בלאט 205 פון 213
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 5:24 pm
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: דער אייבערשטער זאלל מיך אפהיטן אז חיים גראדע זאלל זיין מיין מליץ יושר. איך האב טאקע געליינט א סאך פון זיינע סיפורי מעשיות,. אבער ביים בי"ד של מעלה איז דאס נישט קיין ארטיקל...!
ווען זיין רבי וועט זיין מיין מליץ יושר וועלל איך זיין צופרידן...! נו, ווער איז געווען דער רבי פון חיים גראדע...?!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 9:21 pm
דורך Nanach
Nanach האט געשריבן:ווען האט זיך אנגעהויבן די זאך אז פרויען דארפן גיין מיט סליפס? ווער האט עס איינגעפירט?
איז דא איינער וואס ווייסט?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:58 pm
דורך תרמב
די זאכן געשעהן נישט פון איין טאג אויפן צווייטן, ס’האט זיך עוואלווד קודם האט עס געטון נאר א רביצין און נאכדעם די טעכטער שפעטער האט די פרומע שכנה נאכגעטון און אזוי ווייטער ביז יעדער טוט עס , אזא מין עוואלוציע........
נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 7:07 pm
דורך Nanach
תרמב האט געשריבן:די זאכן געשעהן נישט פון איין טאג אויפן צווייטן, ס’האט זיך עוואלווד קודם האט עס געטון נאר א רביצין און נאכדעם די טעכטער שפעטער האט די פרומע שכנה נאכגעטון און אזוי ווייטער ביז יעדער טוט עס , אזא מין עוואלוציע........
קודם שכוח פאר די התייחסות
דאס אז עס איז אזוי צוגעגאנגען פארשטיי איך, איך האב געמיינט צו פרעגן, וועלכע יארן איז עס געווארן איינגעפירט? איז עס שוין געווען פאר די מלחמה? איז דא עפעס א מקור צו אזא זאך אין א ספר (אפילו א לעצטיגער)?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 2:12 am
דורך שמעון וואלף
איך האב גערעדט מיט א איד וואס איז אין חברה קדישא, און מ'האמיר גערעדט וועגן א רב וואס איז לעצטענס אוועק. זאגט מיר יענער, אז ער האט געמאכט די טהרה אויף יענעם רב און ער קען מעיד זיין אז דער רב איז געווען א געהויבענע איד. ער זאגט אז ס'זענען דא סימנים וואס מ'קען זעהן אויף די גוף.
וואס זענען די סימנים?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 2:19 am
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:ער זאגט אז ס'זענען דא סימנים
דו גלייבסט עס?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 4:05 am
דורך cictim
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 9:20 am
דורך סעגאל
נמחק
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 1:26 pm
דורך berlbalaguleh
Nanach האט געשריבן:Nanach האט געשריבן:ווען האט זיך אנגעהויבן די זאך אז פרויען דארפן גיין מיט סליפס? ווער האט עס איינגעפירט?
איז דא איינער וואס ווייסט?
נאנאך: איך ווייס בכלל נישט אז פרויען גייען מיט סליפס. ס'אינטרעסירט מיך נישט צי יא אדער ניין. איך האב (דערווייל) וויכטיגערע דאגות איבער וואס זיך צו זארגן...!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 1:31 pm
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ר׳ בערל: איר זענט דאך שוין קעניינעהארע א בן שבעים, אם לא עכשיו אמתי? וואס וועסטו טוהן ווען דו וועסט ארויפקומען אויבן נאכ׳ן 120 און אריסטו זצוקללה״ה וועט דיר פארהאלטן פארוואס דו האסט נישט געלערנט זיינע ספרים, וואו וועסטו זיך פארשטעקן פאר בושה?
רביה"ק זי"ע: פאר'ן רמב"ם האביך (א ביסל) מורא. דערפאר קוק איך אריין אין זיינע ספרים פון צייט צו צייט. אבער אריסטו דערשרעקט מיך אינגאנצן נישט. איך קען איהם אפשר ברענגען א פאר נייע (אויסגעביגלטע) הויזן. און א פאר לייטישע שיך...!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 2:30 am
דורך אויסגעהאלטן
איך וויל וויסן: ווען ק"ש גייט זיך דערמאנען צו ריקן די זייגער
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 10:39 am
דורך געדאנקן
Nanach האט געשריבן:Nanach האט געשריבן:ווען האט זיך אנגעהויבן די זאך אז פרויען דארפן גיין מיט סליפס? ווער האט עס איינגעפירט?
