בלאט 209 פון 213

נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 10:31 pm
דורך וואלווי
קהל'ס נער האט געשריבן:
יא, ס'איז בכלל נישט דומה.
קוגעלעך שפיל איך, ספורטס קיק איך ווי יענער שפילט.


גערעכט. אבער ווען צוויי אנדערע יונגלעך האבן געשפילט איז א יעדער געזעצן ארום זיי און געוואטשט איעדע מאוו. דאס מיינט א געים, ס'איז א פארמעסט פאר סקילס, וואס איז זייער אינטערסאנט מיט צוהאלטן.

ווי אויך, מ'קען אליינס אריינריקן די האט דאגס מיט די האט פרעצעלס...

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 10:32 pm
דורך אלבערט איינשטיין
אויב דו וועסט קענען מסביר זיין פאר די גוי די געשמאקייט פון א שטיקל בני יששכר אדער פרי מגדים וועט ער דער טוהן א טובה און מסביר זיין למפרע די פירוש אויף אידיהם און אלע חכמות יונות

נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 10:33 pm
דורך וואלווי
קהל'ס נער האט געשריבן:קען איינער מסביר'ן די שיגעון פון ציטירן אנדערע מענטשן, אן גארנישט צישרייבן.
כאפ איך נישט עפעס?
אדער האט די עולם א פעטיש, סתם צי ציטירן?

די עולם האט א פעטיש, אבער מסתם נישט פאר די ציטירן...

נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 10:34 pm
דורך וואלווי

נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 10:34 pm
דורך קהל'ס נער
וואלווי האט געשריבן:ווי אויך, מ'קען אליינס אריינריקן די האט דאגס מיט די האט פרעצעלס...


דאס איז גראדע א שטארקע סיבה ציגיין, איינס נאך צי באקימען עטענטשען פון די מעסקאט, אויך אז מען זאל קענען זעין אויף די מאסיווע סקרין ווי מען מאכט אויס פה אל פה מיט די אשת נעורים

נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 10:36 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: און צומאל מיט יענעם'ס אשת נעורים...!

נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 10:38 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: און צומאל מיט יענעם'ס אשת נעורים...!


די "אשת נעורים" קען מיינען יענעמס אויך...

אדער ערשט..

נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 10:41 pm
דורך וואלווי
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:אויב דו וועסט קענען מסביר זיין פאר די גוי די געשמאקייט פון א שטיקל בני יששכר אדער פרי מגדים וועט ער דער טוהן א טובה און מסביר זיין למפרע די פירוש אויף אידיהם און אלע חכמות יונות


איך געזעגן מיך נישט אזוי שנעל פון א בני יששכר, אבער אויב יא דארף עס זיין פאר עפעס בעסער ווי חכמת יוונית...

נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 10:46 pm
דורך קהל'ס נער
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:אויב דו וועסט קענען מסביר זיין פאר די גוי די געשמאקייט פון א שטיקל בני יששכר אדער פרי מגדים וועט ער דער טוהן א טובה און מסביר זיין למפרע די פירוש אויף אידיהם און אלע חכמות יונות


גראדע איז קראץ מיך זייער א שיינע יום טוב, מען זיצט מיט די משפחה אינאיינעם, מ'פראוועט א שיינע מאלצייט, מען העינגט נוי סוכה און מען מאכט Wישעס ביי די אשירה בוים, מען זינגט ווארימע ניגונים, מען טיילט מתנות, ס'הערשט אן אטמאספערע פון משפחה און ליבע.
אויב גיי איך דארט ווי רביה"ק איז געגאנגען, איז עס פאר אט די סיבה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 10:48 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: ס'דא אינטעלעקטואלע גויים וועלכע פארשטייען יא א שטיקל בני יששכר. אויף א מעטא-פיזישן לעוול. אזוי ווי ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל האט פארציילט אז ווען ער איז פאר די 2'טע וועלט מלחמה געפארן צו די אקספארד לייברערי. וואו מ'האט נישט אריינגעלאזט קיין פשוט'ע מענטשן. נאר געלערנטע. האט ער דארט באגעגנט א גוי וועלכער האט געקענט א יעדן תוספות אין ש"ס. האט ער געזאגט (רעטאריש) במתק לשונו..."העט מען דען געקענט זאגן אויף דעם גוי אז ער איז א תלמיד חכם"...!

נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 10:52 pm
דורך וואלווי
קהל'ס נער האט געשריבן:
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:אויב דו וועסט קענען מסביר זיין פאר די גוי די געשמאקייט פון א שטיקל בני יששכר אדער פרי מגדים וועט ער דער טוהן א טובה און מסביר זיין למפרע די פירוש אויף אידיהם און אלע חכמות יונות


גראדע איז קראץ מיך זייער א שיינע יום טוב, מען זיצט מיט די משפחה אינאיינעם, מ'פראוועט א שיינע מאלצייט, מען העינגט נוי סוכה און מען מאכט Wישעס ביי די אשירה בוים, מען זינגט ווארימע ניגונים, מען טיילט מתנות, ס'הערשט אן אטמאספערע פון משפחה און ליבע.
אויב גיי איך דארט ווי רביה"ק איז געגאנגען, איז עס פאר אט די סיבה.


משפחה, ליבע, און...גאט.

אז די גייסט, שפאר דיך נישט איין נאכאמאל מיט א גאט. גלייב מיר, רביה"ק גייט נישט גיין כחצות הלילה עסען קרעקערס מיט וויין...

נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 10:53 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער האט געשריבן:
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:אויב דו וועסט קענען מסביר זיין פאר די גוי די געשמאקייט פון א שטיקל בני יששכר אדער פרי מגדים וועט ער דער טוהן א טובה און מסביר זיין למפרע די פירוש אויף אידיהם און אלע חכמות יונות


גראדע איז קראץ מיך זייער א שיינע יום טוב, מען זיצט מיט די משפחה אינאיינעם, מ'פראוועט א שיינע מאלצייט, מען העינגט נוי סוכה און מען מאכט Wישעס ביי די אשירה בוים, מען זינגט ווארימע ניגונים, מען טיילט מתנות, ס'הערשט אן אטמאספערע פון משפחה און ליבע.
אויב גיי איך דארט ווי רביה"ק איז געגאנגען, איז עס פאר אט די סיבה.

קהל'ס נער: אבער די גאנצע חגא מיט דעם קראצמעך אשירה בוים, איז א פאגאנישער מנהג. די ערשטע קריסטן ווי שאול פון תרשיש האבן דאס איינגעפיהרט. ווייל זיי האבן געוואלט צו ציהען די פאגאנישע גויים. נאך וואס זיי האבן געזעהן אז די אידן פאלגן נישט נאך יאשקע'ן. האבן זיי ערלויבט א סאך פאגאנישע (עובדי עבודה זרה) מנהגים...!

נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 11:00 pm
דורך היסטאריע
עובדיה האט געשריבן:ביידע האבן די זעלבע, ווייל וויפיהל וויין ס׳ליגט אינעם צווייטן לעפל אזויפיהל פעלט סיי פונעם ערשטען לעפל וויין וואס איז געבליבן, און אזויפיהל פעלט אויך פונעם צווייטן לעפל וואסער ווייל ס׳ליגט דארט וויין.

לאמיר זעהן. למשל איטליכע גלאז האבן הונדרעט לעפעל, איינס וויין, איינס וואסער. מען נעמט איין לעפעל וויין און מישט אריין אין וואסער, האט דער גלאז וואסער 101 לעפעל, און דער גלאז וויין 99, מען נעמט א לעפעל פין דער וואסער, פארמאגט דער לעפעל 99 חלקים וואסער, און איין חלק וויין, מען לייגט עס צוריק אין וויין גלאז, האט דער גלאז 99 גאנצע לעפלעך וויין, און איין לעפעל וואס האט איין פראצענט פין הונדרעט וויין און דער רעשט וואסער. ווידער דער וואסער גלאז, פין זיינע הונדרעט און איין לעפעל, ווען מען האט ארויסגענומען דער לעפעל תערובות, איז דאך זיכער אז 99 לעפעל זענען וואסער, דער לעצטער לעפעל איז אויך נישט נאר וויין, ווייל מען האט דאך ארויסגענומען איין פראצענט פין 101 תערובות,
דא בין איך סטאק

נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 11:16 pm
דורך וואלווי
סטאק, ווייל די לעפל וואס מ'ציט ארויס פון די וואסער האט 100 חלקים וואסער און איין חלק וויין (1/101 וויין, 100/101 וואסער), און נישט 99/100 וואסער, און 1/100 וויין.

נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 12:15 am
דורך שמן למאור
מסביר צו זיין אביסל קלארער,
ווען מען נעמט ארויס די לעפל וואסער (וואס האט שוין אין זיך די תעריבות פונעם וויין) וועט די לעפל זיין פיל כמעט אינגאנצן מיט וואסער, אבער א קליינע חלק ממש א משהו וועט זיין 'וויין'
יעצט די דאזיגע משהו וויין, איז וואס שטערט אז עס זאל זיין א פילע לעפל וואסער אין די וויין,
און אין צו זעלבע צייט, איז ממש די זעלבע משהו, דאס וואס פעלט פונעם ארגינעלן לעפל וויין וואס מען האט אריינגעלייגט אינעם וואסער,
יעצט איז נישט קיין נפק''מ ווי גרויס די 'משהו' איז, דאס וואס פעלט פונעם ארגינעלן לעפל וויין וואס מען האט אריינגעלייגט אין די וואסער, (דורכן צווייטע לעפל, וואס נעמט ארויס די קליינע משהו וויין) ממש די משהו איז וואס האלט אפ די לעפל פון זיין גענצליך פיל מיט וואסער

קומט אויס אז ביידע גלעזלעך האבן ממש די זעלבע, א לעפל חסר משהו פונעם צווייטנס סובסטאנץ

נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 7:29 pm
דורך קהל'ס נער
קען איינער מסביר'ן די טיפשות פון ספוילער'ס, איינמאל איך ליין, זעי די ספוילער גיי איך שוין נישט קויפן דיין בוך/מאווי/ט"ו שאו?

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 9:54 pm
דורך בענבען
איז ער אן OTD אדער וואס? א גוי קען אזא פליסיגער אידיש מיט א היימיש'ן אקצענט? ס'איז שווער צו גלייבן
https://ahblicklive.com/new_ded_video/2 ... tAYZGq.mp4

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 10:01 pm
דורך berlbalaguleh
בנבנן: תודה רבה. הבחור נראה לי יהודי ממוצא גרמני/יקי...!

הייתי בטוח שהאבא יקרא להבן שלו ע"ש ר' ישעיה מ'קרסטיר... זה היה יותר מעניין...!

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 10:49 pm
דורך קהל'ס נער
בענבען האט געשריבן:איז ער אן OTD אדער וואס? א גוי קען אזא פליסיגער אידיש מיט א היימיש'ן אקצענט? ס'איז שווער צו גלייבן
https://ahblicklive.com/new_ded_video/2 ... tAYZGq.mp4


די רעבשאייעבערעמוישע טרענד כאפט זיך שוין אריבער צי די נישט גע'מל'טע עולם, נאך אפאר יאר וועט זיך עפענען רעסטאראנטען האטעלס מיט קאסינאוס, התאחדות וועט ארויס געיבן א קול קורא קעיגן די טרפה'נע שטאט קערעסטיר, מהר"א וועט טרעפן אין די תקנת מיהאלאוויץ אז מען טאר נישט איבערנעכטיגען אין קערעסטיר, פארשטייט זיך ס'וועט זיין א חב"ד הויז אין קערעסטיר פאר אלע ישראלישע יוגענטליכע וואס אנטשטאט גיין צי אינדיע שטיפען מיידלעך וועלן זיי קימען צי רעבשאייעלע האקן בשר פארן אייבערשטען.

