיך גלייך צוגעכאפט דערצו ווי צו געבראטנ'ס. איך בין אין די מיטעלע צוואנציגער יארן, און איך האב אין פלאן צו שרייבן גאר שיינע זאכן בעזרת ה'.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 8:05 pm
דורך גוט טראכטער
איך בין א גאר נייגעריגע מענטש - א ידען וחוקר, און א גראד טראכטער מיט א ישרות הדעת
איך האב בוחר גיוועהן קאווע שטיבל ווייל עס איז זייער א אפענע פלאץ מיט ברייט טראכטיגע מענטשן out of the box אבער פרומע אידן

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 1:31 pm
דורך משהאהרן
איך בין פאראינטערעסירט אין אידישער קולטור און שפראך, און איך וויל העלפן צו באהאלטן און פארשפרייטן דעם יידישן לעבנס-שטייגער.

איך האף אז דאס קאווע שטיבל וועט זיין א פלאץ וואו איך קען זיך צוזאמענקומען מיט אנדערע אידן און זיך פילן ווי אין דער היים. איך וויל דא קענען רעדן אידיש פריי און אן מורא, זיך אויסטוישן מיט אנדערע אידן, און לערנען נייע זאכן איבער אונדזער קולטור.

איך בין גליקלעך צו זיין דא, און איך ווארט מיט אומגעדולד צו באקענען זיך מיט אלעמען.

אנא שרייבט מיר אין די קאמענטארן וואס איר טראכט וועגן מיר, און וואס איר וואלט וועלן זען אין דעם קאווע שטיבל.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 1:32 pm
דורך סקעפטיקעל
איך בין דא א גאר אלטע ליינער כאטש איך שרייב ווייניג ווייל איך בין נישט געוואונט צו שרייבן אין אידיש און איך וויל נישט נערווירן די ליינער דאץ (אוך ווער אויך זייער נערוועז ווען איינער דא איז מגיב דא אויף ענגליש)

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2024 1:54 pm
דורך מנהל
סקעפטיקעל האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 1:32 pm איך בין דא א גאר אלטע ליינער כאטש איך שרייב ווייניג ווייל איך בין נישט געוואונט צו שרייבן אין אידיש און איך וויל נישט נערווירן די ליינער דאץ (אוך ווער אויך זייער נערוועז ווען איינער דא איז מגיב דא אויף ענגליש)
@סקעפטיקעל איז בטעות אקטיוויזירט געווארן, און איז יעצט פארשפארט געווארן מפני כבודו פון חברינו היקר @סקעפטיקער.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2024 2:06 pm
דורך berlbalaguleh
מנהל האט געשריבן: פרייטאג מערץ 22, 2024 1:54 pm
סקעפטיקעל האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 1:32 pm איך בין דא א גאר אלטע ליינער כאטש איך שרייב ווייניג ווייל איך בין נישט געוואונט צו שרייבן אין אידיש און איך וויל נישט נערווירן די ליינער דאץ (אוך ווער אויך זייער נערוועז ווען איינער דא איז מגיב דא אויף ענגליש)
@סקעפטיקעל איז בטעות אקטיוויזירט געווארן, און איז יעצט פארשפארט געווארן מפני כבודו פון חברינו היקר @סקעפטיקער.
ייש"כ: איך האב מיך (טאקע) געוואונדערט וויאזוי ס'האט זיך אדורכגעגליטשט דער נאמען "סקעפטיקעל" וואס איז זייער שטארק ענליך צו "סקעפטיקער".

ווייל ביי די אנדערע ניקס וועלכע האבן א פריער'דיגע ניק מיט אן ענליכן נאמען אזוי ווי שעפטאל ווס.שעפטל. אדער אפטימיסטיש ווס. אפטעמיסט איז די הברה אנדערש. און מ'קען נישט (גרינג) קומען לידי טעות.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2024 9:51 pm
דורך עסן עסט זיך
איך בין א באשיידענע אינגערמאן וואס זוכט זיך אביסל אויסצולופטערן און מיטהאלטן נייעס און קאנטרערווערסיעס אין די היימישע גאס. איך פארשטיי אביסל צו פאליטיק און דאס גלייכן. קאווע שטיבל זעהט אויס צו זיין גאר א גאר א גרויסע קוואל פון וויסנשאפט אין ידיעות דערפאר האב שטארק חשק דא צו זיין.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2024 9:52 pm
דורך ייןמשומר
געלערנט אין סאטמאר אויפגעוואקסן אין בארא פארק געזען א וועלט אויסער סאטמאר זיך אייביג געוואונדערט פארוואס האלו מען אין סאטמאר אז זיי זענען מער חשובער וואו א צווייטע קהילה/חסידות און נאכדערצו אז אין סאטמאר פלעגט מען פרעדיגן אז זיי זענען אנדערש וואו אנדערע און זענען נישט קיין קעלבלעך וואס גלייבען אין א רבין בלינדערהייט

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2024 9:52 pm
דורך צוגעלאזן
איך בין א איד געלויבט גאט, עליות און ירידות זענען א חלק פון מיין (און יעדעמ'ס) מציאות... אלץ אן אימאשינעל מענטש זענען מיינע עליות אויף א "היי" און מיינע ירידות א ריכטיגע "לאו"...

געהאט א ניק און געווארן געווארפן פון ישיבה צוליב נישט אריינפרעגן ביים שיעור און איך האף אז מיט מיין נייע נאמען גיי איך שוין זיין וואויל...