איז דא איינער וואס ווייסט?
ביסט שוין עפעס געוואויר געווארן?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 3:21 am
דורך Nanach
ניין.
וואו וועט די נאדיפאלי רבי שליט"א (אי"ה) זיין דעם שבת?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 5:31 am
דורך berlbalaguleh
ברוב עם הדרת מלך: אזוי ווי ר' שאול אלתר שליט"א און די סאדיגורא רבי'(ס ביידע) זענען שוין אהיימגעפארן. ווילל דער עולם וויסן וואו די (הייליגער) נאדיפאלי'ער רבי שליט"א וועט שוכן כבוד זיין דעם קומענדיגן שבת (ו) חנוכה...!
אוכלי לקחו ומעריציו
נ.ב.: ווער ס'ווייסט ווערט געבעטן בכל לשון של בקשה מודיע צו זיין דעם עולם...!
אויך: די רבי שליט"א וועיסט (יא) וואס די חכמים, יודעי העיתים פון קאווע שטיבל וועללן האבן צו זאגן אויף דעם. ( די חסידים האבן אנגעפרעגט ביים רבי'ן שליט"א ווער זיי זענען. אבער ער זאגט נישט)...!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 4:09 pm
דורך berlbalaguleh
סיקטים: איך ווייס נישט וועגן ..."רואה פני השכינה"...אדער נישט. נאר איך האב אבזערווירט (לכה"פ) 4 נפטרים ווען זיי האבן געהאלטן פאר די גסיסה. מ'האט געקענט זעהן אז זייער פנים שיינט. און זיי זענען זייער שטארק צופרידן. כאטש זיי האבן געהאט גרויסע יסורים אין די לעצטע טעג פון זייער לעבן...!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 10:02 pm
דורך berlbalaguleh
נאך מער: איך בין אמאל (אויף קיין שום איד געזאגט) געווען אין האספיטאל אין איין רום מיט א גוי, וועלכער האט שוין געהאלטן ביי די גסיסה. די דאקטוירים האבן שוין געהאט אויפגעגעבן אויף איהם. ער האט (די לעצטע נאכט פון זיין לעבן) גערעדט אן אויפהער. כאילו ער פיהרט א דיאלאג מיט זיינע עלטערן וועלכע זענען שוין נישט געווען בעלמא הדין. איך האב איינגעדרימלט. ווען איך האב מיך אויפגעוועקט איז ער שוין געווען זייער שטיל. איך האב געפרעגט איינעם פון די מעדיקל סטעף. האבן זיי מיר געזאגט אז ער איז שוין נישט בין החיים. שפעטער האט מען איהם טאקע ארויסגעפיהרט. האביך געזעהן אז אפילו א גוי (כש"כ א איד) זעהט און הערט הויכע זאכן אין די לעצטע שעות פון זיין לעבן...!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 10:00 am
דורך כפתור
וואס איז די חילוק פון א חסיד מיט א אנשי מעשה? ווער דעסייד וואס אימעצער איז?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 11:29 am
דורך פיקח עצום
וואס טוט מען מיט די קאפס וואסער וואס די חזרים טראגן אריין אין טוילעט?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 4:38 pm
דורך חתן בחור
פיקח עצום האט געשריבן:וואס טוט מען מיט די קאפס וואסער וואס די חזרים טראגן אריין אין טוילעט?
מען מאכט פלאשעב״ל ווייפ״ס פון די טוילעט פאפיר.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 6:07 pm
דורך nespresso
פיקח עצום האט געשריבן:וואס טוט מען מיט די קאפס וואסער וואס די חזרים טראגן אריין אין טוילעט?
די גוי אין שול האט געוואלט וויסן פארוואס מען טרינקט נאר וואסער אין בהכ"ס און נישט קיין קאווע
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 7:08 pm
דורך געדאנקן
ווער שטייט אונטער די קטלא קניא בלאג, און וואס וויל ער?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 7:35 pm
דורך שפילער
פיקח עצום האט געשריבן:וואס טוט מען מיט די קאפס וואסער וואס די חזרים טראגן אריין אין טוילעט?
דו מיינסט די חברה וואס לאזן עס דארטן. אריינטראגן איז נארמאל ניין?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 7:48 pm
דורך מצפצף
געדאנקן האט געשריבן:ווער שטייט אונטער די קטלא קניא בלאג, און וואס וויל ער?
קענסט דאך אים אישי'ן