טראמפ פירט טאקע די מדינה כאילו סוואלט געוועהן א חסידישע ישיבה, זיי גלייבן ביידע נישט אין קיין פאקטן און אין קיין סייענס, זיי גלייבן אין זיך און אין זייער איגאו.. זיי לעקן זיך ביידע נאר צו די אויבערשטע פון שטייסל און די ארימע און מינארטיס ווארפן זיי צום טייוול- זייער א גיטע צוגלייך!
חסידישע מנהיגים פארן אויך אזוי סאך אויף דאטשע ווי דיין פרעזידענט קיין מאר-א-לאגא.
פונקט ווי די רביס דארפן נישט אפגעבן דין וחשבון פאר די חסידים, דארף טראמפ אויך נישט ענטפערן ווער סקומט און סגייט און די ווייסע-הויז, די רבנים האלטן נישט קיין לאג דארף ער אויך נישט.
די זעלבע ווי ביי חסידים ווען די רבי ווערט אלט און ער ווייסט שוין נישט בחייכון-ווען-איך-מיכן, נעמט מען אויף דעם רבי׳נס קינדער צופירן ווייטער די מלוכה, און ס׳ווענדט זיך נישט לויט credentials ווער פון די קהילה איז ראי׳ לאותו איצטלא נאר מיט ״בלוט״, די זעלבע איז מיט דיין טראמפ, איוואנקע און קושנער זענען ביי די לייצעס, ווייל זייער טאטע דער אידיאט קען דאך נישט איינרוהן און זיך אויפפירן פאר א מינוט ווי א נארמאלע מענטש.
די זעלבע ווי ביי חסידים זענען פרויען ״צווייטע-קלאס״ בירגער, די זעלבע איז טאקע ביי דיינע ריפובליקאנער, א פרוי אין דיינע רויטע מדינות האט גאנץ ווייניג רעכטן אויף איר אייגענע באשלוסן, די באשלוסן ווערן געמאכט דורך זייער ״פאלשע קריסטליכע תורות״ וואס איז געשריבן דורך פרימיטיווע מענשטען פאר צוויי טויזנט יאר צוריק...
אויב סאיז טאקע א חסידישע מדינה? ווען גייט מען קענען אנפאנגן אויפשרייבן ביי די איזי-פעיס?