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 11:07 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: דו לייגסט אראפ א שיינע סענאריא פון וואס איך האב שטארק הנאה. אבער דער אמת'דיגער, אריגינאלער ר' ישעיה בר' משה מ'קערעסטיר זי"ע האט געהאלפן גויים אויך, אלס קידוש השם. און (מסתמא האט ער געזעהן ברוח קדשו) אז ס'וועט ארויסקומען א טובה פאר אידן.

איז געווען אמאל א רייכע משפחה גויים וואס האבן געהאט א יונגל וואס האט נאכנישט געקענט רעדן ביי די 4 יאהר. די עלטערן זענען געווען ביי דאקטוירים, וועלכע האבן גארנישט געקענט העלפן. דער גוי'אישער טאטע האט געהאט א אידישן מענעדזשער, האט איהם דער מענעדזשער געזאגט אז ער זאל פארן צו ר' ישעי'לע פון קערעסטיר. דער איד האט איהם געברענגט צו ר' ישעי', און די טאטע און די מאמע מיט'ן קינד זענען אריין אין א צימער מיט ר' ישעי'לע. האט ער געפרעגט דעם טאטן אויב ער זאגט צו אז ער וועט אייביג טון טובות פאר אידן, דער טאטע האט צוגעזאגט..! האט ר' ישעי' געזאגט צו די יונגל אין אונגאריש "גיי צו דיין טאטע און זאגן איהם... א גוטן טאג". דאס קינד האט געזאגט זייער קלאר "א גוטן טאג" צו זיינע עלטערן... און ער האט שוין פון דאמאלס געקענט רעדן.

ווען ער איז אויפגעוואקסן איז ער געווארן א פראמינענטער און גרויסער לאיער. ער האט זיך שטארק אנגענומען פאר אידן ביי די קעיס פון דעם בלוט בלבול פון טיסא-עסלאר...! אויך שפעטער אין אונגארישן פארלאמענט וואו ער איז געווען א מעמבער האט ער אייביג זיך אנגענומען פאר אידן...!

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 12:40 am
דורך געדאנקן
איינער האט אפשר די משומר האום סקרין אלס א פיקשער כזאל עס קענען ארויפלייגן אלס מיין האום סקרין? (א סטיקער האב איך שוין...).

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 1:36 am
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:ער האט זיך שטארק אנגענימען פאר אידן ביי די קעיס פון דעם בלוט בילבול פון טיסא-עסלאר...! אויך שפעטער אין אונגארישן פארלאמענט וואו ער איז געווען א מעמבער האט ער אייביג זיך אנגענימען פאר אידן...!


דערמאנטס מיר פון מיינע קינדער יארן (נישט אזוי לאנג ציריק) האב איך געליינט עפעס א בוך איבער טיסא עסלער, כ'האב עס קיינמאל נישט געענדיגט ווייל ס'איז געוועין באורינג, די זעלבע גורל האט מיטגעמאכט "די טיילונג אין אונגארן" וכן "ר' יוסלמן פון רוסהיים".

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 8:42 am
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: גם אני בחלומי. ווייל די אלע מעשה ביכלעך זענען באורינג פאר איין טעם. זיי ברענגען נישט תכלית נאר זוכן אנצופיללן בלעטער מיט באורינג דיטעילס וואס איז אינגאנצן נישט אינטרעסאנט פאר אונז. אפשר איז דאס געווען אינטרעסאנט מיט 100 יאר צוריק...!

איך האב יעצט געענדיגט ליינען דעם בוך פון מרס. שרה יוכבד ריגלער. איך קען נישט זאגן אז דער בוק איז באורינג. אבער ווען דו ליינסט 2 פעידזשעס ווייסטו די זעלבע ווי דו ליינסט דעם גאנצן בוך. ס'איז ממש נאר א חזרה פון די ערשטע 2 בלעטער. יא. דער סאבדזשעקט איז גאנץ אן אינטרעסאנטער. אבער מ'האט דאס געקענט זאגן מיט א דינע העפטעלע פון גאר געציילטע בלעטער. נאר גיי געב ארויס א ..."בוך" פון 4 בלעטער. אריינגערעכנט די הקדמה..!