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2024 9:53 pm
דורך פייג צווייג
לכבוד די קאווע שטיבל מיטגלידער:

איך האב הנאה צו מיטהאלטן די אינהאלטסרייכע ארטיקלען און כ׳וואלט אויך געגליכן צו צוגעבן,
באשלאסן האב איך צו ווערן א מיטגליד נאך די לעצטיגע אויסשליסונג ענדערונג פאר די אויסגעשלאסענע, אבער פאר מיר איז עס א איינשליסונג מוטיגונג
און טאקע די מעגליכקייט צו קענען קאמענטירן!
יארגאנג: מיטעלע 20ערס

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:38 pm
דורך טראכט אין פראביר
א פשוטע יוד וואס זיכט צו הערן אין פארשטיין וואס אנדערע מענטשן טראכטן אין זאגן אין זיך טוישן די איינגעגעסענע שווערע נאטורן פאר די אמתֶ אין נישט וויי צוטוהן א צווייטע איד

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:39 pm
דורך יעקב123
איך האב זייער שטארק הנאה פון קאווע שטובל און איך וויל ווערן א חלק פון די הייליגע סייט
ישר פארן אהערשטעלן אזא געשמאקע סייט
איך בין העפי צו דזשוינען אזא געשמאקע סייט

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:39 pm
דורך בלומען
איך בין א ארבעט פון א סטאר איך האב ליב צו לייענען איך האב ליב עקשן איך בין א חסיד פונעם סאטמארער רבי איך דאווענען שחרית און ראדני בית המדריש איז דא אינטערעסאנטע נוסים

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:39 pm
דורך בקע לגלגולת
איך האב זייער ליב אידישע היסטוריע. איך וויל ליינען און שרייבן וועגן דעם אידישן לעבנס שטייגער פון אמאל און היינט.

איך בין פרייליך צו זיין א חלק פונעם שטיבל, און איך ווארט זיך צו באקענען זיך מיט די עולם.

איך האף צום באשעפער אז מיינע ארטיקלען וועלן עושה רושם זיין.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:40 pm
דורך גברא רבא
איך בין דא א גאר אלטע ליינער כאטש איך שרייב ווייניג ווייל איך בין נישט געוואונט צו שרייבן אין אידיש און איך וויל נישט נערווירן די ליינער דא (איך ווער אויך זייער נערוועז ווען איינער דא איז מגיב אויף ענגליש דא )

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:40 pm
דורך נייגעריגער אברך
איך האב געהערט אסאך איבער קאווע שטיבל און איבער נושאים וואס ווערט דא דורכגעטוען און איך פיל איך קען אסאך צילייגען און הנאה האבן
א גרויסע יישר כח אויף אלעס וואס איר טוט

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:40 pm
דורך נערמאל אין גראד
איך בין א נאךא פשוטע נארמאלער אינגערמאן וואס האט הנאה ציהערן אנדערע מענטשן מיינונגען אין אלע ענינים אין אריינלייגן מיין צוויי סצענעס אין איך דארף נישט אלעמאל זיין גערעכט.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:40 pm
דורך ביכער
איך זיך א ווינקל צי שמועסן און פארברענגען אין הערן אביטל וואס טיט זיך אויף די וועלט, איך ארבעט שווער איק איך דארף די פלאץ ווי מען קען זיך אויסליפטערן אין צי לייגן וואס איך האב צי זאגן צי די שמועס

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:41 pm
דורך ימיני
א טיפיקעל אינגערמאן און די צוואנציגער יארן, שטארקע חובב נגינה חובב היסטאריע חובב ארט, שטארק אינטרעסירט און השקפה ענינים, און אין וועלטלעכע פאליטיק, שטארקע חסיד פון פרי ספיעטש

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:41 pm
דורך קעסטענלויבער
א פשוטער יוד גלייכט צו לערנען אין שטודירן, היבש א נייגעריגער אין א קנאפע יענטע , א בן ארבעים וואס פירט זיך ווי א בן שלושים. קאווע שטיבל האט מיר ברייטערע נושאים ווי מ'קען ארויסקאלארען פין די באקס

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:42 pm
דורך ביתשלום
איך בין א יונגערמאַן, א חסיד פון סאַטמאַר, וואס לעבט אין ברוקלין. ארבעט איך אין א היימישן געשעפט, און מיינע האָביס זענען לערנען, שפּילן מוזיק, און טיילן זמן מיט משפּחה און פריינט. האָפֿע איך צו טרעפֿן דאָ חברים מיט וועמען צו רעדן וועגן חסידות, לעבנס שאלות און אויך צו לערנען נייע זאַכן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:42 pm
דורך איידעלער
א גוטען איך בין דער ניק צדיקל איך בין א געסעטלטער אינגערמאן וואס גלייכט אויך צו מאכן א לעבען און זיך צו ענדזשויען אין די פרייע צייט איך האב אסאך וואס צו זינגען און צו זאגן איך בין זיכער אז די זאכן וואס איך וועל מיטיילען מיט אייך וועט אייך זיין גאר אינטרעסאנט

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:42 pm
דורך עומק החסד
איך האב מחליט געווען אז איך וויל שרייבן און ליינען דא משום כמה סיבות און סתם פאר געשמאק זיך צי אויס ליפטערן און אריין קומען דא אין די ליידיקע צייט

דא אין קאווע שטיבל דאס איז די סיבה בעצם פארוואס